בלאט 1 פון 1

FCC מאכט פריי דעם וועג פאר יאהו-מייקראסאפט דיעל

געשריבן: פרייטאג פאברואר 19, 2010 6:32 am
דורך קאמענטאטאר
אין א שריט פאראויס אינעם קאמף מיט גוגל אויף טעכנאלאגיע האבן די קאמיוניקאציע קאמיטעען פון דאהי און פון אויסלאנד פריי געמאכט דעם וועג פאר דעם - שוין לאנג פארצויגענעם - שותפות פאקט צווישן מייקראסאפט מיט יאהו.

לייען דא אויף יאהו ניוס

געשריבן: פרייטאג פאברואר 19, 2010 8:11 am
דורך שוועמל
ווער האט אומפריי געמאכט דעם וועג פון אנהייב?

און פארוואס ברויך מען צוקומען צו FCC צו טוען ביזנעס?

געשריבן: פרייטאג פאברואר 19, 2010 8:46 am
דורך קאמענטאטאר
די Federal Communications Commission איז בעה"ב איבער אלס וואס האט א שייכות מיט קאמיוניקאציע, און אין דעם איז אריינגערעכנט: טעלעקאמיוניקאציע, אינטערנעט, סעלפאון, א.א.וו.

ווען אזוינע ריזיגע בערן, ווי מייקראסאפט און יאהו קלערן פון סיי וועלכע סארט פאראייניגונג, שטעלט עס א געפאר פון מאנופולאציע, דהיינו אז די צוויי וועלן דאמינירן די מארקעט און אזוי ארויסשטויסן אלע איבריגע קאנקורענטן און נאכער האבן א פריי וועג צו טון ככל מה שלבם חפץ, דעריבער ברויך די פעדעראלע קאמיסיע דאס באשטעטיגן.

ענליך האט פאסירט נישט אזוי לאנג צוריק - כאטש נישט אונטער די FCC - ווען Apple האט געקלאגט Microsoft פארן מאנופולירן דעם מארקעט דורכן נישט ערלויבן Microsoft Office צו אפערירן אויף סיי וועלכע אנדערע סיסטעם חוץ ווינדאוס, און מייקראסאפט האט ווי באקאנט פארלוירן.