ספרים חדשים שיצאו לאור
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
שו"ת דמשק אליעזר
שאלות ותשובות 'דמשק אליעזר' על ד"ח שו"ע
שו"ת ופלפולים מאת הגה"ק רבי אליעזר צוקקער זצ"ל ראבד"ק בערעגסאס, וחתן הגה"ק בעל קול אריה ממאד זצוקלל"ה
יו"ל במהדורא מחודשת ומכתי"ק, ע"י נכדיו ר' חיים העללער, ור' אהרן צבי בלוישטיין הי"ו

-
- שר חמש מאות
- תגובות: 701
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am
גימפעל האט געשריבן:נא_שכל האט געשריבן:אהרן הלוי האט געשריבן:ספר "הזמנים בהבנה"
מדריך להבנת הגמרא והפוסקים (+ הרבה תמונות 'אמיתיות')
בעניני עלות השחר, בין השמשות וצאת הכוכבים
מאת: הרב יצחק הערש לאמפין - מונטריאל
ער נעמט אויך א שטעלונג בקביעת הזמנים?
כשיטת הגאונים.
בכלל נישט כשיטת הגאונים, נאר כשיטת רבינו תם על פי המנחת כהן ומנהג הקהלות מקמת דנא !!!
(איך גראדע האב אן אינטערעס אין שי' הגאונים, אין איך האב געמיינט אז ער וועט מער מאריך זיין דערין, אבער ניין, זיין עיקר מהלך איז ר"ת עפ"י מנחת כהן ותח"ס וכו')
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35437
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
ספר תולדות שמשון - רבי שמשון חיים נחמני ז"ל
[align=center]נייע ערשינען דעם ספר 'תולדות שמשון' אויף מסכת אבות פון הגה"ק רבי שמשון חיים ב"ר נחמן מיכאל נחמני זלה"ה, מחבר ספר 'זרע שמשון'[/align]
ישמח לב לב מבקשי ה' - מיט גרויס פרייד טוהן מיר מעלדן איבער דעם ערשיינוג פון די נייע אויפלאגע פונעם ספר 'תולדות שמשון' אויף מסכת אבות, וואס איז נתחבר געווארן דורך דער גרויסער צדיק וקדוש רבי שמשון חיים נחמני זלה"ה, מגדולי רבני איטאליע פון די תקופה פונעם הייליגן אור החיים הק', און א תלמיד מובהק פון רבי דוד פינצי ז"ל (שווער פונעם רמח"ל), און תלמיד פון רבי בנימין הכהן ז"ל - הרב"ך.
רבינו שמשון חיים איז געווען בקי בכל חדרי תורה, און האט מחבר געווען פולע ספרים בכל מקצועת התורה, פון דעם איז ליידער נאר איבערגעבליבן גאר א קליינעם חלק, דער ספר 'זרע שמשון' על התורה וואס איז באקאנט פאר א ספר וואס איז מסוגל פאר אלע השפעות און ישועות. אזוי אויך איז פארבליבן דעם ספר 'תולדות שמשון' אויף פרקי אבות.
דער נאמען פון רבינו איז שטענדיג געווען פארהייליגט און געשעצט ביי אלע גדולי איטאליע, דער חיד"א שרייבט אויף רבינו אז ער איז געווען גאר גרויס אין זיך אויסגעקענט מיט קבלה מעשית. די ספר פון רבינו איז פארשפרייט בכל תפוצות ישראל און במשך די יארן האבן פולע קהילות געהאט שיעורים אין ספרי רבינו.
אין לעצטע פאר יאר האט רבינו זוכה געווען זיינע ספרים זאלן פארשפרייט און באקאנט ווערן אין די גארע וועלט, און טויזענטע פון אלע סארט קהילות און מקומות לערנען בקביעות זיינע ספרים, צוגאב צו די פולע שיעורים וואס ווערט פארגעלערנט וועכענטליך דורך בארימטע מגידי שיעור אין די גאנצע וועלט.
דער ספר 'זרע שמשון' איז צום ערשט געדרוקט געווארן אין יאר תקל"ח בחיי במחבר. אין יאר תשע"ה איז דאס ארויסגעקומען הערליך איבערגעמאכט ברוב פאר והדר, דורך הבנש"ק הרה"צ ר' נפתלי אלימלך וואגשאהל רב דביהמ"ד אור לשמים אפטא, מיטן צוזאמענארבעט פון 'האיגוד העולמי להפצת תורת זרע שמשון' וואס האבן דאס פארשפרייט אין די גאנצע וועלט.
דער ספר 'תולדות שמשון' איז צום ערשט געדרוקט געווארן אין יאר תקכ"ב פופצען יאר פאר פטירת רבינו המחבר, אבער אין די לעצטע יארן איז דאס נישט געווען צו באקומען. יעצט איז דאס פריש ערשינען מיט א נייע אויפלאגע דורך 'האיגוד העולמי להפצת תורת זרע שמשון' וואס שטייט אונטער די נשיאות פון הרב מנחם בנימין פאשקעס שליט"א און הרב ישראל זילברברג שליט"א, וואס האבן נאך פולע הארעוואניע זוכה געווען לברך על המוגמר און ארויסגעבן דאס ספר הערליך איבערגעזעצט מיט נקודות, צוגאב צו טויזענטע הערות און מראה מקומות לתועלת הלומדים החשובים פון די הייליגע תורת פון רבינו המחבר.
ווי עס איז ברייט באקאנט די ווערטער פון רבינו אין די הקדמה פון זיינע ספרים, וואס שרייבט ער האט ליידער נישט זוכה געווען איבערצולאזן זרע של קיימא, אבער טרייסט זיך מיט דעם וואס ער האט איבערגלאזט תלמידים כבנים, און זיינע ספרים וואס דאס איז זיין איינציגסטע טרייסט, דערפאר האט ער א נאמען געגעבן זיינע ספרים 'תולדות שמשון' און 'זרע שמשון', און לייגט צו א בקשה מ'זאל לערנען זיינע ספרים וואס דאס זאל זיין לעילוי נשמתו און שפתותיו דובבות בקבר, און וואונטשט אן פאר די אלע וואס וועלן לערנען זיינע ספרים זיי וועלן זוכה זיין פון הימל מיט בני חיי ומזוני און אלע גוטע ישועות, און ווי טויזענטע אידן זענען מעיד זיי זענען געהאלפן געווארן מיט וואונדערליכע ישועות בזכות לערנען די הייליגע תורת פונעם מחבר הק'. אויך זענען פולע גדולי ישראל ממליץ צו לערנען דעם הייליג ספר.
אנפאנג פונעם ספר ברענגן מיר אראפ צום ערשטן מאל, א רייכע קאפיטל אין היסטאריע פון די לעבן און שאפן פונעם הייליגן מחבר זי"ע, וואס איז צוזאמגענומען און בארבעט געווארן דורך הרב נפתלי אלימלך וואגשאהל שליט"א מיט חברי המכון 'האיגוד העולמי להפצת תורת זרע שמשון' און געשריבן דורך הרב יצחק אהרן שימון, וואס איז א קורצע איבערבליק פון דער גרויסע לעבן פון רבינו מיט זיינע רבי'ס און תלמידים, און נאך.
צו באמערקן, די ספר 'תולדות שמשון' איז געשריבן געווארן מיט א אייגענארטיגע מהלך, מיט א געוואלדיגע זיסקייט און געשמאק, צוזאמגענומען נאך מאמרים פון די תנא המשנה, און ערקלערן די שייכות פון די מאמרים לשיטתו, צוגאב צו די הערליכע פשטים אין פשט געפלאכטן מיט פערל ווערטער פון מוסר און השקפה, וואס פולע פון די יסודות ווערן געברענגט אין ספרי קדמונים א שטייגער ווי 'זכר דוד' פון רבי דוד זכות ז"ל, הגר"ח פלאג'י ז"ל און נאך.
עס איז צו ערווארטן די חשוב'ע לומדים וועלן דאס אויפנעמען מיט גרויס פרייד, און אריינברענגן די ברכה אין שטוב, און דער זכות פונעם מחבר וועט ביישטיין לכל מילי דמיטב, ווי ער דרוקט זיך אויס אינעם הקדמה - 'בני חיי ומזוני ובתים מלאים כל טוב, גם עושר וכבוד'. אמן כי"ר.

די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
- שאינו יודע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6816
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

ראספשע האט געשריבן:דער דעקל פונם דעם חתם סופר, איז פארפירעריש, און 'גניבת-דעת'דיק
שרייבט 'מכתי"ק' [כאילו עס איז נייע זאכן]
און אונטער דעם 'נדפס בשנת תרצ"ט'...
כיצד יתקיימו שני כתובים הללו?
די אלע תורות זענען שוין אריינגעדרוקט היינט אין תורת משה, האב איך נישט קיין אנונג וואס דער מו"ל האט געוואלט (חוץ לייגן זיינע הגהות)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
מי יודע האט געשריבן:ראספשע האט געשריבן:דער דעקל פונם דעם חתם סופר, איז פארפירעריש, און 'גניבת-דעת'דיק
שרייבט 'מכתי"ק' [כאילו עס איז נייע זאכן]
און אונטער דעם 'נדפס בשנת תרצ"ט'...
כיצד יתקיימו שני כתובים הללו?
די אלע תורות זענען שוין אריינגעדרוקט היינט אין תורת משה, האב איך נישט קיין אנונג וואס דער מו"ל האט געוואלט (חוץ לייגן זיינע הגהות)
תקצ"ה איז געדריקט אין תורת משה ? איר זענט זיכער ??
אץ קוצץ האט געשריבן:מי יודע האט געשריבן:ראספשע האט געשריבן:דער דעקל פונם דעם חתם סופר, איז פארפירעריש, און 'גניבת-דעת'דיק
שרייבט 'מכתי"ק' [כאילו עס איז נייע זאכן]
און אונטער דעם 'נדפס בשנת תרצ"ט'...
כיצד יתקיימו שני כתובים הללו?
די אלע תורות זענען שוין אריינגעדרוקט היינט אין תורת משה, האב איך נישט קיין אנונג וואס דער מו"ל האט געוואלט (חוץ לייגן זיינע הגהות)
תקצ"ה איז געדריקט אין תורת משה ? איר זענט זיכער ??
אנטשולדיגט, איך קען נישט זאגן אויף זיכער אין תורת משה (קודם איך רעד פון תורת משה השלם) אבער ס'איז געדריקט אין איינע פון די דריי, אדער תורת משה השלם, אדער חתם סופר ה"כ, אדער אין די דרשות. כ'האב באגעגנט כמה וכמה תורות אזוי
די נקודה איז, מ'געבט עס ארויס אלס כת"י בזמן ווען ס'איז געהעריג געדרוקט נישט נאר אמאל, נאר היינט אויך
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
- שאינו יודע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6816
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4666
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm
ראספשע האט געשריבן:דער דעקל פונם דעם חתם סופר, איז פארפירעריש, און 'גניבת-דעת'דיק
שרייבט 'מכתי"ק' [כאילו עס איז נייע זאכן]
און אונטער דעם 'נדפס בשנת תרצ"ט'...
כיצד יתקיימו שני כתובים הללו?
גארנישט פארפירעניש
שטייט קלאר אויף דעם דעקל וואס דאס איז, עס שטייט נישט חדש מכת"י
שטייט כת"י תקצ"ח
וואס מען האט געדרוקט תרצ"ט
ופשוט הוא להרוצה להבין
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 491
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
- לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!
אדער יא האט געשריבן:פאר'מוח'ט האט געשריבן:[align=center]נייע ערשינען דעם ספר 'תולדות שמשון' אויף מסכת אבות פון הגה"ק רבי שמשון חיים ב"ר נחמן מיכאל נחמני זלה"ה, מחבר ספר 'זרע שמשון'[/align]
כ'האב שוין א צוויי יאר דעם ספר שיין איבערגעדריקט, וואס איז יעצט ??
דו האסט מסתמא דעם ספר איבערגעדרוקט דורך מכון האוצר, אצינד איז דאס פריש ארויסגעקומען דורך ה'איגוד העולמי להפצת תורת זרע שמשון' זיי האבן דאס איבערגעדרוקט זייער שיין מיט נקודות אויף אביסל א אנדערע געדאנק.
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
-
- שר האלף
- תגובות: 1229
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm
אוהב ספרים האט געשריבן:ראספשע האט געשריבן:דער דעקל פונם דעם חתם סופר, איז פארפירעריש, און 'גניבת-דעת'דיק
שרייבט 'מכתי"ק' [כאילו עס איז נייע זאכן]
און אונטער דעם 'נדפס בשנת תרצ"ט'...
כיצד יתקיימו שני כתובים הללו?
גארנישט פארפירעניש
שטייט קלאר אויף דעם דעקל וואס דאס איז, עס שטייט נישט חדש מכת"י
שטייט כת"י תקצ"ח
וואס מען האט געדרוקט תרצ"ט
ופשוט הוא להרוצה להבין
ס'איז גראדע יא פארפירעריש, ווער עס זעט די ווערטער מכתי"ק מיינט אזא ס'איז ניי מכתב יד אזוי ווי מ'שרייבט געווענליך אין אזא פאל.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35437
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
פאר'מוח'ט האט געשריבן:אדער יא האט געשריבן:פאר'מוח'ט האט געשריבן:[align=center]נייע ערשינען דעם ספר 'תולדות שמשון' אויף מסכת אבות פון הגה"ק רבי שמשון חיים ב"ר נחמן מיכאל נחמני זלה"ה, מחבר ספר 'זרע שמשון'[/align]
כ'האב שוין א צוויי יאר דעם ספר שיין איבערגעדריקט, וואס איז יעצט ??
דו האסט מסתמא דעם ספר איבערגעדרוקט דורך מכון האוצר, אצינד איז דאס פריש ארויסגעקומען דורך ה'איגוד העולמי להפצת תורת זרע שמשון' זיי האבן דאס איבערגעדרוקט זייער שיין מיט נקודות אויף אביסל א אנדערע געדאנק.
אה, איצט כאפ איך דעם אויפטו..
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4666
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm
בראשית ברא האט געשריבן:אוהב ספרים האט געשריבן:ראספשע האט געשריבן:דער דעקל פונם דעם חתם סופר, איז פארפירעריש, און 'גניבת-דעת'דיק
שרייבט 'מכתי"ק' [כאילו עס איז נייע זאכן]
און אונטער דעם 'נדפס בשנת תרצ"ט'...
כיצד יתקיימו שני כתובים הללו?
גארנישט פארפירעניש
שטייט קלאר אויף דעם דעקל וואס דאס איז, עס שטייט נישט חדש מכת"י
שטייט כת"י תקצ"ח
וואס מען האט געדרוקט תרצ"ט
ופשוט הוא להרוצה להבין
ס'איז גראדע יא פארפירעריש, ווער עס זעט די ווערטער מכתי"ק מיינט אזא ס'איז ניי מכתב יד אזוי ווי מ'שרייבט געווענליך אין אזא פאל.
האבין מיר א מחלוקת האחרונים, עד שיבא אליהו.