נפלאים מעשיך - ר' פרץ לעפקאוויטש

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

נפלאים מעשיך - ר' פרץ לעפקאוויטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

לעצטנס איז ערשינען פון דרוק די ערשטע באנד פון א ליקוט פון הערליכע מעשיות און סיפורי צדיקים וואס הרב ר' פרץ לעפקאוויטש [זילבערמאן] האט געהערט פון קראנטע מקורות, דאס רוב איז פון וואס עס האט דערציילט רבו מובהק פאיע רב ז"ל, ווי אויך ברענגט ער פילצאליגע מעשיות וואס ער האט אליין געהערט מפ"ק פון רבינו הק' מסאטמאר זי"ע, מיר האבן דעם ספר איינגעהאנדעלט פאר עטליכע וואכן צוריק [און שוין געקויפט איינס פאר א חבר אויך] און מיר קאנען זיך נישט גענוג אפוואונדערן פון וויפיל חידושים מיר ווערן געוואויר דערפון, אויך האט עס א זעלטענעם אריגענעלען חן און טעם זקנים, די אנטווערפענער בעלי בתים זענען זעהט אויס גוט געוואוינט פונעם פשעווארסקער נוסח פון דערציילן סיפורי צדיקים און זיך אפלערנען דערפון.

דער ספר איז אביסל שווער צוטרעפן ווערנדיג צוכאפט פון די געשעפטן, דאס איז געווען אונזער פערזענליכע עקספיריענס מיר האבן געדארפט באזוכן די ספרים געשעפטן א שיינע פאר מאל ביז מיר האבן עס געפונען.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

כפארשלאפן ועוד,
איך האב נאך דעם ספר נישט געזעהן, אבער איך האב געהערט פון מיינס א חבר וועלכער האט געוויילט אין בעלגיע די פארגאנגענע וואך ווי ער האט געהאט א געלעגנהייט צו קוקען אויף דעם דערמאנטן ספר, ער איז ארויס פון התפעלות.

אין מיין 'עוורידעי' ספרים געשעפט האב איך ערווייל נישט פארכאפט צו טרעפן דעם ספר, פילייכט איז דאס אויסגעגאנגען אדער האט ער עס נישט געקריגען, אפשר איז פארהאן איינער וואס פארקויפט עס אנליין.
פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2009 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייש קרויז »

דער ספר איז הפלא'דיג, און איז אריגינאל, דער פאיער רב שליט"א שרייבט דארט, אז ער האט די אלע זאכן טאקע געהערט פון טאטן, נאר ער שרייבט עס נישט אראפ, אבער על פי שנים עדים יוקם דבר, ווי באקאנט האט זיך אפילו דער סאטמארער רבי פארלאזט אויף וואס דער פאיער רב האט געהערט מבית אבותיו חסידי שינאווע וצאנז.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך האב פונקט היינט געהערט פון דעם ספר, איך האב עס נאכנישט געזעהן, אבער לויט ווי איך הער, איז עס זייער אינטערעסאנט....
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

איך האב אים, ער איז גאר גאר גוט, כידוע איז דער מחבר זעלבסט זייער א פונקליכע דערציילער, עס איז פיין אראפ געשריבן מיט אסאך מראה מקומות , ס'איז זייער א גוטע ארבעט און כדאי צו האבן אין באזיץ
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

קריטיק איז אויך אמאל נייטיג
לדעתי אזא ספר נפלאים מעשיך האט געזאלט געדרוקט ווערין אויפן סטיל ווי מפיהם ומפי כתבם או ווי שיח זקנים, די אלע הערות אין דאקומענטין געבין נישט צו צום סיפור הדברים ועוד אפילו דאס צושטעלין די שיינע סיפורים וואס האט אויך פאסירט אויף אן ענדליכען אופן איז זייער שיין, אבער אנו כלים והם לא יוכלו ומה ראה צוצושטעלין דעם סיפור מער ווי אצווייטין, ווער עס האט געליינט די בוך מדאשקע לדאשקע ווייסט וואס איך מיין

[בדרך אגב די אלע דאקמעניטין אין צושטעליר לא יצא מפרי עטם פון ר' פרץ נאר פונעם מוציא לאור הידען העצום ר' יואל דאסקאל, וואס ער האט פארשטייט זיך נאר מכוון גיווען אינטערסאנט צו מאכען גם פארן המון עם]

הערה אויפן ספר:[כהאב נישט עכשיו די ספר פאר מיר]
ביים מערכת סאנז אדער ערגעצווי איז דא א פאקסמיליע פון הרב דברי חיים מסאנז וואס ליינט זיך אזוי [נישט מדויק ממש] לויט די די איבער זעטצונג פונעם מו"ל:
"דברי א"א [כדענק נישט צו מהאט דאס מפענח גיוועזין אבער דעם ר"ת מאכט איש אלוקים] לפענ"ד [דאס מאכט כמובן לפי עניית דעתי] נכונים וישרים ולהשומע יונעם ותבוא ברכת טוב, תרכ"ט הק' חיים הלבר שטאם"

הקדמה קצרה:
די מכתב איז א מכתב מפורסם וואס הרב דברי חיים האט צוגעשריבען צו א מכתב וואס ר' הירשלי מזידיטשוב האט געשריבען צו א געוויסע ק"ק בנוגע משיג זיין גביל השוחטים וכדומה

שטעלט זיך א פראגע וואסארא לשון איז דאס ווען די דברי חיים קומט מחזק זיין דבריו פון ר' הירשלי צו שרייבען "לפי עניית דעתי" נכונים וישרים, נאך דערצו ווען הרב דברי חיים האט זיך מכניע גיווען פאר ר' הירשלי אין גיווען יונגער מיט היפש א פאר יאהר

די תירוץ איז פשוט ווי איך מקדים גיווען איז דאס דברי תגובה וואס הרב דברי חיים האט צוגעשריבען אויפן אנדערין זייט פונעם מכתב אין די ריכטיגע ווערטער וואס שטייט איז, "דברי א"א מעל"ד [וואס מאכט מעבר לדף]
נכונים וישרים" [והמעיין היטב רואה בחיש אז אזוי שטייט ודי בזה]

והכל על מקומו יבוא בשלום,

וואס בדרך אגב די גאנצע דוקאמענט איז נישט מן הענין שם, אין וואס זאגט מיר א צילום פין א חתימה פינעם סאנזער רב [דוגמא אחת מיני אלף]

גראדע אויף דעם מכתב איז דא אחשש זיוף ווייל ר' הירשלי איז אוועק תר"ט, אין חתימת הרב דברי חיים איז פין שנת תרכ"ט, סיידען צ'מיוועט זאגען אז די פרשה איז גיווען א פרשה אריכתא

בדרך כלל איז די ספר ממש כמוצא שלל רב פול מיט פארצייטישע אונגארישע ארגינעלקייט אין אמתדיגקייט

ווען מהר"א מסטמאר איז גיווען אין די שווייץ האט ר' פרץ שפאצירענדיג ביחד פארציילט א סיפור נאה פון הרב דברי יחזקאל משינאווא בשם רבו מפאיא, ווען מ'האט זיך גיזעצט דארט צו אסעודה האט מהר"א פארבעטין ר' פרץ איבערצופארציילען די סיפור אין האט אזוי געטאהן, שפעטער האט מהר"א מנמק גיווען שלא בפני ר' פרץ אז ער האט געוואלט זעהן צי ער פארציילט זיינע סיפורים מיט א פונקטליכקייט וכך הוה ער האט איבער דערציילט דעם סיפור "מיט זעלבע תנועת אין קנייטשען", ביי אן אנדערין געלעגינהייט האט מהר"א גיזאגט "ר' פרץ איז א מקור".
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

ווען ר' פרץ ערווענט די ענין וויפיל רבנים האבען זיך מספופף גיווען בצה"ק הרב דברי חיים מסאנז [כאמור האב איך נישט די ספר עכשיו תחת ידי] אין דאס האט געגרייכט למעלה מק' רבנים יושבים על מדין.
שטעלט צו ר' יואל דאסקאל, א פאטאסטאט פינעם חוברות ילקוט הרועים דארט ווערט גיברענגט די נוסח פון א קול קורא מיום אסרו חג שבועות שנת תרכ"ט בעיר סאנז, ווי עס חתמנען למעלה ממאה רבנין יושבים על מדין, פון דארט ברענגט זיך הנ"ל ראי' אז עס האבין זיך מסתופף גיווען למעלה פין הונדערט רבנים אויף שבועות.

למען האמת אין נישט ח"ו פוגע צו זיין בכבוד קיינעם ובפרט בהני מצוקי ארץ וואס האבין גישאקעלט וועלטין
וויל איך ארויס ברענגין אן ענין וואס הרב מסאטמר האט מקדיש גיווען א פרק מלא אין זיין חיבור הידוע נגד ציונית קעגין די אלע פאבריצירטע מעשיות און הגזמות אויפן חשבון פון רבותינו העש"ט ותלמידיו, אין ער ברענגט די "לשון הזהב" פון דברי הרמב"ם "כמו שהמכזב מכזב בפיו מכזב בקולמוסו" אין דעריבער נישט יעדע זאך וואס איז געדריקט מיינט אז עס איז א תורה שלימה

אין יעצט צום ענין, [כ'דענק נישט אויב עס ווערט דערמאנט אין נפלאים די נושא וואס די קול קורא איז באזירט אויף]

די ספר ילקוט הרועים איז ארויס אין די תקופה פין די פייערדיגע פילוג צווישען סאנז און סאדיגור, בשעתו איז ארויס עטליכע חיבורים פון ביידע צדדים ואכמ"ל וואס א נפש היפה פארשטייט זיך איז סולדות כהיום צו נישטערין אין די ענינים, אין די חיבור ווערט גיברענגט די דערמאנטע קול קורא וואס דאס איז למעשה א חירום וואס איז ארויס מצד סאנז נגד ס"ג,

המעיין בנפלאים וועט זעהן אז סאיז נאר ניכר די ערשטע בלאט חותמים וואס ציילט אן ערך פון שלושים צי ארבעים חותמים, אנוכי הקטן בין גיוועהן נייגעריג צו זעהן די גאנצא הונדערט, כהאב זיך נישט געפוילט אין נאכגעקוקט, אנקומענדיג צום צוויטען בלאט איז ערשינען נאך איינצינלע חותמים, אין דער נוסח ענדיגט אז למעשה איז גיווען ביים אסיפה למעלה ממאה רבנים נאר נישט יעדער האט גיקענט חתמנן צוליב אנשי צד השני וואס איז דא אין זייער שטעט

עכ"פ נוסח די היינטיגע טיילוייזער ציבור פון דרום אין דערנאך טיילווייז מערב...

ממילא קיין ראי' אז סגיווען למעלה ממאה איז זיכער נישטא, אולי חמשים, וזאת לדעת אז סאנזער רב איז גרויס גיווען אנא דעם [כידוע האט הרב מסאטמר דערציילט אז זיין טאטע דער קדוי"ט מסיגעט האט יעדער שבת ביים אויבער טיש גערעדט פון זיין רבין סאנזיר רב קיינמאהל קיין מופתים נאר עבו"הש] אין נישט וויפיל רבנים סהאבין זיך מסתופף גיווען בצילו מעסט זיך די גרויסקייט אין אז משרייבט יא זאל מען נישט שרייבן בהגזמה, אין אז דער תפארת שלמה מראדאמסק איז זיך געקומען מסתןפף זיין שבועות ביים סאנזער, ווען ער איז שוין גיווען א וועלטס רבי, איז אויך גענוג

דעס איז בנוגע די ציפערין אין יעצט המעיין בחותמים וועט זעהן שמו של ר' שמואל ט"ב מגארליץ אחי הייטב לב מסיגעט, אין הרב קדוי"ט מסיגוט נאך זייענדיג רב אין טעטש, אין חתימת אחיו ר' משה יוסף ט"ב נאך זייענדיג אין סטראפקאוו

האט מיר דערציילט הרב ט"ב מקרית סאסוב אה"ק, אז זיין קאזין דער ברך משה מסיגעט סאטמאר האט אים דערציילט אז די חתימה פינעם קדיו"ט איז פאלש,

סאיז מיר פארענטפער גיווערין דאס אין ספר אבני אור [תולדות האחים הרבנים משפחת ליכטענשטיין מקראסנא] ווערט גיבריינגט אז הרב עצי חיים מסיגעט בן הקדוי"ט האט זיך אוסבאהאלטען אין געגאנגען א שבת קיין אדמה"ז מטשורטקוב, אין אויב איז אמת וואס זיין טאטע האט אזוי מתנגד גיווען צו ס"ג וואלט ער נישט געפארען אפי' בצינעא

אויך איז מיר גוט גיווארן וואס ווערט גיברענגט אין ס' חמדה גנוזה חלק סאנז אז הרב ייטב לב האט זיך נישט געמישט אינום פילוג מטעם א כ"ש פין זיין זיידע הרב ישמח משה וואס האט נאכדערציילט אז ער געדענקט זיך נאך ביים מחלוקות קרח ועדתו וואס ער נישט גענומען א צד, האט דער ייט"ב געמאכט א ק"ו ומה התם כ"ש הכא

ועוד יש לאריך נאר מברויך כח
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ברוך הבא הרב צנא מלא ספרא ר' שמיטשקע יהא בואך לברכה, מיר האבן שוין קונה געווען אין אייערע ערשטע תגובות א היבש מער ווי א שמיטשקע.

זאגט איר אז דער ברך משה האט געזאגט אז די חתימה איז פאלש, דאס איז מיר א חידוש, א דאנק פאר די ידיעה אליין.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א דא האבן מיר איינעם פון וועם מיר קענען אסאך הנאה האבן, זייער אינטערעסאנע הערות סעמי.

מיר האבן שוין ערגעצוואו גערעדט וועגן דעם שבועות ביי וועלכע דער תפארת שלמה איז געקומען קיין צאנז, וכפי ששמענו מאדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א איז דאס געווען אלס א פיוס צוליב די רדיפות וואס חסידי ראדאמסק האבן אויסגעטיילט פאר בנו הרה"ק ר' דוד בעיר קשאנוב, והדברים ידועים.

וועגן די ליסטע פון רבנים בצל מרן הדב"ח, אינעם ספר 'מקור חיים' איז דא א רשימה וואס ר' חיים דוד גראסס מפעטראווא שרייבט, הגם ער זאגט נישט אז די אלע זענען געעוען אין איין יאר, אבער עס איז גאנץ א שיינע רשימה (כ'ווייסט נישט די מספר).
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

דוכט זיך אמאל געהערט פון מהר"א מסאטמאר אז ווען דער דברי חיים האט געבעטן דער ייטב לב זאל אונטערשרייבן האט ער זיך אויפגעקנעפלט און געזאגט עפעס א מין לשון אז ער האט נישט קיין שום פני' קעגן אים אבער ער קען נישט אונטערשרייבן, איך געדענק נישט פונקטליך ווער ס'קען זאל עס ביטע שרייבן פונקטליכער,
איז דאך זיכער אז זיין זון דער קדושת יו"ט האט נישט אונטערגעשריבן (לכאורה)
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

סעמיטשקע האט געשריבן:גראדע אויף דעם מכתב איז דא אחשש זיוף ווייל ר' הירשלי איז אוועק תר"ט,

דער רבי דער עטרת צבי איז נסתלק געווארן י"א תמו"ז תקצ"א.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

ביקסאד האט געשריבן:
סעמיטשקע האט געשריבן:גראדע אויף דעם מכתב איז דא אחשש זיוף ווייל ר' הירשלי איז אוועק תר"ט,

דער רבי דער עטרת צבי איז נסתלק געווארן י"א תמו"ז תקצ"א.


טעות לעולם חוזר די מכתב איז נישט פין עטרת צבי נאר פון ר' הירשלי מרימנוב.

ש'כוח ביקסאדער
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

מיללער האט געשריבן:וועגן די ליסטע פון רבנים בצל מרן הדב"ח, אינעם ספר 'מקור חיים' איז דא א רשימה וואס ר' חיים דוד גראסס מפעטראווא שרייבט, הגם ער זאגט נישט אז די אלע זענען געעוען אין איין יאר, אבער עס איז גאנץ א שיינע רשימה (כ'ווייסט נישט די מספר).


אין ספר כל הכתוב לחיים [ארויס גיגעבין דורך ר' צבי מאשקאוויטש ארויסגעבער פון די מפורסם דיגער ירחון "אוצרות ירושלים", וואס איז בעצם א דרכי חיים הארוך דהיינו בנוסף צום דרכי חיים איז דא המון הוספות מיט מראה מקומות, אויך איז דא אסאך ענינים וואס איז בכלל נישט געדירקט אין דרכי חיים], עמ' ר"כ, איז דא א שיינערע רשימה ווי אין מקור חיים, די ציפער לויפט אריבער הונדערט, אין בדרך אגב האט עס בכלל נישט מיט מסתופף זיין בצ"ק אויף א יו"ט נאר סתם וואס האבן זיך גיהאלטן חסידים.

די רשימה דארט איז היפש נלקה בחסר וביתר [כגון די תפא"ש וואס איז נישט געקומען בתור תלמיד, כמ"ש בשם די מהר"א בשלחן מלכים] ועוד חזון.

גם אז מהאט שוין דערמאנט די דרכי חיים [ארויסגיגעבן דורך די לאנגיעריגער משמש ר' רפאל צימעטבוים] נימא בו מילתא, אויך מענינא אז מדארף נישט אלעס גלייבען.

היות אין סאנז האט מען נישט גימאכט קיין עסק פון מופתים ובפרט סאנז איז גיווען מדת האמת כידוע, [אין ווי דער דברי יחזקאל [אפשר גאר די גארליצער רב] האט זיך אוסגעדרוקט "וויפיל חיבורים מקען שרייבן מופתים וואס האבן גע'פועל'ט קען מען ארויסגעבען דאפעלט וואס האבען נישט געפועלט"] זאגט זיך נאך אן אימרא אז ווען ר' רפאל האט ארויסגיגעבן די דרכי חיים האט זיך גארליצער אנגעריפען אוועקמאכענדיג די חיבור אז סאיז "דרכי רפאל".
א שיינע סיפור, אבער המעיין בשערבלאט דפוס ראשון פינעם חיבור שטייט "קראקא תרפ"ג" אין גארליצער רב וואס איז נסתלק גיווארן תרס"ו האט נישט דערלעבט צו זעהן די ספר באור עולם אונטערן נאמען דרכי חיים.

שכוח הרב מילער פאר די ווארימע אויפנאמע.

גם הרב פארשלאפען א הערצליכער דאנק.
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

די פארצייטישע "משוגעים"!


סוואלט זיך געפאסט לכבוד שבועות צו מחדש זיין אן אשכול "שבועות בצל הקודש", צו שילדערין די ימי השבועות בצל קדושת רבותינו פון די ראשונים כמלאכים, אבער די צייט איז שוין צי קורץ און ערלויבט נישט, דעריבער היות מהאט דא ערווענט דאס ענין פון הסתופפות בצל הד"ח נימא בן מילתא [טראץ די אשכול איז מיוחד צום ספר נפלאים, קען איך מיר נישט איינהאלטן] ארויסצוברענגין ווי סהאט אויסגיזעהן די חביבות התורה ביים בעלי בתישען אמאהל.

די קול ארי' ר' אברהם יודא הכהן שווארץ הגם ער איז גיווען א בוגר ישיבת פרעשבורג נאך מימי החת"ס [און דערצו באקומען שטארקע קירבה דארט טראץ זיין יונגען עלטער ווען ער איז אנגעקומען אין ישיבה בשנת תקצ"ח 2 יאהר פאר פטירת חת"ס], האט זייט שבועות תר"י נישט פארפאסט קיין שבועות בצל הדברי חיים, בס"ה כ"ו יארען די ד"ח איז דאך אוועק כ"ה ניסן תרל"ו, [מאנכע כותבי הדורות טענהן אז דאס איז די סיבה צו די השמטה פונעם שם הקול ארי' פון אלע כתבי ר' שלמה סופר מבערגסאז, נכד החת"ס וואס באשרייבט תולדות זקינו בפרטית [ס' חוט המשולש] און דערמאנט נישט די נאמען פונעם קול ארי' אפי' פעם אחת, ווייל די אריבערגאנג פון פר"ב צו סאנז נאכן פטירה פונעם חת"ס איז גיווען בעיניו א פגיעה בכבוד די פרעשבורגער דינאסטיע, אבער למעשה איז דא ראיות להיפך און די סיבה האמיתית איז גיווען וועגן די רבנות און בערגסאז וואס די קול ארי' האט פארלאזט ואכ"מ].

מאכט זיך אמאל אין די טעג פאר שבועות ווי די קול ארי' זיצט און לערינט בקול אין די פארטאגס שעות אין די סאנזער קלויז, בינתיים רוקט זיך אריין די גביר ר' יוסף ליב כהנא פון סיגוט [חסיד נלהב להרב ד"ח בנו פון מו"ץ בעיר סיגעט ר' נחמן כהנא בנו פינעם קונטרס הספיקות אב"ד דשם], און הערט זיך געמיטליך צו צום מתיקות עריבות התורה פינעם קול ארי' און פלוצלינג נישט מער און נישט ווייניגער גייט ר' יוסף ליב ארויס א פייערדיגער ריקוד.

נאך אפאר מינוט האט די קול ארי' דאס באמערקט, פרעגט ער איהם לשמחה מה זו עושה, ענטפערט ער מחמת די עריבות התורה וואס ער האט צו גיזעהן ביי איהם.
רופט זיך אהן די קול ארי' אויב אזוי קומט מיר צו טאנצען ומה לו לכבודו די גאנצער ריקוד.
איז איהם מסביר ר' יוסף ליב אזוי:
"אריינקומענדיג אין ביהמ"ד האב איך גימאכט אזא חשבון מילא ר' אברהם ליב די בערגסאזער רב [=קול ארי'] ווען נישט אונז זעמיר מקבל די תורה וואלט ער מיט זיין טיפען קאפ כאטש אויסגעוואקסען א שר לכה"פ א פראפעסער אבער איך פשוטער איד ווען נישט די תורה ווי וואלט איך מיר אהין געטוהן" פירט ר' יוסף ליב אויס "איז נאך א וואונדער פארוואס ווען כהאב גיזעהן כבודו לערנען זאל איך נישט טאנצען?"
די קול ארי' הערנדיג דאס, לאזט ער זיך ארויס אין פייערדיגער טאנץ האנט ביי האנט מיטן ר' יוסף ליב, אויס התפעלות צי די ריינע אמתדיקע אהבת התורה פון א בעל הבית.
די פאר אידען און שוהל וואס האבן דאס צוגיזעהן טראכטען נישט קיין צוויי און כאפען זיך מיט.

צוביסלעך האט זיך די ציבור אנגהויבן צאמצוקומען אין שוהל צו תפילת שחרית, אריינקומענדיג זעהן זיי ווי די עשרה ראשונים אידען טאנצען אינאיינעם מיטן בערגסאזער רב, האבן זיי זיך צוגעכאפט צום עסק, ביז דער גאנצער ביהמ"ד האט מיט גיטאנצען...

סאנזער רב אריינקומענדיג און ביהמ"ד צום דאווענין פרעגט מיט וואונדר פשר הדברים, ביז איינער לויפט צו און איז מסביר די ענין, האט זיך די רב אנגערופען "זייער שיין זייער שיין".

מיט דעם קען מען עטוואס פארשטיין די דברי אוה"ח הק' אז ווען מענטשן וואלטן פארשטאנען "מתיקות עריבות התורה היו משתגעין", פשוטו כמשמעו, אט אזוי האבן אוסגיזעהן די פארצייטישע משוגעים וואס האבן זיך גידרייט אין סאנז, אשרי העם שלו ככה, וחבל על דאבדין ולא משתכחין.

ווי גיזאגט איז דא הרבה צו שרייבען איבער הסתופפות בצל הק' נישט דוקא אין סאנז, נאר אין הזמן מספיק מקדיש צו זיין א אשכול אזוי נאענט צום חג ועוד חזון, אבער ווי ר' ישכר פראנד האט געדרשנט ביי זיין היי-לייט דרשה ביים לעצטן סיום הש"ס "איטס נעווער טא ליטל ענד נעווער טא לעיט", פרייע איבער זעטצונג: סקיימאהל צו ווייניג און קיינמאהל צו שפעט.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נעכטן האב מיר געקויפט דעם חלק ב' פון דעם ספר נפלא און איך קען עס נישט אראפלייגן פון די האנט, בעיקר איז אינטערעסאנט די אפטיילונגען פון רבותינו לבית סאטמאר אוו פון רבו הרה"ק רבי איציקל.

אביסעלע קריטיק, דער לשון איז היבש גרייזיג און די הערות מאכן נישט קיין סענס.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
imzist
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך imzist »

אוואו קריגט מען דאס?
imzist
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך imzist »

סעמיטשקע האט געשריבן:ווען ר' פרץ ערווענט די ענין וויפיל רבנים האבען זיך מספופף גיווען בצה"ק הרב דברי חיים מסאנז [כאמור האב איך נישט די ספר עכשיו תחת ידי] אין דאס האט געגרייכט למעלה מק' רבנים יושבים על מדין.
שטעלט צו ר' יואל דאסקאל, א פאטאסטאט פינעם חוברות ילקוט הרועים דארט ווערט גיברענגט די נוסח פון א קול קורא מיום אסרו חג שבועות שנת תרכ"ט בעיר סאנז, ווי עס חתמנען למעלה ממאה רבנין יושבים על מדין, פון דארט ברענגט זיך הנ"ל ראי' אז עס האבין זיך מסתופף גיווען למעלה פין הונדערט רבנים אויף שבועות.

למען האמת אין נישט ח"ו פוגע צו זיין בכבוד קיינעם ובפרט בהני מצוקי ארץ וואס האבין גישאקעלט וועלטין
וויל איך ארויס ברענגין אן ענין וואס הרב מסאטמר האט מקדיש גיווען א פרק מלא אין זיין חיבור הידוע נגד ציונית קעגין די אלע פאבריצירטע מעשיות און הגזמות אויפן חשבון פון רבותינו העש"ט ותלמידיו, אין ער ברענגט די "לשון הזהב" פון דברי הרמב"ם "כמו שהמכזב מכזב בפיו מכזב בקולמוסו" אין דעריבער נישט יעדע זאך וואס איז געדריקט מיינט אז עס איז א תורה שלימה

אין יעצט צום ענין, [כ'דענק נישט אויב עס ווערט דערמאנט אין נפלאים די נושא וואס די קול קורא איז באזירט אויף]

די ספר ילקוט הרועים איז ארויס אין די תקופה פין די פייערדיגע פילוג צווישען סאנז און סאדיגור, בשעתו איז ארויס עטליכע חיבורים פון ביידע צדדים ואכמ"ל וואס א נפש היפה פארשטייט זיך איז סולדות כהיום צו נישטערין אין די ענינים, אין די חיבור ווערט גיברענגט די דערמאנטע קול קורא וואס דאס איז למעשה א חירום וואס איז ארויס מצד סאנז נגד ס"ג,

המעיין בנפלאים וועט זעהן אז סאיז נאר ניכר די ערשטע בלאט חותמים וואס ציילט אן ערך פון שלושים צי ארבעים חותמים, אנוכי הקטן בין גיוועהן נייגעריג צו זעהן די גאנצא הונדערט, כהאב זיך נישט געפוילט אין נאכגעקוקט, אנקומענדיג צום צוויטען בלאט איז ערשינען נאך איינצינלע חותמים, אין דער נוסח ענדיגט אז למעשה איז גיווען ביים אסיפה למעלה ממאה רבנים נאר נישט יעדער האט גיקענט חתמנן צוליב אנשי צד השני וואס איז דא אין זייער שטעט

עכ"פ נוסח די היינטיגע טיילוייזער ציבור פון דרום אין דערנאך טיילווייז מערב...

ממילא קיין ראי' אז סגיווען למעלה ממאה איז זיכער נישטא, אולי חמשים, וזאת לדעת אז סאנזער רב איז גרויס גיווען אנא דעם [כידוע האט הרב מסאטמר דערציילט אז זיין טאטע דער קדוי"ט מסיגעט האט יעדער שבת ביים אויבער טיש גערעדט פון זיין רבין סאנזיר רב קיינמאהל קיין מופתים נאר עבו"הש] אין נישט וויפיל רבנים סהאבין זיך מסתופף גיווען בצילו מעסט זיך די גרויסקייט אין אז משרייבט יא זאל מען נישט שרייבן בהגזמה, אין אז דער תפארת שלמה מראדאמסק איז זיך געקומען מסתןפף זיין שבועות ביים סאנזער, ווען ער איז שוין גיווען א וועלטס רבי, איז אויך גענוג



קוק דא

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=100

די סאדיגורער ווערסיע בנוגע די חתימות.
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

בנוגע וואס סעמיטשקע פארפירט אז ס'איז נישט געווען קיין הונדערט רבנים אין צאנז אויף שבועות.

אין מראה א"ש שרייבט ער אז ער איז געווען אמאל שבועות אין צאנז (לפי זכרוני שנת תרל"ג) און אויב כ'דענק גוט שרייבט ער אז ס'איז געווען דארט 300 רבנים!

לגבי דאס וואס האסט געשריבן אז די חתימה פון קדושת יו"ט איז געפעלטשט, הוא חידוש לנו, אבער שרייבסט דאך ששמעתי' מפי האדמו"ר מסאסוב ששמע מרבינו הבר"מ ז"ל, נו, האבן מיר דאך א קראנטן מקור.

אבער דאס וואס עמיצער האט געשריבן אז דער עצ"ח איז געפארן קיין טשארטקוב צו הרה"ק ר' דוד משה, איז א ראי' אז זיין פאטער הקדוי"ט האט נישט גע'חתמ'עט ווייל ווען יא, וועלט ער נישט געפארן. לענ"ד אינו ראי' ווייל דער מנחת אלעזר איז כידוע אויך געפארן צו ר' דוד משה, הגם אז זיין זיידע דער שם שלמה ממונקאטש זי"ע איז געווען פון די סאמע גרעסטע לוחמים אקעגן סאדיגורא. (דרך אגב איז מיר סתם אזוי שווער געווען פארוואס זענען זיי געפארן דוקא צו רד"מ, און נישט צו די אנדערע ברודער).
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

א טענצל! האט געשריבן:בנוגע וואס סעמיטשקע פארפירט אז ס'איז נישט געווען קיין הונדערט רבנים אין צאנז אויף שבועות.

אין מראה א"ש שרייבט ער אז ער איז געווען אמאל שבועות אין צאנז (לפי זכרוני שנת תרל"ג) און אויב כ'דענק גוט שרייבט ער אז ס'איז געווען דארט 300 רבנים!

איך האב נאכגעקוקט אינעווייניג אין מראה אש, ער שרייבט אז דאס איז געווען שנת תרל"ד, און ס'איז געווען דעמאלס "יותר משלש מאות צדיקים קדושים".
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

נא! די גמרא אין מס' תמיד זאגט, אז דריי הונדערט איז אלעמאל א גוזמא.
ספעציעל ווען ס'האנדעלט זיך מיט גאליציאנע...
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

איטשע האט געשריבן:נא! די גמרא אין מס' תמיד זאגט, אז דריי הונדערט איז אלעמאל א גוזמא.
ספעציעל ווען ס'האנדעלט זיך מיט גאליציאנע...

אפשר ברענגסטו אהער די לשון הגמ'?
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

ווארד2007 האט געשריבן:דוכט זיך אמאל געהערט פון מהר"א מסאטמאר אז ווען דער דברי חיים האט געבעטן דער ייטב לב זאל אונטערשרייבן האט ער זיך אויפגעקנעפלט און געזאגט עפעס א מין לשון אז ער האט נישט קיין שום פני' קעגן אים אבער ער קען נישט אונטערשרייבן, איך געדענק נישט פונקטליך ווער ס'קען זאל עס ביטע שרייבן פונקטליכער,
איז דאך זיכער אז זיין זון דער קדושת יו"ט האט נישט אונטערגעשריבן (לכאורה)


אין חמדה גנוזה ווערט געברענגט אז דער ייטב לב האט נישט געוואלט זיך אריינמישן אין די ביטערע מחלוקה וטעמו ונימוקו לויט די מעשה מיטן ישמח משה זי"ע וועלכער האט זיך נישט געוואלט אריינמישן במחלקותו של קרח, ממילא - האט דער ייט"ל געזאגט - וויל איך מיך אויך נישט אריינמישן.

ווידעראום אין ס' מקור חיים שטייט א מעשה, אז דער ייט"ל איז געווען אמאל אויף א שבת אין צאנז און ער האט זיך נישט געוואלט אריינמישן אין די מחלוקה וכנז"ל, און דער דברי חיים האט איהם עפעס צוגענומען אלע זיינע מדריגות וכו', כ'געדענק שוין נישט פונקטליך, און צום סוף האט ער זיך יא אריינגעמישט ודעתו הי' כדעת מרן הד"ח (כ'ווייס נאר נישט ווי נאמן די ס' מקור חיים איז).
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”