בלאט 1 פון 1

blurtooth אויף קארדלעס פאון

געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2006 11:50 pm
דורך 3x0
איז שוין דא צו באקומען blurtooth אויף קארדלעס פאון'ס?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 8:56 am
דורך יגרסהדותא
וואס דו זאגסט נישט. איך גיי היינט האבן אין אפיס, א נייע סעלפאן וואס הייסט "פאיוזיק". (איך ווייס נאכנישט וויאזוי מ'ספעלט עס, אבער ס'הייבט זיך אן מיט פאן און ענדיגט זיך מיט מיוזיק).

ס'האט פאריגע וואך געהייסן ס'קומט ארויס די וואך.
די מעלה דערפון איז:
1. אז דער "סעלפאן" וועט האבן אריינגעבויט I-POT. (נישט נאר צו קענען האלטן MP3 פיילס, אזוי ווי ביז היינט)
2. מ'וועט קענען הערן די מיוזיק אויפן בלא-טאט. (ביז היינט האט מען נאר געקענט הערן אויפן בלא-טאט, נאר דעם טעלעפאן קאל, נישט די מיוזיק).

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 10:36 am
דורך יגרסהדותא
אה, אה, איך האב עס דא

ס'איז א LG phone

ס'הייסט: fusic

ס'קוקט אויס גוט.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 7:50 pm
דורך קרעמער
וואס איז שלעכט (WRONG) מיט אייך? יעדן ענגלישן ווארט מוזט איר פארדרייען און צע'מזיק'ן?

BLUETOOTH איז BLUETOOTH און נישט BLURTOOTH. און I-POD איז I-POD און נישט I-POT.

אויב נישט אידיש, כאטש ענגליש לערנט אייך אויס.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 9:02 pm
דורך 3x0
אבי די שרייסט נישט נאר אויף מיר.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 8:40 am
דורך טאגליכט
קרעמער, און וואס וועט געשעהן אז מוועט נישט קענען קיין ענגליש, איך למשל רעד ענגליש ווי א קינד, יעדער דא לאכט פון מיר, און איך לאך פון זיי, זיי מאכן דארטן א צען פיפצן דאלאר א שעה, מיט זייער גוטען ענגליש, און איך מיט מיין צוקראכטן צוקאטשען ענגליש מאך איך מער ווי דאפעלט פון זיי.

ענגליש איז נישט אונזער שפראך, און ווי ווייניגער מקען עס איז אלס געזונטער, זאל דער גוי זעהן אז דער איד איז נישט אינטערסירט אים נאכצומאכן.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 11:22 am
דורך סאכדעס
הגם סיהאט גרניקס מיט קיין טעכנעלאגיע, אבער כ'שפיר א חוב זיך אנצונעמן פאר טאגליכט.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 11:55 am
דורך יגרסהדותא
איך ווייס נישט וואס די ווארט עקנליזש מיינט, אבער אז ס'טוט זיך צווישן קרעמער און טאגליכט נעם איך נישט קיין מיינונג.. איך האב פון ביידע דאס זעלבע קדחת...

דרך אגב קדחת אין ענגליש מיינט???

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 2:40 pm
דורך סאכדעס
פארוואזשע זאלסטע טאקען נישט נעמען קיין מיינונג.

געשריבן: זונטאג נובעמבער 26, 2006 6:30 pm
דורך שוועמל
יא עס איז דא א קארדלעסס פאון מיט בלוטוט, פון די פירמע UNIDEN
http://www.amazon.com/Uniden-ELBT595-Ex ... lectronics

איך זאג נישט אז דאס איז די ביליגסטע פרייז, גוגל אביסל ארום אפשר איז דא נאך בילגער.

======


פון פאנאסאניק איז דא אן עצה צו קאנעקטאן א בלוטוט סעלפאון צו א היים פאון דורך בלוטוט

http://www.panasonic.com/consumer_elect ... 6/keywords


========
ווי אויך איז דא פאון פון אן אנדער פירמע וואס די בעיס דעפון איז א DSL ווייערלעס מאדעם,
און דער פאון ארבייט אויף בלוטוט, און קען שערן דאטא מיט א בלוטוט סעלפאון.

http://www.inventel.com/en/product/datasheet/16/