ספרים חדשים שיצאו לאור

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

חומש מקראות "גדולות" המבואר עם ביאורים על מפרשי התורה, הוצאת עוז והדר, הו"ל חלק ראשון על בראשית - וירא.

מיין אפשאצונג, א פיינע קאמפיוטער דזשענרעיטעד ארבעט, אבער דאס דיקעקייט פון גאהצע 3 מיט א האלב אינטשעס מיטן פרייז פון שלשים שקלי כסף נאר פאר איין איינציגע באנד האט מיך אפגעהאלטן פון עס קויפן.

--

חומש לילדים הוצאת עוז והדר עם "קיצור שפתי חכמים" והוא ליקוט חדש עם ציוני מקורות, ועם שרשי לשון הקודש מעשי ידי אומן המדקדק הנודע ר' יעקב לויפער.

מיין אפשאצונג: איך ווייס נישט וועם ער גייט לערנען דקדוק ולשון, מיט אונזערע קינדער גלויב איך נישט אפשר מיט די מלמדים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8706
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

היינט צופרי, קומענדיג אין ביהמ"ד, איז מען געשטאנען און פארקויפט א ניי ספר
דברי דוד על התורה חלק ראשון אויף סדר בראשית

אזוי ווי נאכן בליקן דערין האב איך געזען א שטיקל אוצר הגנוז, וועלן מיר ווידמען צוויי ווערטער דערפאר

דער מחבר הספר איז הגאון רבי דוד הכהן זאלצער זצ"ל ראב"ד מונקאטש, קוקנדיג אין די תולדות זע איך א אינטערעסאנטע זאך, אז לויטן חשבון איז ער געווען דיין אין מונקאטש באלד פערציג יאר, פון שנת תר"ל (וואס לויט די שנת לידתו איז ער דאן אלט געווען קנאפע אכט און צוואנציג יאר) דאס מיינט נאך פאר דער מחנה חיים איז געווארן דארט רב.
קוקנדיג אין די הסכמות פון דרכי תשובה און מנחת אלעזר, קוקט אויס אז ער האט אויך געדינט ווי א מגיד מישרים אין מונקאטש, דער מנחת אלעזר שרייבט אויף אים א אויסדרוק פון "ורבים השיב מעון".
מען דערקענט אין די תורות עטליכע מאל ווי ער איז אביסל מאריך בדברי מוסר (פארשטענדליך האט ער מסתם נישט אפגעשריבן אלע דברי מוסר, אבער פארט פארווארפט זיך דא אין דארט עפעס)
דער ספר איז א אוצר רב מלא וגדוש מיט מורא'דיג זיסע דברי אגדה, ווי אויך פשוט הערליכע פשטים בדקדוק דברי רש"י, אין פרשת וירא ברענגט ער א ווארט וואס ער באצייכנט אלס "שמעתי מפה קדוש אמו"ר הגאון הקדוש מו"ה חיים אבד"ק צאנז זי"ע", דאס ווארט איז נישט געדרוקט אין דברי חיים, און פארענדיגט מיט א אויסדרוק ווי "עוד המו מעי ולבי בוער בזכרי הדברים אשר יצאו מפ"ק כלהבות אש, אי אפשר להעילות על הכתב, השי"ת יעזזרני לעבדו בלב שלם ואזכה להיות במחיצתו בבא יום פקודתי".
למעשה זע איך האט דער מו"ל אראפגעלייגט א געוואלדיג ארבעט, מיט שיינע רייכע מראי מקומות און הערות מתחת לקו, א הערליכע מפתח הספרים ומפתח הענינים, וואס דער מפתח הענינים האט מיר שוין נישט געלאזט אפלאזן דאס ספר אזוי שנעל. אזוי אויך איז שין באשריבן תולדות חייו מיט א היבש ביסל אינפארמאציע.
קוקנדיג אויפן שער בלאט זע איך אז דאס ספר ווערט יעצט געדרוקט ערשט דאס צווייטע מאל, די ערשטע מאל איז עס געדרוקט געווארן פאר פונקט הונדערט יאר צוריק, האב מיר דא אויף בראשית א באנד, האפנטליך קומט נאך פיר אזעלכע בענדער על התורה, און כאטש נאך א באנד על המועדים, און וואס נאך?

און יא, שיעור פארגעסן
יצא לאור ע"י ר' יחזקאל פריעדמאן מקרית יואל נכד הממחבר
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הופיע: ספר שו"ת פני ארי'

בימים אלו הופיע ספר חדש מאת אחד מגדולי אשכנז שהיה קרוב מאד להגה"ק בעל ההפלאה זי"ע ובמידה מסוימת מקורב לתורת החסידות. בהגהות הספר ציטוטים רבים מדברי הרבי ושיחותיו הק', ושאר רבותינו נשיאינו.

הספר הוא שו"ת פני אריה השלם להגאון הקדוש רבי אריה ליב ברעסלא זצ"ל.

הספר כולל חידושים וביאורים ותשובות על כל חלקי שו"ע וסוגיות הש"ס, דיני ממונות ושטרות ופלפולים בדברי הראשונים ואחרונים, לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא. כרך גדול בכמות ואיכות, ונדפס נאה כולו יאה באותיות בהירות, עם קטעים נפרדים להקל על הלומד, בתוספת מפתחות בסוף הספר.

התשובות, רובם בדרך לומדות ופלפול, נכתבו לפני יותר ממאתיים שנה על ידי הגאון הגדול בדורו, קדוש יאמר לו, רבי אריה ליב ברעסלא זצ"ל, ששימש בתור אב"ד ור"מ בכמה קהילות חשובות אשכנז, והיה קרוב להרבה גדולי ישראל כפי שנראה מספרו המפורסם, שנדפס בחיי המחבר באמשטרדם בשנת תק"נ.

לראשונה מאז, נדפס עכשיו הספר בהוצאה חדשה ומושלמת באותיות חדשות ומאירות עינים, עם הגהות והערות רבות, ומפתחות מפורטות, וגם קונטרס תולדות המחבר עם מסמכים נדירים, ותמונות נהדרות, וקורות קהילות אשכנז.

העורך, הגאון רבי פינחס אברהם מייערס שליט"א מלפנים אב"ד האג, הראה שוב בספרו זה, היוצא כחצי שנה בלבד אחרי ספרו הגדול שו"ת דברי פינחס, בקיאות וחריפות נפלאה, וידיעות רבות בכל מכמני התורה, דומה לספריו הקודמים.

אין הדבר מונח לכל ת"ח או למדן לירד לעומק הלימוד של הגאון בעל פני אריה בדרך פלפול ושקלא וטריא בכל הראשונים והאחרונים, ולהבין החידושים הרבים בדרך שכתב מתוך לומדות ודרך פלפול בסוגיות הש"ס והראשונים.

הספר פני אריה השלם מהווה בעצם חלק שני לספר הנודע בנין שאול, הדומה בכריכה ויופיו וסגנונו, ויהווה סט לספרי גדולי ישראל שהיו בלתי נודעים, ותוספת חידושים מתוך כת"י, עם תולדות המחבר ומסמכים, בהוצאת 'מכון בנין שאול' בירושלים.

יצויין כי בעל הבנין שאול, הרה"ק רבי שאול הלוי זצ"ל אב"ד האג היה בידידות גדולה עם בעל הפני אריה, אף שהפני אריה היה צעיר ממנו בהרבה שנים, כפי שניתן לקרוא בתולדות הנפלאה.

זכה נכד המחבר, הר"ר דניאל פוטזניק נ"י מנוא יארק, להיות תורם מהדורה זו, ולהוציא לאור ספר ישן בקנקן חדש, ברוב פאר ויופי לזכר נשמת המחבר, שהי' מגדולי ישראל המפורסמים בזמן בעל ההפלאה והשאגת אריה והנודע ביהודה
.
אטעטשמענטס
PeniAryeh.jpg
PeniAryeh.jpg (37.46 KiB) געזען 9137 מאל
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

הופיע
ספר "כתבי קודש" חלק ג' מכתבי קודש מהגה"ק רבי יענק'עלע זי"ע וואס אורו הזך והבהיר האט באשיינט די שטאט אנטווערפען יצ"ו.
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

עס איז שוין ארויסגעקומען א צייט צוריק אבער אני הק' טוה רעקאמענדירן דעם עולם צו קויפן דעם וואונדערבארן ספר "מפי ספרים וסופרים" פון הגאון הצדיק חו"פ ר' אליעזר דד פריעדמאן שליט"א אבדק"ק בעלזא (הישן) לאנדאן יצ"ו, וועלכע איז א מורא'ידיגע ארבייט, א ליקוט נפלא פון דברי תורה וסיפורי צדיקים.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

שו"ת אז תשכיל פון הרה"ג ר' אהרן זילבערשטיין שליט"א דומ"ץ צעהלים.
זייער פראקטיש מיט תוכן הענינים און תמצית התשובה און קעפלעך אויף יעדע שטיקל.
מ'זעט אז ער איז א גוטע מגיד שיעור.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

לעצטענס האב איך געזעהן אין "בית הספר" ביי די אפטיילונג פון די סיפורי מעשיות, א ספר איבער משיחי שקר (כ'געדענק שוין נישט דעם נאמען) וועלכע איז מורא'דיג שיין מקיף אלע משיחי שקר וועלכע זענען אויפגעשטאנען אויף כלל ישראל לדורותיהם.
צום סוף האב איך געזעהן אז ער מישט אויך אריין "הערצל" ימ"ש צווישן די משיחי שקר, דאס איז געווען א נייע זאך פאר מיר אז הערצל שר"י האט זיך געואלט דערקלערן משיח, ווייל לפי אונזער ידיעה איז ער געוען א פאלנער כופר און א משמומד להכעיס, איך האב אבערנישט געהאט געהעריג קיין צייט אדורכצוליינען אויף וואס ער באזירט זיינע זאכן.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הרב המרקד, איר רעדט פונעם משיחי שקר
    זעהט דא:
    דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
    אוועטאר
    farshlufen
    שר שלשים אלף
    תגובות: 35146
    זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
    לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך farshlufen »

    farshlufen האט געשריבן:חומש מקראות "גדולות" המבואר עם ביאורים על מפרשי התורה, הוצאת עוז והדר, הו"ל חלק ראשון על בראשית - וירא.

    מיין אפשאצונג, א פיינע קאמפיוטער דזשענרעיטעד ארבעט, אבער דאס דיקעקייט פון גאהצע 3 מיט א האלב אינטשעס מיטן פרייז פון שלשים שקלי כסף נאר פאר איין איינציגע באנד האט מיך אפגעהאלטן פון עס קויפן.



    אין די נייע חומש עוז והדר הנ"ל, שרייבן זיי אין די הקדמה:

    בהמשך למגמת הוספת הקטעים ע"י המחבר עצמו במהדורא שני', הוספנו אף אנו קטעים חדשים מתוך מפרשי רש"י, במקומות בהם יש צורך להוסיף ביאור בדבריו
    .
    ואני בעניי וואונדער מיך, וכי מי התירם צו נעמען א פירוש וואס א איד האט מחבר געווען פאר הונדערטער יארן צוריק און אריינלייגן אייגענס? ווילסט לייגן אייגענס געזונטערהייט , דרוק 10 בענדער אויף א יעדע סדרה, אבער וואס ווילסטו פון יענעמס א פירוש?
    דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
    א טענצל!
    שר האלף
    תגובות: 1412
    זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך א טענצל! »

    איך מיין ח"ו גארנישט, אבער זה דרכם ווען זיי האבן אריינגערוקט אינעם "מסורת הש"ס" זייערע אייגענע מ"מ און הגהות, (הגם דארט האבן זיי עס כאטשיק אריינגעלייגט מיט א צווייטן אות).
    אוועטאר
    קרעמער
    שר עשרים אלף
    תגובות: 28338
    זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך קרעמער »

    פארשלאפן;

    פון וועלכן מפרש רעדן זיי? וועמען האבן זיי 'באארבעט'?
    אוועטאר
    farshlufen
    שר שלשים אלף
    תגובות: 35146
    זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
    לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך farshlufen »

    טיפישער... אנטשולדיגט פארגעסן צו שרייבן, דעם שפתי חכמים.
    דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
    שטארק זיך
    שר שבעת אלפים
    תגובות: 7764
    זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
    לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך שטארק זיך »

    מיט'ן שפתי חכמים האט מען זיך מקדמת דנא ארומגעשפיעלט, עס איז דא 'קיצור שפתי חכמים', 'עיקר שפתי חכמים', נישט אז עס בארעכטיגט דאס, אבער דאס איז די פאקט.
    דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
    עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
    אוועטאר
    מיללער
    שר עשרים אלף
    תגובות: 27044
    זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך מיללער »

    צוויי נייע ספרים האט מיך נעכטן געכאפט אינעם געשעפט:

    שו"ת צפנת פענח החדשות - לר' יוסף ראזין מדווינסק ידוע אלס 'דער ראגאטשאבער גאון', דער ספר איז שיין מסודר בתוס' הגהות והערות, כולל תשובות חדשות בד' חלקי שו"ע, מכתבי קודש [וועלכע זענען גאר אינטערעסאנט מלא גאונות, חריפות ובקיאוות בבחינת שיחת חולין של ת"ח, הפלא ופלא] הגהות על שו"ע ושאר ספרים, במיוחד הגהות על שירי ר' יהודה הלוי.

    די מו"ל שרייבען אז זיי האבן הערשט ערהאלטן רשות איבערצודרוקען איינע פון די ספרים [זכרון אברהם] פונעם ראגאטשאבער און זיי ארבעטן שוין דערויף, תחזקנה ידידכם, כידוע אז ספריו זענען מבהיל על הרעיון נעמט לדוגמא דעם ספר הפלאי 'מכתבי תורה' וועלכע אנהאלט אריבער 200 מכתבים הין-און-צוריק מיט א גאון ר' מרדכי קאלינא פון ווארשא-אטוואצק, דער בריווען אויסטויש האט זיך אנגעפאנגען מיט אן הערה אויף איינע פון זיינע חיבורים און עס האט אנגעהויבן צו גיין מענין לענין, ממש פלאי פלאים וואס די אידען האבן אלס געקענט, לא יאומן כי יסופר.

    ספר פני מבין עה"ת ח"א - לר' נתנאל הכהן פריעד אב"ד אויוואראש ז"ל, מסודר באופן נאה בתוספות מראי מקומות והערות, י"ל ע"י נכדו הי"ו.
    יוסלמאן

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך יוסלמאן »

    מסילות המהרש"א יעצט דורך דעם ספרים געשעפט און באמערט דעם נייעם ספר. ס'איז א ליקוט פון חידושי אגדות, מסדור לויטן פרשות השבוע. ארויסגעגעבן דורך הרה"ג ר' אליעזר גיזבערג שליט"א (?) און פובלעצירט דורך ארטסקרול.

    כ'א'נאכנישט אריינגעקוקט דערין מער ווי אביסל אבער א שטיקעל מהרש"א אויף א פסוק חומש קען דאך נאר גוט זיין.
    אוועטאר
    farshlufen
    שר שלשים אלף
    תגובות: 35146
    זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
    לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך farshlufen »

    נישט קיין נאווינע, כבר קדמוהו בשנת תקכ"ד.
    דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
    אוועטאר
    מיללער
    שר עשרים אלף
    תגובות: 27044
    זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך מיללער »

    וואלט טאקע אינטערעסאנט געווען צו הערן צו הרב גינזבורג דערמאנט כאטש דעם 'חידושי המהרש"א'.
    פרייליכערהייט

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך פרייליכערהייט »

    רב מילער ווער האט ארויסגעגעבן די תשובות צפנת פענח ? א מפתח האבן זיי געמאכט ?
    ס'פיינע נייעס, און וועגן די מכתבי תורה צו דעם ר' מרדכי ביזטו דאך אזוי כשר גערעכט, ווער איז דער ר' מרדכי געוועהן אזוי אז מרעדט שוין,א מין תלמיד חכם פשיהא, א ריכטיגע סעמפל פון א פוילישע גאון וואס האט נישט אינטערעסירט אפעס אנדערש ווי סוגיות עמוקות אין קדשים, הפלאדיג,
    דרך אגב די גאנצע געשיכטע מיט די ראגאטשובערס ספרים און וויזוי זיי זענען איבערגעבליבן אזוי בדרך נס איז כדאי צו באשרייבן אלא שאין אתי עתי,
    פרייליכערהייט

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך פרייליכערהייט »

    דארט אין זיינע תשובות דאכט זיך מיר, געפינט זיך די אינטערעסאנטע תשובה בנוגע אגודת ישרא',
    ווי ער ווארפט דורך האלב ש"ס מיט ראיות פון איבעראל אז די ווארט אגודה קען בשום אופן זיך נישט באציען אויף ישראל,
    און אזוי שליסט ער אויס זייער זכות קיום און זייער האפט, זייער אינטערעסאנט, ער ארבעט ארום מיט אגודת אזוב, וכו'
    אוועטאר
    מיללער
    שר עשרים אלף
    תגובות: 27044
    זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך מיללער »

    פרייליכערהייט האט געשריבן:רב מילער ווער האט ארויסגעגעבן די תשובות צפנת פענח ? א מפתח האבן זיי געמאכט ?
    ס'פיינע נייעס, און וועגן די מכתבי תורה צו דעם ר' מרדכי ביזטו דאך אזוי כשר גערעכט, ווער איז דער ר' מרדכי געוועהן אזוי אז מרעדט שוין,א מין תלמיד חכם פשיהא, א ריכטיגע סעמפל פון א פוילישע גאון וואס האט נישט אינטערעסירט אפעס אנדערש ווי סוגיות עמוקות אין קדשים, הפלאדיג,
    דרך אגב די גאנצע געשיכטע מיט די ראגאטשובערס ספרים און וויזוי זיי זענען איבערגעבליבן אזוי בדרך נס איז כדאי צו באשרייבן אלא שאין אתי עתי,


    פון וואס איך פארשטיי איז ר' מרדכי קאלינא געווען א פרטיות'דיגער תלמיד חכם און גאון וועלכער איז געזיצען אין געלערנט אין ווארשא-אטוואצק תחת חסותו של הגביר הנדיב רחים ומוקיר רבנן ואיהו גופיה צורבא מדרבנן הרה"ג ר' נתן (נתקי)שפיגעלגלאס זצ"ל מווארשא.
    יוסלמאן

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך יוסלמאן »

    ספר י"ג אורת ח"ב איבערגעדרוקט מיט הוסופת.
    א טענצל!
    שר האלף
    תגובות: 1412
    זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך א טענצל! »

    יוסלמאן האט געשריבן:ספר י"ג אורת ח"ב איבערגעדרוקט מיט הוסופת.


    הוספות? פרישע מעשיות?
    אוועטאר
    מי יודע
    שר שמונת אלפים
    תגובות: 8706
    זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך מי יודע »

    ספר עמודי' שבעה
    ספר פלח הרמון
    ספר קרבן שבת

    אלע דריי פון איין מחבר וואס האט געלעבט אין די אנהייב ת' יארן

    פאר אוהבי דרוש ואגדה איז דאס א געוואלדיגער אוצר
    דער מו"ל האט געמאכט א מעידזשער ארבעט, פיל מיט מראי מקומות, הוספות וביאורים מתחת לקו, ווי ער ברענגט אראפ אסאך (איך גלייב אז נישט אלע) דרוש ספרים וואס ברענגן דעם מחבר און וואס זיי טייטשן מיט זיינע הקדמות, א הערליכע מפתח הספרים ומפתח הענינים, און דערנאך א ליסטע פון די אלע ספרים וואס ווערט געברענגט אין ספר מיט א רשימה ווער די מחברים זענען
    זינט איך האב עס געקויפט קען איך עס ממש נישט אראפלייגן פון די האנט, ס'געוואלדיג!!!!!

    זיינע ספרים האבן הסכמות פון גדולי דורו, וביניהם הנודעים לנו דער טורי זהב, און דער סמיכת חכמים ועוד.

    עמודי' שבעה, איז אויסגעשטעלט זיבן מאמרים, ערשטער רעדט פון אברהם דערנאך יצחק, יעקב משה אהרן דוד ושלמה
    פלח הרמון, איז מ"ט אופנים אויף א מאמר פון מגלה עמוקות איבער א קטרוג וואס איז געווען נאך עקידת יצחק און מכירת יוסף, ביז היינט איז געווען געדרוקט נאר צוואנציג אופנים, און דער מחבר שרייבט צום סוף אז מחוסר ממון האט ער נישט געדרוקט די איבעריגע, דער עורך ומו"ל האט אפירגעזוכט די איבריגע כ"ט אופנים מכת"י.
    קרבן שבת, איז אויף עניני שבת קודש

    משכו וקחו ברכה לתוך בתיכם והתענגו מנועם זיוה
    אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
    יוסלמאן

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך יוסלמאן »

    ספר תהילם ע"פ תפלה למשה ממרן הק' בעל ישמח משה זי"ע הערליך איבערגעדריקט מיט הגהות. דער מו"ל איז הרב ר' משה אהרן ט"ב שליט"א מלאפוש קרית יואל, בן הגה"צ רבי משה דוד מלאפוש זצ"ל נכד המחבר זי"ע. כידוע באזיצט דער מו"ל שליט"א דעם שטעקן פון זקנו בעל ישמח משה זי"ע.
    א טענצל!
    שר האלף
    תגובות: 1412
    זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

    • ציטיר
    • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

    תגובה דורך א טענצל! »

    געוואלדיג!
    כידוע ליגט אינעם תפלה למשה געוואלדיגע פשטים, אזוי בין השיטין.
    שרייב תגובה

    צוריק צו “ספרים ומחברים”