נייע שוך iShoe

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

נייע שוך iShoe

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

א סטודענט Lieberman-Aiden אין MIT און האווערד אוניווערזיטעטן האט ערצייגט א ספעציעלע עלעקטראנישע שוך גערופן "איי-שוך".

דער שוך באשטייט פון א אינסאל וואס מען שטעלט אריין אינעם שוך פון עלטערע מענטשן כדי צו פארמיידן הארטע-פאלן. די סענסארס דערשפירן דעם מענטשן'ס גאנג און בעיקר דאס שטאנד, און טרענסמיט די דאטא צו א קאמפיוטער דורך בלוטוט.
דערנאך קען דער מענטש אדער דאקטאר באקוקן די דאטא און באשליסן צי מען ברויך א שטעקן, מעדעצין אדער מוז האבן א באגלייטער וכדומה וואס וועט עווענטועל פארמיידן פאלן אדער אנדערע ערענסטערע אינצידענטן ל"ע.

דער עצם געדאנק פון האלטן דעם פאציענטס רעקארדס אין א צענטראלע קאמפיוטער סיסטעם איז נישט ממש א נייער, אבער דער יעצטיגער סיסטעם רעקארדירט דאטא דורך דעם מענטשנס באוועגונגען זעלבסט!

ליעבערמאן-איידען האט דעוועלאפד אין די פארגאנגענהייט א ענליכע פראדוקט פאר נאסא צו טעסטן באלאנס אין ספעיס, יעצט זאגט ער איז צייט אריבערצוברענגען די טעכנאלאגיע און וויסענשאפט אויפן ערד.

דער פראיעקט איז בלויז א צווייגל פון אן אויסגעברייטערטע ריסוירטש אינווענשאנס טיעם, צווישן אנדערן איז ערפינדן געווארן א 3D מאדעל פון גענעטישע צעלן, פראסטעטיק ארעם, דיאגנאסיס טעסט פאר יענע מחלה און נאך.

דער פראדוקט איז יעצט אריין אין מאנופעקטשורינג סטאטוס, געוויסע קאמפאניס האבן אויסגעדרוקט אינטערעסע דערין און וועט גאנץ בקרוב זיין אין באנוץ פאר קאנסומערס.

בילד
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שרייב תגובה

צוריק צו “טעכנאלאגיע”