פּריפּעיד סעלפאון פאַרבאט ברענגט כעס און איראניע אין קאַשמיר

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

פּריפּעיד סעלפאון פאַרבאט ברענגט כעס און איראניע אין קאַשמיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

פּריפּעיד סעלפאון פאַרבאט ברענגט כעס און איראניע אין קאַשמיר

בילד

א רעגירונג פאַרבאָט אויף פריפעיד סעלפאָונ'ס וואס איז געמאכט געווארן כדי צו פאַרמיידן רעבעלן וואס פלעגן עס נוצן צו פּלאַנירן טעראר אטאקעס באהאלטענערהייט, האט ערוועקט דעם צארן פונעם ארימען באפעלקערונג וואָס פאַרלאזט זיך אויף פריפעיד סעלעפאָונ'ס פֿאַר ביליגע קאָמוניקעשאן.

די געזעץ האט געפֿירט צו בייזע פּראַטעסטן מיטן ווארענונג אז עס שטעלט טויזנטער דזשאב'ס אין געפאר און עס וועט באדראען די שלום פארהאנדלונגען צווישן די אינדיאנע רעגירונג און מוסלמענער סעפּראַטיסטן.

די רעגירונג גלייבט אז רעבעלן נוצן פאלטשע דאָקומענטן צו באַקומען די פריפעיד סים קאַרדס און זיי נוצן עס אויפצורייסן באָמבעס פונדערווייטנ'ס. די אינדיאנע רעגירונג קאנטראלירטע סעלפאן פירמעס האבן שוין זייט נאוועמבער מער נישט פאבריצירט קיין נייע פריפעיד סים קאַרדס.

מיר מוזן שטעלן די זיכערהייט פון די מדינה פאר די אייגענע אינטערעסן, און מיר מוזן אננעמען יעדער באַשלוס וועלכער איז אין די אינטערעסן פון די מדינה האט געזאָגט דער יוניאן היימלאנד מיניסטער פון קאשמיר פּ. טשידאַמבאַראַם (יא.. עפעס אזוי הייסט ער, טשיריבירידאַמבאַראַם...) ביי אַ וויזיט צו קאַשמיר, אינדיע'ס איינציגע מערסטנס-מוסלמענישע שטאַט.

קאָמוניקאַציע איז שוין לאַנג אַ סענסעטיווע אישו אין קאַשמיר, וואָס איז צושפּאלטן צווישן אינדיע און פּאַקיסטאַן וואס ביידע ווילן די גאנצע שטאט פאר זיך. רעבעלן שלאגן זיך שוין איבער 20 יאר פֿאַר זעלבסטשטענדיקייט פֿון דעם מערסטנס-הינדו אינדיע אָדער אַ עכ"פ א פאראיינוגונג מיט מערסטנס-מוסלמענישע פּאַקיסטאַן, קרוב צו ווי 70,000 מענטשן האבן שוין פארלוירן זייער לעבן אין דעם געפעכט.

אינדיע האט שויל אמאל פארבאטן די אינטערנעט און אינטערנאַציאָנאַלע קאַל'ס אין קאַשמיר פֿאַר 'א יאָר צייט' נאָך אַ רייע טעראר אטאקעס פון מילאַטאַנטן געשטיצט דורך פּאַקיסטאַן.

'פּאַפּירענע טעקסט מעסעדזשעס'...

סטודענטן אין קאַשמיר וועלכע זענען דערשלאָגן וועגן דעם פארבאט אויף פּריפּעיד סעלפאון'ס וואס גייט שוין אן איבער א חודש האבן געטראפן א וועג ווי אזוי זיך אויסצוגעבן: 'פּאַפּירענע טעקסט מעסעדזשעס'...

אין דער צייט וואס מאביל טעלעפאָן סובסקרייבער'ס איבער די שטאט ליידן פֿונעם פארבאט אויף פּריפּעיד סעלפאון'ס, האט א סטודענט אויסגעטראפן די המצאה פון אַ אומגעווענליכע קאַמיוניקעשאן געצייג 'פּאַפּירענע טעקסט מעסעדזשעס' דער ציל איז ווארשיינליך פשוט זיך צו רייצן מיט די רעגירונג און אויפוועקן די דעבאטע איבער דעם ענין.

די סטודענטן, האבן דיזיינד 4X4 אינטש קאַרטלעך פֿאַר קאַשמירער איינוואוינער צו וועקסלען געשריבענע אַרטיקלען כאילו מ'שיקט זיך עכטע סעלפאן טעקסט מעסעדזשעס, דער קאָרטל שטעלט אהער א פּלאַץ פאר מענטשן צו שרייבן אַ אנדערע מין טעקסט מעסעדזש, א 'פּאַפּירענע טעקסט מעסעדזש', ווער עס וויל דוקא שיקן אַ טעקסט מעסעדש...

'אזוי ווי דעם פּריפּעיד סעלפאון'ס קאַנעקשאנ'ס אין קאַשמיר זענען פארבאטן, איז אפשר די צייט פֿאַר אונז צו נוצן אונזער פאַנטאַזיע, און פאבריצירן אנדערע אופנים פון קאמיוניקעיטן' ליינט זיך די אויפשריפט אויף איינער פון די קאָרטלעך...

א טייל קארטלעך זענען פשוט טעקסט מעסעדזשעס צום רבש"ע, איין אזא קארטל איז אין פארעם פון א קוויטל צום באשעפער... יענער פּאַפּירענער טעקסט מעסעדזש ליינט זיך 'אוי באשעפער ווען וועט קאַשמיר שוין ווערן פריי?'

אסאך פון די קאַרטלעך זענען זעלבסטפארשטענדליך אַדרעסירט צום יו. עס. פּרעזידענט באַראַק אבאמא... אדער יו.ען. סעקרעטאַרי דזשענערעל באַן קי, מיט א ביטע און האפענונג אז זיי זאלן עפעס טון דערצו אז דער פאַרבאָט זאל ווערן אנולירט, איינער פון די קארטלעך אַדרעסירט צו. פרעזידענט אבאמא ליינט זיך 'עס איז נישט קיין ספק מיר לעבן טאקע אין דעם 21'טען יאר-הונדערט. אבער עס זענען דא פיר מיליאן מאביל טעלעפאָן סובסקרייבער'ס אין קאַשמיר וואס האבן פארלוירן טעלעפאן סערוויס נאָר ווייַל אינדיע שלאגט זיך מיט 700 רעבעלן . איך האָף איינער וועט עפעס טון דערוועגן. עס איז ווי מיר לעבן אין דעם מיטל אלטער.' און דער מעסעדזש ענדיגט זיך סארקאסטיש 'אנטשולדיגט איך קען נישט טרעפן קיין טויב אייך צו שיקן דעם פּאַפּירענעם טעקסט מעסעדזש'.

אבער רובֿ פון די קאַרטלעך אפעלירן צו מיניסטער טשידאַמבאַראַם ער זאל צוריקצוציען פון דעם פאַרבאָט, אדער טוען זיי אים ציניש אויפפאדערען ער זאל זיך נאר דערוואגן איינצופירן דעם דעקרעט אויך אין דעם הויפטשטאט ניו דעלהי אדער ערגעץ אַנדערש ווי אין אינדיע. איין אַזאַ מעסעדזש איז געשריבן כאילו פון אַ קאשמירער ארבייטער 'איך קען אייך נישט דאַנקען גענוג פֿאַר דעם פאַרבאָט. איך הער אז א פארבאט אויפן גאנצן אינטערנעט קומט נעקסט. איר זענט אמת'דיג אויף א רייזע... אפשר זאל מען אין די זעלבע צייט פאַרבאָטן קאַרס און באסעס אויך אַזוי אַז איך וועל אינגאנצן מער נישט קענען גיין צו דער אַרבעט'.
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

הערליך שיין! יישר כח.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

זייער שיין דיפאקט.

איך פארשטיי אבער נישט פשט אינעם פארבאט, צי קען דער טעראריסט נישט קויפן א פריפעיד פאון אין ניו דעלהי?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 10:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושים בן דן »

א גרויסן יש"כ איך בין אהער געלינקט געווארן פון דא דו ביסט גערעכט ס'דארף טאקע אריינגיין אין דו היים בלאט/טעכנעלאגיע
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא
אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 10:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושים בן דן »

אוי וויי... ס'אידאך טאקע ארויף... טאקע דא...
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא
שרייב תגובה

צוריק צו “טעכנאלאגיע”