בשבילי נברא האט געשריבן:יאנקל האט געשריבן:ווען עס קומט ארויף א ריפארט למשל א פאליס אדער עקסידענט, געט עס צוויי אפשעןס אדער א הענט ארויף, וואס דאס מיינט אז יא איך שטים צו די זאך, אדער א רוטע באקסל און דאס מיינט לכאורה אז עס איז נישט אמת , אבער וואס איז פשט אז נישט אייביג האב איך די אפשען פון די רויטע אז עס איז נישט אמת נאר אזא באקסל איך קען שרייבן א קאמענט ?
ער גיבט דיר נאר דעם אפשען ווען דו פארסט פארביי דארט דערנעבן און נאר ווען וועיז ברענגט דיר אליינס ארויף דעם אלערט פון א פאליס צו אן עקסידענט וכדו', דעמאלטס לאזט ער דיך אריינרעדן דיין מיינונג צו עס איז אמת אדער נישט, (א הענטעלע ארויף אדער אראפ).
אבער ווען דער סיסטעם האט נישט אליינס אויפגעכאפט אז דו ביסט אין יענע סביבה וועט ער דיך נישט לאזן מגיב זיין אויב דער אלערט איז ריכטיג.
ווייל שיין וועט מען אויסקוקן אויב דו וועסט דיר זיצן דא אין מאנהעטן און לאזן הערן דיעות איבער דעם טרעפיק פארקער אינעם כינעזישן בעידזשינג, אדער צו א פאליציי האט זיך ארויסגעלאזט אויף די יארכע צו כאפן קרבנות אין האמבורג, גרמני'.
פאר יא און ניין האסטו א הענט ארויף אדער אראפ?
איך האב נאר א הענט ארויף און א רוטע זאך מיט א ליין