בלאט 1 פון 1

מעג איך קויפן פאר אפיקומן א סמארט וואטש

געשריבן: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:16 pm
דורך בבל
איך בין געגאנגען חוה'' מ צי toys 2 discovere אין מיין קינד וויל קויפן א smart watch kids. אן מעגליכקייט צי פארבינדן מיט אינטערנעט עס האט א קעמרע געימס אין נאך. טאטש סקרין
בקיצור א כשרער סמארט פאון

געשריבן: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:29 pm
דורך רצון טוב
בבל האט געשריבן:איך בין געגאנגען חוה'' מ צי toys 2 discovere אין מיין קינד וויל קויפן א smart watch kids. אן מעגליכקייט צי פארבינדן מיט אינטערנעט עס האט א קעמרע געימס אין נאך. טאטש סקרין
בקיצור א כשרער סמארט פאון

וואס איז די צדדים
פארוואס נישט
פארוואס יא

געשריבן: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:50 pm
דורך נישט פשוט
איך ווייס נישט וואס די מעגסט יא און וואס נישט .! אבער פארוואס ווילסטו ? ? ? ? ? .......
לייג אים נישט אריין א רייץ.

געשריבן: דינסטאג אפריל 10, 2018 6:05 pm
דורך fiena nieas
No way!!

געשריבן: דינסטאג אפריל 10, 2018 6:11 pm
דורך Potus
איך וואלט עס נישט געקויפט

געשריבן: דינסטאג אפריל 10, 2018 6:13 pm
דורך טשעירמאן
איי בענק מיר זיך נאכען ''רייסערישען'' האנט-קאלקעלעיטאר-זייגער...

געשריבן: מיטוואך אפריל 11, 2018 1:10 pm
דורך ברוינע באנאנע
ווער געדענקט די מעכטיגע ארגענייזער פאלם פיילעט

געשריבן: מיטוואך אפריל 11, 2018 3:18 pm
דורך מי יודע
Potus האט געשריבן:איך וואלט עס נישט געקויפט

געשריבן: מיטוואך אפריל 11, 2018 5:33 pm
דורך נשמה
בס"ד
איך וועל דיר זאגן וואס איך טראכט יעצט. מיר דארפן ממאס זיין און אוועקשטעלן דעם ריכטיגן פערספעקטיוו פאר די קינדער בנוגע די צייט פארברענגעריי פון אזאנע כלים. אולי האי וכולי האי. מיר קענען נישט זיצן און זיך פרייען אז מיר פארברענגען נישט די ציייט דערויף, נאר מיר דארפן רעדן דערפון אז ס'איז נישט כדי די גאנצע זאך פון עס האבן און פארברענגען צייט דערויף. און מיר דארפן אויסרעכענען די חסרונות. מיט א פעסטע אייגענע איבערצייגונג אין די ווארהייט פון די רייד וואס מיר זאגן זיי. אז ס'איז נישט כדאי. ס'פארברענגט צייט. וכו' וכו' וכו'ו וכו'. נישט נעגעטיוו. נאר סתם אלץ פאקט אין וואס מ'איז באמת איבערצייגט. ווייל דאס איז טאקע דער אמת. מיר געבן זיי דערמיט א שטארקע פערספעקטיוו. נאך פאר די נסיון קומט אן. איך וואלט עס אויך נישט געקויפט בשום פנים ואופן. והשם הטוב ישמור ויעזור.

לאמיר דיר אבער זאגן סתם א אינטערעסאנטע זאך. לאמיר זאגן, איך זאג נישט אז דו זאלסט אזוי טון, איך זאג סתם אינטערעסאנט. לאמיר זאגן אז דיין קינד האט עס somehow פאר א וואך, און ער פארברענגט די צייט דערויף. יא? און דו זאגסט אים מיט א ווייעך לשון "זעהסטאך אליין ווי נישט גוט דאס איז" און אז דו לאזט עס עכט נישט האבן, און אז ער זאל עס שוין צוריקגעבן וכו'. איך טראכט סתם, אויב ער האט עס קיינמאל נישט, וועט ער נאר חלומ'ן דערפון. נישט אזוי? איך וויל דיר פרעגן. אויב א קינד האלט מיט פון די נאנט די צייט פארברענגעריי וואס א גוי פון די געגענט פארברענגט אויף זיין וויאזוי ס'הייסט, און ער זעהט בחוש אז ס'איז נישט גוט. איך געב נאר א משל. איז עס נישט מער איבערצייגונג? ווי למשל ער זאל עס בכלל נישט זעהן, און נאר טראכטן, "ווען גיי איך עס קענען אויסטרייען"? איך שפאקוליר.

געשריבן: מיטוואך אפריל 11, 2018 6:51 pm
דורך יונה
נשמה האט געשריבן:לאמיר זאגן אז דיין קינד האט עס somehow פאר א וואך, און ער פארברענגט די צייט דערויף. יא? און דו זאגסט אים מיט א ווייעך לשון "זעהסטאך אליין ווי נישט גוט דאס איז" און אז דו לאזט עס עכט נישט האבן, און אז ער זאל עס שוין צוריקגעבן וכו'. איך טראכט סתם, אויב ער האט עס קיינמאל נישט, וועט ער נאר חלומ'ן דערפון. נישט אזוי?.

און אויב איז די קינד אויפריכטיג און ענטפערט אז ס'איז גראדע יא זייער גוט און ציענד, אדרבה ער וויל עס האָבן בקביעות! וואָס טוט מען דאן?!..

גיבן צו קאסטן א תאוה איז גאר א ריזיקאלישע זאך, כאָטש מ'קען נישט זאגן אז ס'איז קיינמאל נישט רעקאמענדירט.

געשריבן: מיטוואך אפריל 11, 2018 7:20 pm
דורך fiena nieas
איינער האט פריער דערמאנט דעם פאלם פיילעט . קיקטס ווי די דורות פאלן אין ווילדסטן חלום וואלט איך נישט געטראכט פון בעטן פון מיין טאטע אזא כלי

געשריבן: מיטוואך אפריל 11, 2018 11:32 pm
דורך מטעמים
איך פלאן עס צו קויפען, עס איז די זעלבע ווי א געימבוי נאר אביסעל מער אפ-טו-דעיט.

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 12, 2018 2:02 am
דורך וואלברוזש'ע רבי
בבל האט געשריבן:איך בין געגאנגען חוה'' מ צי toys 2 discovere אין מיין קינד וויל קויפן א smart watch kids. אן מעגליכקייט צי פארבינדן מיט אינטערנעט עס האט א קעמרע געימס אין נאך. טאטש סקרין
בקיצור א כשרער סמארט פאון

האסט געטראכט אז מ'גייט דיר דא ענטפערן אז יא דו מעגסט?

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 12, 2018 2:17 am
דורך וויכטיג מאכער
בבל האט געשריבן:איך בין געגאנגען חוה'' מ צי toys 2 discovere אין מיין קינד וויל קויפן א smart watch kids. אן מעגליכקייט צי פארבינדן מיט אינטערנעט עס האט א קעמרע געימס אין נאך. טאטש סקרין
בקיצור א כשרער סמארט פאון



די סמארט וואטש איז א פשוטע טיימ-אוט אין פארום פון א זייגער!

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 12, 2018 9:34 am
דורך איךביןאיך
איך האלט אויב מען הייבט אן מיט דעם און דאר גייט ווערן די נייע נארמאל

גייען אנדערע קינדער האבן סמארט וואטש מיר אינטערנעט און קיינער גייט אפי' נישט וויסן
ס'זעט אויס די זעלבע ניין?

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 12, 2018 9:55 am
דורך פערדס מיניסטער
איךביןאיך האט געשריבן:איך האלט אויב מען הייבט אן מיט דעם און דאר גייט ווערן די נייע נארמאל

גייען אנדערע קינדער האבן סמארט וואטש מיר אינטערנעט און קיינער גייט אפי' נישט וויסן
ס'זעט אויס די זעלבע ניין?


ניין, די קינדערישע איז א גראבע טשוואק און די טאטישע איז א דינע(רע) זאך.