בלאט 2 פון 2

געשריבן: דינסטאג יולי 03, 2018 7:00 pm
דורך קנאפער ידען
מיט דיר האט געשריבן:וואס טיט זיך מיט די גאגל פיקסל היינט עס גייט נאך אן מען הערט נישט פין דעים גאר נישט

אוודאי הערט מען. דער גוגל פיקסעל 2 איז איינער פון די בעסטע פאונס דא היינט.

געשריבן: מיטוואך יולי 04, 2018 8:48 am
דורך מיט דיר
פאר וואס האט עס נישט דער עולם?

געשריבן: מיטוואך יולי 04, 2018 9:14 am
דורך קנאפער ידען
מיט דיר האט געשריבן:פאר וואס האט עס נישט דער עולם?

אסאך מענטשן האבן עס יא. אבער עס איז א טייערע פאון און אויב שוין טייער זענען אסאך מענטשן צוגעוואוינט צום געלעקסי וואס איז אויך גאר א גוטע פאון.

געשריבן: מיטוואך יולי 04, 2018 9:33 am
דורך מיט דיר
זיי האבן יפס נישט קיין הצלחה מיט זייערע הארדווער אייטמס אזוי זעט עס מיר אויס ניין

געשריבן: מיטוואך יולי 04, 2018 9:51 am
דורך קנאפער ידען
מיט דיר האט געשריבן:זיי האבן יפס נישט קיין הצלחה מיט זייערע הארדווער אייטמס אזוי זעט עס מיר אויס ניין

דער שאלה איז וואס הצלחה מיינט, און אסאך ארטיקלען זענען שוין געשריבן געווארן דערוועגן.

אויב דו זאגסט אז זיי ווילן עכט קאמפיטן מיט סעמסאנג, LG, מאטאראלע ענד די לייקס, און וואלטן עכט געקענט באשטיין זיי צו איבערנעמען. דאן האבן זיי זיכער נישט קיין הצלחה.

אנדערע טענה'ען אבער אז זיי ווילן פשוט האבן ארויסגעשטעלט א דעווייס וואס זאל זיין אזויווי א רעפרענס מאדעל פאר ענדרויד אין דזשענעראל, אז אט אזוי קוקט אויס א פלעגשיפ כלי מיט ריינע ענדרויד. און אין דעם האבן זיי היבש מצליח געווען, ווייל ווי געזאגט איז זייער פאון ממש פון די בעסטע, און טאקע דער בעסטע אין אסאך הינזיכטן.

איך האלט אויך ווי דער צווייטע מהלך. גוגל איז א סאפטווער קאמפאני און עס מאכט נישט קיין סענס אז זיי זאלן וועלן זען זייער קאסטומערס (די OEMס ווי סעמסאנג) אונטערגיין און זיי זאלן עס איבערנעמען.