ספר הכתב והקבלה ומחברו

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

ספר הכתב והקבלה ומחברו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קרעמער האט געשריבן:פון הכתב והקבלה (איך ווייס נישט ווער דער מחבר איז, אויב איז דאס נישט אויסגעהאלטן - ביטע איינמעלדן):

מיללער האט געשריבן:הכתב והקבלה האט מחבר געווען ר' יעקב צבי מעקלענבורג אב"ד קעניגסבערג אין דייטשלאנד, קיין הסכמות האט ער נישט, זיין תיהל איז צאמצוברענגען תורה שבע"פ מיט תורה שבכתב על דרך הפשט.

אלס חומר למחשבה און צוצוגעבן שטאף פאר אונזער נייער פילילאג הרב פארשלאפן, איז עס גאר גוט, א דאנק אייך הרב קרעמער.

farshlufen האט געשריבן:מיינע ידידים הרב קרעמער און הרב מיללער, צו ערשט א ישר כח פאר די הערות, צוויטענס עס זעט אויס אז איר הערט נישט ר' ישראל דוד שלעזינגער זז"ג'ס שיעורים, ער ברענגט כסדר צו ענליכע שטיקלעך פון דעם "הכתב והקבלה" און מאכט דערפון א לאנגס און א ברייטס ע"פ דרכו, נישט אז איך רעקאמענדיר דעם ספר אבער כך הוא דרכו של הרה"ג הנ"ל.

מיללער האט געשריבן:פארשלאפן,
איך הער ר' ישראל דוד'ס שיעורים אין תנ"ך כמעט טעגליך אין די קאר, למען האמת איך געדענק נישט הערן פון 'הכתב והקבלה' אבער עס קען זיין אז בי די שיעורים אויף תפלה דערמאנט ער עס, אלנספאל, אז ער ברענגט עס קען מען עס זיכער נוצן לסמך.


מאטעס האט געשריבן:איז דא א כלל אז הכל בחזקת איסור עד שיבוא אליהו ויתיר? א בושה אז מען דארף די הסכמה פון ר' שלזינגר אויף 'הכתב והקבלה' א לוחם מובהק געגן די השכלה, און דאס איז אויך דער ציל פונעם ספר,

farshlufen האט געשריבן:ר' מאטעס, ווען א איד פרעגט אויפן אידענטיטעט און אנגעהעריגקייט פון א מחבר ספר, איז נישט טייטש אז ער האלט אז עס איז אסור, ער וויל פשוט וויסן צו דער מחבר איז אזא איינער וואס ווייסט אז הראשונים כמלאכים, אדער איינער וואס קלערט אז הראשונים זענען געוועזן פשוט'ע בני אדם.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אין מכלול להרד"ק נדפס אין דייטשלאנד אין די תר' יארן איז דא א בריוו פון דעם הכתב והקבלה וואו ער נעמט זיך פאר די הברה אשכנזית, בתוך דבריו שרייבט ער אז ער האט גערעדט צו א געוויסן פראפעסער וואס האט באשטעטיגט זיינע ווערטער, מיינט דאס אז ער האט געהערט צום שטודירטן חדר?

אגב, איך האב געזוכט דעם מכלול אויף די נעט, איז עס טאקע נישט אראונד?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פארשלאפן,
מיר ליידן אויף טעלעפאטיע, נעכטן האב איך געלערנט טור וב"י הל' קרי"ש ווי מ'רעדט פון די דקדוק ביי קריאת שמע, דער ב"י ברעגט דארט עטליכע שטיקלעך פונעם 'מכלול' אזוי ארום האב איך גענומען דעם מכלול אין די האנט און 'בינגא' מיך אנגעשטויסן און די בריוו פון הרב מקעלענבורג צווישן די אנדערע בריווען וועכלע האבן מיר געשמעקט משכיליש, ווי למשל שד"ל.

וועגן דעם 'מכלול' אנליין, כבר יגעתי ולא מצאתי.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

טעלעפאטיע?

איך האב עס נעכטן איינגעהאנדעלט אין ספרים סטאר.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

farshlufen האט געשריבן:http://tog.co.il/he/Article.aspx?id=40

יישר-כח פארשלאפן פאר די לינק.

זיי לייגן אים אראפ אלס א לוחם קעגן השכלה וריפורם, למעשה זאגען זיי אז ער ברענגט אסאך פון
שד"ל און פונעם גר"א, ווער עס ווייסט די הרחק פון די צוויי זעהט די איראניע.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

דער הכתב והקבלה ברענגט אסאך אראפ פון שלמה מדונא און פון נה"ו אויך.
אוועטאר
ZARNOW
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 2:25 am

הרב הגאון הגדול ר' יעקב צבי מעקעלבערג - אב"ד קעניגסבערג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ZARNOW »


רבי יעקב צבי ישורון מֶקְלֶנְבּוּרג (מעקלנבורג)
היה רב ופרשן התורה בגרמניה. נודע בזכות פירושו לתורה "הכתב והקבלה". מראשי הלוחמים בתנועה הרפורמית.
נולד בשנת תקמ"א בלעסלא שבחבל פוזן לאביו רבי גמליאל מקלנבורג, מצאצאי רבי נתנאל וייל והמהרי"ו. בצעירותו למד אצל רב העיר ר' זכריה מנדל, ובהמשך עבר ללמוד בישיבתו של רבי עקיבא איגר. בהמשך התקרב לבית מדרשם של תלמידי הגר"א, והחל ללמוד עם רבי אברהם שמחה מאציסלאב- אחיינו של רבי חיים מוולוז'ין. הוא החל לעסוק במסחר כיוון שלא רצה להתפרנס מהרבנות, אך לאחר זמן מה ירד מנכסיו והכרח לקבל על עצמו משרת בעיר קניגסברג שבגרמניה.(בשנת 1830 התקבל לרב בקנגיסברג).
מתוקף תפקידו, היה ממובילי המלחמה ברפורמה שהתפשטה בגרמניה בתקופתו ( ופעל נגד אסיפת הרבנים הרפורמיים בבראונשווייג בשנת 1844),
וכשנבחר לקניגסברג "רב מטעם" סרב לקבל את הוראותיו. בעקבות כך, הוא ובני עדתו אף פרשו מקהילת קניגבסרג וייסדו קהילה אורתודוכסית בשם "עדת ישראל".
נפטר בי' בניסן תרכ"ה. את מקומו ברבנות העיר מילא רבי מאיר ליבוש בן יחיאל מיכל- המלבי"ם.

הכתב והקבלה- פירוש על חמישה חומשי תורה. נדפס לראשונה בשנת 1839, ובשנת 1880 נדפס מחדש עם השלמות מרובות, על ידי אברהם ברלינר.
פירוש זה הוא מעין תגובה לרפורמים, שכן הורא מדגיש את השילוב שבין התורה שבכתב לדברי חז"ל, כפי שכתב: "בעיניהם יראו ובלבביהם יבינו תורת הכתב ותורת הפה (תורה שבע"פ) תואמות הנה, תתלכדנה זו גם זו ולא תתפרדנה, כי מרועה אחד נתנו לכן שתיהן צדקו יחדיו ושתיהן אמת אחת הנה... ובמהלך מליצותי תמצא כולם בלי תוספת ובלי מגרעת, הכל גלוי ומפורש באר היטב בספר תורת משה איש האלקים" (הקדמה ל"הכתב והקבלה", מאמר התורה). כמו כן, עוסק הספר גם בענייני לשון ודקדוק.
עיון תפילה- על סידור "דרך החיים" שכתב רבי יעקב מליסא.
תשובות הלכתיות- הודפסו בספרי שו"ת שונים.
לעצט פארראכטן דורך ZARNOW אום דאנערשטאג מאי 12, 2016 2:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ועוד כי רצה להודיענו מקום קבורת האבות, באשר אנחנו חייבים לכבד מקום קבורת אבותינו הקדושים. (רמב"ן פרשת חיי שרה פרק כג')
אוועטאר
ZARNOW
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 2:25 am

די משפחה נאמען איז געווען מעקעלבערג אדער מֶקְלֶנְבּוּרג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ZARNOW »

ביי די נוסח המצבה פון זיינע קינדער און איינקליך שטייט מעקעלבערג?!
אטעטשמענטס
מעקעלבערג!!
מעקעלבערג!!
1.JPG (44.65 KiB) געזען 4380 מאל
ועוד כי רצה להודיענו מקום קבורת האבות, באשר אנחנו חייבים לכבד מקום קבורת אבותינו הקדושים. (רמב"ן פרשת חיי שרה פרק כג')
יודלייב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודלייב »

האם יש מי שיודע היכן מנוחתו כבוד של בעל הכתב והקבלה?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מן הסתמא דארט אין קעניגסבערג היינט Kaliningrad, אבער איך ווייס נישט אויב דארט איז עפעס געבליבן.
http://www.iajgsjewishcemeteryproject.o ... sberg.html
KOENIGSBERG:
"In the former Koenigsberg, in Prussia there were at least three cemeteries. The one by the Lithuanian Wall now has been reconsecrated. Another, for which the architect Mendelsohn designed a new hall, is profaned as a Veterinary Institute. Nothing can be seen of the third, surely the oldest in the city. Soviet apartment blocs are on the site. I do not know if this cemetery had "disappeared" during the German occupation.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

זעהט המעיין 212 עמוד 98, זוכנדיג איבער מנוחתו פונעם פתחי תשובה אין קעניגסבערג זענען זיי געקומען צו די זעלבע החלטה.
Capture.JPG
Capture.JPG (53.87 KiB) געזען 3912 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שואל ומשיב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואל ומשיב »

למכירה מכתב נדיר מבעל הכתב והקבלה.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

כיון דאתי לידן...

איז ער געווען א שטיק צייט די נשיא פון איינע פון די כוללים באה"ק?

אזוי איז משמע פון שער הספר היכלות זהר , וואס ר' שמואל העליר האט ארויסגעגעבן. ווי ער באדאנקט זיך עטליכע מאל פאר הגאון רבי צבי יעקב ז"ל.

שער-ספר-היכלות-זהר.jpg
שער-ספר-היכלות-זהר.jpg (302.8 KiB) געזען 3883 מאל


רבי יעקב צבי האט אויך מחבר געווען א שיינע פירוש אויף תפלה סידור "עיון תפלה".



ער האט געהאט אן איידעם ר' אברהם צאמארי, זי איז געווען חתונה געהאט צו זיין טאכטער "פירקא". (ראה בהמצורף, ממ"ש בהסידור הנ"ל).

חתנו-רבי-אברהם-צאמארי-אשת-בתו-פירקא.jpg
חתנו-רבי-אברהם-צאמארי-אשת-בתו-פירקא.jpg (78.94 KiB) געזען 3883 מאל



תמונתו

Yaacov_Zvi_Meklenburg_cropped.jpg
Yaacov_Zvi_Meklenburg_cropped.jpg (126.78 KiB) געזען 3883 מאל
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

נאטרוליסט האט געשריבן:דער הכתב והקבלה ברענגט אסאך אראפ פון שלמה מדונא און פון נה"ו אויך.

רש"ד יא, נישט צו סאך.
נה"ו ווייט נישט זעכער. (אפשר אין סידור, געדענקט איך נישט היצט)
בכל אופן איז קיין קושיא נישט, און עס מיינט - בכללות ביי די גדולים - כלל נישט אז ער האט עפעס געהאט א פאזעטיוו בליק איבער אים.

בר מן דין, כפי הידוע והזכור לי, ווען ער ברענגט אים איז ער נישט מסכים לדבריו.
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

אז מען רעדט שוין, האט איר דא אן אויסשניט פון פרשת ואתחנן.

דברים ידועים ופשוטים, אבער גוט צו וויסן פאר די וואס מיינען אז דער מהלך פון די גדולי ישראל פון 'דעם סארט שניט' האבן חלילה געהאט א נטי' כחוט השערה מהראשונים כמלאכים, חלילה לאמר כזאת.

הכתב והקבלה.PNG
הכתב והקבלה.PNG (135.07 KiB) געזען 3770 מאל
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

בעאבאכטער האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן:דער הכתב והקבלה ברענגט אסאך אראפ פון שלמה מדונא און פון נה"ו אויך.

נה"ו ווייט נישט זעכער. (אפשר אין סידור, געדענקט איך נישט היצט)

זעה וואס דער מחבר אליין שרייבט אין די הקדמה, אויך האב איך אמאל ערגעץ געזעהן, דוכט זיך אין המעין, א רשימה פון בערך פופציג מאל ווי ער ברענגט אים, וועל מיר עס אי"ה אויפזוכען, איין פלאץ וואס איך געדענק יעצט איז ביי 'את משנה התורה הזאת', דארט קריגט ער טאקע מיט אים.
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

פייערמאן האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן:דער הכתב והקבלה ברענגט אסאך אראפ פון שלמה מדונא און פון נה"ו אויך.

נה"ו ווייט נישט זעכער. (אפשר אין סידור, געדענקט איך נישט היצט)

זעה וואס דער מחבר אליין שרייבט אין די הקדמה, אויך האב איך אמאל ערגעץ געזעהן, דוכט זיך אין המעין, א רשימה פון בערך פופציג מאל ווי ער ברענגט אים, וועל מיר עס אי"ה אויפזוכען, איין פלאץ וואס איך געדענק יעצט איז ביי 'את משנה התורה הזאת', דארט קריגט ער טאקע מיט אים.
רעכט, די הקדמה האב איך נישט געזעהן, היצט זעה איך אז ער האט אויף אים אן אנדער ר"ת, "רנ"ו", און נישט "נה"ו", איך האב נישט אויפגעפאסט אז דאס מיינט אים (היתכן?).
וא"כ ברענגט עם אים פיל מאהל, און לאו דוקא מחולק.

אבל כאמור, ביי די גדולים איז עס קיין קושיא נישט (ווי אויך רש"ר הירש וכו'), זיין שארפע ההתנגדות צו די אלע געמיינע חברה איז ידוע.

געוועהן עפעס אן אנדער מין 'חדר', נישט וואס אונז קענען פון פולין גאליצע אונגארן וכו'.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

בעאבאכטער האט געשריבן:
פייערמאן האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן:דער הכתב והקבלה ברענגט אסאך אראפ פון שלמה מדונא און פון נה"ו אויך.

נה"ו ווייט נישט זעכער. (אפשר אין סידור, געדענקט איך נישט היצט)

זעה וואס דער מחבר אליין שרייבט אין די הקדמה, אויך האב איך אמאל ערגעץ געזעהן, דוכט זיך אין המעין, א רשימה פון בערך פופציג מאל ווי ער ברענגט אים, וועל מיר עס אי"ה אויפזוכען, איין פלאץ וואס איך געדענק יעצט איז ביי 'את משנה התורה הזאת', דארט קריגט ער טאקע מיט אים.
רעכט, די הקדמה האב איך נישט געזעהן, היצט זעה איך אז ער האט אויף אים אן אנדער ר"ת, "רנ"ו", און נישט "נה"ו", איך האב נישט אויפגעפאסט אז דאס מיינט אים (היתכן?).
וא"כ ברענגט עם אים פיל מאהל, און לאו דוקא מחולק.

אבל כאמור, ביי די גדולים איז עס קיין קושיא נישט (ווי אויך רש"ר הירש וכו'), זיין שארפע ההתנגדות צו די אלע געמיינע חברה איז ידוע.

געוועהן עפעס אן אנדער מין 'חדר', נישט וואס אונז קענען פון פולין גאליצע אונגארן וכו'.


מען קען מוסיף זיין אויף דיינע ווערטער בהקדם א שטיקל פונעם לוחם מלחמות ה' הרה"ק המנחת אלעזר ממונקאטש זכר צדיק וקדוש לברכה, ווי ער שרייבט אין דברי תורה (אינה תחת ידי כעת לציין המקור בדיוק) אן אריכות גדול מיט א משל וכו', פארוואס ווען א דייטשיטשער איד גייט שטודירן צו ווערן א דאקטאר איז דאס נישט אזא פראבלעים ווי א אונזעריגער היימישער איד.

תוכן הדברים ברענגט ער דארט ארויס, אז היות אין דייטשלאנד האט מען אויסגעריסן די אידישקייט אויף פארשידענע שרעקליכע אופנים, ממילא ווען א דייטשיטשער איד וואס איז ערליך און אפגעהיטן גייט ווערן א דאקטאר שאדט דאס נישט פאר אים אזוי שטארק, וויבאלד זיין מאגן איז שוין ליידער אויסגעשטעלט צו עסן פארדארבענע מאכלים, ממילא קען זיין מאגן סובל זיין צו עסן די דאקטוירישע מאכלים אויך, און דאך זאל ער בלייבן א שטרענגער ארטאדאקסישע תורה טרייער איד.

מה שאין כן ביי אונזערע מקומות, ווי די גאנצע אידישקייט איז - ברוך השם - געווען אויף סאך א העכערע דרגה ווי אין דייטשלאנד, דעריבער זענען די איצטמוכא פון אונזערע אידן נישט אויסגעשטעלט צו עסן פארגרעבטע מאכלים, און צוליב אונזער העכערקייט און איידלקייט קען די סארט זאכן אראפשלעפן זייער שטארק א מענטש רחמנא ליצלן.

די שטיקל פונעם מנחת אלעזר זי"ע איז א מורא'דיגע יסוד אין די שינויים פון די פארשידענע לענדער, עס לוינט זיך אליינס אריינצוקוקן דארט.

לענינינו, ווען מען קוקט אויף די דייטשיטשע גדולים פון ר' שמעון רפאל ז"ל און די אנדערע, ווען מען זעהט זאכן וואס פאר אונז איז דאס שטארק נישט אויסגעהאלטן, דארף מען דן אין די זעלבע צייט געדענקן פון ווי זיי קומען, זיי קומען פון א לאנד וואס איז געווען פארדארבן ערו ערו עד היסוד בה, און די פאר אידעלעך האבן מיט די לעצטע כוחות זיך צוריקגעכאפט צו אידישקייט, ממילא ווי זיי האבן געזעהן א איד וואס לייגט תפילין און היט שבת, האבן זיי אנגענומען זייערע ווערטער, זיי האבן נישט בודק געווען כל גופו אם יש בו דברים אחרים הרעים.

ועוד אז געוויסע מענטשן וואס האבן אין אונזערע מקומות געהייסן און געווען באמת אפגעפרעגט, ווען זיי טוען ווען די זעלבע זאך אין דייטשלאנד וואלט דאס געווען דארט אן הצלה, וויבאלד אין דייטשלאנד איז די מצב געווען קאטאסטראפיש אז אזעלכע סארט זאכן וואס אין פוילן וגאליציע וואלטן די זאכן אינטערגעברענגט אידישקייט - דעריבער זענען די דאזיגע וואס האבן דאס געוואלט געווען ביי אונז לחרפון ולדראון עולם - אבער די זעלבע זאכן וואלט אין דייטשלאנד געווען אן הצלה, דעריבער איז יתכן אז דייטשישע גדולים האבן נישט פארשטאנען פארוואס אזעלכע מענטשן ווי נה"ו וכיו"ב זענען אפגעפרעגט.

אינטערשטע שורה, לכאורה וויבאלד דער הכתב והקבלה איז אליין געווען א שטארקער לוחם קעגן השכלה, מעג מען לערנען זיינע הערליכע פשט ספרים, און ער אליין איז נישט אפגעפרעגט. ווען ער ברענגט עפעס פון א מקור שאינו מוסמך איז דא על מה לסמוך אים דן צו זיין לכף זכות.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
באר רחובות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 4:42 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באר רחובות »

farshlufen האט געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2017 9:11 am
זעהט המעיין 212 עמוד 98, זוכנדיג איבער מנוחתו פונעם פתחי תשובה אין קעניגסבערג זענען זיי געקומען צו די זעלבע החלטה.
Capture.JPG
זע דא, אפשר קען מען זעהן זיין מצבה, דאס איז געדרוקט אין שנת תרס"ד.
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”