על הספר 'שארית לשמואל' , ובנוגע יחוס מפוקופקות

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

על הספר 'שארית לשמואל' , ובנוגע יחוס מפוקופקות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

עס איז ערשינען א נייע ספר שארית לשמואל איבער ר' שמואל פרענקל ע"ה הי"ד וואס איז געווען אן איידעם ביי הרה"ק מהר"א מבעלזא,
ארויסגעגעבן דורך ר' ישראל פריעדלענדער נ"י וואס איז א זון פון ר' אברהם יושע העשיל אבד"ק היבנוב שליט"א, וואס זיין באבע די אלטע ליסקא רעבעצין איז געווען א שוועסטער מיט ר' שמואל.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

איך וויל מאכן עטליכע הערות איבער דעם ספר אבער איך דארף זיך קודם מסדר זיין
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

אין דף 11 שרייבט דער מחבר אז זיין זיידע ר' מאיר פרענקל מלובלין איז געווען אן איידעם ביי ר' נחום מאטניו מטשארטקוב א זוהן פונעם אלטן טשורטקובער,
דאס איז א שקר, ווייל ר' נחום מרדכי האט געהאט 2 טעכטער וועלכע זענען געבוירן געווארן איינס אין שנת תרכ"ט און איינס אין שנת תרל"א (ר' נחום מרדכי איז נסתלק געווארן תרל"א), ערשטנס די צוויי טעכטער האבן חתונה געהאט איינס צו ר' ישראל טשורטקובער זיין ברודער און דער אנדערע צו ר' יעקב יוסף טווערסקי מסטאניסלוב (נכד ר' יוחנטשע מראחמסטריווקא), נאך א זאך אין דף 5 שרייבט ער אז ר' מאיר'ל איז נסתלק געווארן זקן ובא בימים ביום כ"ב לחודש תמוז תרצ"ו, און אויב איז האט ער חתונה געהאט מיט איינע פון די צוויי דערמאנטע טעכטער איז ער אין עלטסטן פאל נסתלק געווארן ביי די 61 יאהר, ווייל ער איז לכאורה געווען אין דער זעלבער גיל בערך פון זיין רעביצין, דער דריטער זאך איז אז ר' מאיר'ל איז בעצם געבוירן געווארן נאך בחייו פונעם ערשטן רב וועלכע איז נסתלק געווארן בשנת תרט"ו (לויט דעם איז ער טאקע נסתלק געווארן זקן ובא בימים אלט זייענדיג 81 יאהר), ועוד והוא העיקר, אויף דף 86 איז דא דארט א מעשה אז שלמה א קינד פון ר' שמואל פרענקל וועלכע איז געווען אן איידעם ביים רב ז"ל איז געווען שטארק גערעגט צוליב א מעשה וואס ווערט דארט אראפ געברענגט האט דער רב ז"ל (מרן מהר"א) געזאגט פארן אייניקל 'מ'דארף וויסען אביסעל רוהיגער זיין... דו קענסט זיך אויך באנוצן מיט "רוזשין" פון דיין מאמעס זייט'... (ווייל דער רב ז"ל איז געווען אן איידעם ביי ר' שמואל מסקאהל וואס איז געווען דעם צמח'ס אן איידעם וואס איז געווען דעם רוזשינערס אן איידעם). אבער אויב ר' שמואל פרענקל אליין איז געווען א רוזשינער אייניקל (זייער א נאנטע) פארוואס האט איהם דער רב געזאגט אז פון זיין מאמעס זייט איז ער א רוזשינער אייניקל ער איז דאך די זעלבע פון זיין טאטעס זייט,
אתמהה!! :oops:
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר-כח הרב גבאי פאר די פתיחה און הרב בוזי פאר די תוכנפולע תגובות.

(ווער נאך האלט ווי מיר אז דער אשכול באלאנגט אין 'על הצדיקים'?)
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

מיללער האט געשריבן:(ווער נאך האלט ווי מיר אז דער אשכול באלאנגט אין 'על הצדיקים'?)

עס באלאנגט דא צוליב דעם וואס איך וויל בלויז באהאנדלען דעם ספר משא"כ זיין תולדות.
דער נעקסטער סתירה וועל איך בעז"ה שרייבן איבער דעם וואס ער וויל ווערן אן אפטער אייניקל אויך
איך מוז דא קלאר שטעלן אז איך וויל חלילה וחס נישט פוגע זיין אין דער כבוד פונעם צדיק וקדוש וועמען דער ספר באשרייבט, וואס איך וויל יא איז ארויס ברענגען די נארישקייט וואס דער מחבר ספר טוט דערמיט וואס ער וועבט אויס פאלשע אינפארמאציע, צוליב דעם איז אויך כדאי אז מען זאל נישט אריין שטעלן דעם ארטיקל אין על הצדיקים ווייל איך וויל ח"ו נישט פוגע זיין בכבוד הצדיק.

בכבוד רב
בן בוזי
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א שיינעם דאנק הרב בן-בוזי.

סבר וקיבל, עס באלאנגט טאקע דא, להוציא מלבן פון די וואס וועלן פארשטיין שלעכט דעם ציהל פונעם אשכול ותגובותיו.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

הרב בן בוזי
ישר כוח פאר א זייער תוכנפולע תגובה.
מיר ווארטען פאר דיין נעקסטע תגובה.
מיר איז אבער אלטץ שווער געווען, וואס פאר אן אינטערעסע האט א מחבר פון שרייבען פאלשע פאקטען, איבערהויפט ווען עס איז גרינג אוהם כאפען ביי די גניבה ..
the SCY is the limit
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

איר פארשטייט דען נישט, נישט יעדער וועט אים כאפן און אין יאהרן ארום וועט מען אויף אים גאר אנצייגן אלס א מקור נאמן, אויב איר ווילט קאנען מיר אונז עפענען א באזונדערע געהענגעל אויף יוחסין וואס זענען בזדון ו/או בשגגה נישט געשטויגן אדער געפלויגן.

אי"ה אין אישית וועלן מיר אייך שיקן א ליסטע.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

הרב ביקסאד,
כ'האב געקריגען דיין אישית,
נישט לגבי דער באטרעפענער אליינס האב איך געפרעגט. דאס פארשטיי איך יא, אז עס קוקט גאנץ גיט אויס ארום גיין מיט א יחוס צום
נועם אלימלך אדער צום בעש"ט.
אויף דעם האט זיך שוין ר' פרידא און מנחות דף נ"ג ע"א שטארק אויסגעדרוקט מיט א לשון פון 'אישא תיכליה'.
און ר' פרידא האט גערעדט פון איינער ווער עס איז אמתדיג אן אייניקעל פון עזרא הסופר, נאר נישט קיין בר אוריין. עי"ש

מיין עיקר שוועריקייט איז אויף א מחבר פון א ספר. וואס פאר אן אינטערעסע האט אזוינער און דריקען שקרים וועגען אנדערע?
the SCY is the limit
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

מוז מען איינזעצען אז קודם רעדט ער זיך אליין אז עס איז עמעס, און אזוי ווי ער איז נישט גענוג שטארק ביי זיך פרובירט ער דערנאך איינצורעדן נאך אנדערע, כדי ער זאל נישט בלייבן אליין א נער, עס איז דא דערויף א מעשה פון איינע פון די ערשטע פוילישע חסידים, אפשר וועט עס דער סקרענטאן'ער רב קאנען בעסער ארויס ברענגען.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ביקסאד, היתכן איך האב נישט באקומען דיין אישית? :-(
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

אז איר וועט מיר מגלה סוד זיין ווי אזוי, וועלן מיר תשובה טוהן.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

וועלכע סוד?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

בן בוזי האט געשריבן:דאס איז א שקר, ווייל ר' נחום מרדכי האט געהאט 2 טעכטער וועלכע זענען געבוירן געווארן איינס אין שנת תרכ"ט און איינס אין שנת תרל"א (ר' נחום מרדכי איז נסתלק געווארן תרל"א), ערשטנס די צוויי טעכטער האבן חתונה געהאט איינס צו ר' ישראל טשורטקובער זיין ברודער און דער אנדערע צו ר' יעקב יוסף טווערסקי מסטאניסלוב (נכד ר' יוחנטשע מראחמסטריווקא),


איך דארף מאכן א תיקון טעות:
ר' נחום מרדכי האט געהאט בלויז איין טאכטער וועלכע האט געהייסן שרה'לע, זי האט חתונה געהאט צו הרה"ק ר' חיים אהרנ'יו בהרה"ק ר' ישראל מטשארטקוב, זיי האבן נישט געהאט קיינע קינדער, זי דער זעלבער שרה'לע האט ווידער חתונה געהאט מיט ר' יעקב יוסף מסטאניסלוב, (ר' נחום מרדכי איז נסתלק געווארן תר"ל)(ווען זיין רעביצין איז אוועק האט ר' יעקב יוסף חתונה געהאט מיט א טאכטער פון ר' מתתי' קטן ממאנסטריטש, ער האט שפעטער געוואוינט אין ענגלאנד און איבערגעלאזט א קינד יוחנן אין מאנטשעסטער(איך ווייס נישט זיין סטאטוס)), עס בלייבט ווידער נישט קיין מקום פאר ר' מאיר'ל פרענקל מלובלין צו זיין אן איידעם זיינער.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער ספר
אטעטשמענטס
20081113_17523112843_belz.jpg
20081113_17523112843_belz.jpg (28.58 KiB) געזען 9165 מאל
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

אז מ'רעדט פון יחוס וואס איז נישט אמת וויל איך נאר אנמערקן א קליינע נקודה.

צומאל מאכט דער מענטש א טעות ווייל ער ווייסט נישט די פאקטן פונקטלעך, און אזוי בויעט ער שוין אויף גאנצעטע בנינים, ובדידי הוה עובדה: א איד מיינס א ווייטע קרוב האט ארויס געגעבן א ספר יוחסין איבער זיין משפחה, און ערגעץ דארט אינדערמיט פאלט אריין מיין משפחה, און ער שרייבט דארט אז אונז זעמיר אייניקליך פון אסאך גרויסע צדיקים, ווי די באר מים חים זרע קודש אין נאך.

דער איד האט סך הכל געמאכט א טעות מיט איינס פון מיינע זיידעס, און אויף דעם חשבון האט ער ארויף געזאטעלט אויף מיין משפחה א גאנצע טוץ מיט זיידעס וואס הייבט זיך נישט אן.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אוי! זאנוויל! פארוואס האסטו מגלה געווען?
און דא בין איך גרייט געוען דיך שטיפען ארוף אויף מזרח אלטס יחסן!
נו..שוין פארפאלען :smile:
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מענין לענין, עס איז דא א ספר 'אהל ברוך' אויף ר' ברוך פרענקל-תאומים בעל ברוך טעם, דער ספר איז פון די סעריע פון אזעלכע ספרים וואס ווערן לעצטענס איבערגעדרוקט אזוי ווי 'אהל שלמה' פונעם תפארת שלמה און 'מקור חיים' פונעם דברי חיים וכדו'

די מחברים זענען געווענליך דער פאטער אדער דער זוהן 'מיכלזוהן' פון פלונסק, אדער ר' אברהם איטינגא ועוד.

כלפי מה הדברים אמורים, עס איז פארהאן א געוויסע משפחה וואס כדאי מוסיף צו זיין על יחוסם וואס איז אזוי אויך גענוג שיין, האבן זיי אפירגעקראצט עפעס א שוואכע מקור אז איינע פון די קינדער אדער אייניקלעך פונעם ברוך טעם האט זיך געטוישט נאמען צו 'וויינבערגער' און אזוי ארום זענען זיי אייניקלעך פונעם ברוך טעם, ממילא האבן זיי לכבוד א שמחה אין די משפחה איבערגעדרוקט דעם דערמאנטן אהל ברוך און צוגעשטעלט דערצו דעם יחוס למעב"ק ביזן ברוך טעם.

יודעי דבר פון די זעלבע משפחה ווייסן אז דאס איז אין בעסטן פאל א פאלנער דמיון ואין לו שחר כלל וכלל.

(ר' שמחה, מקען שוין טוישען דעם שם האשכול, אדער מחלק זיין?)
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ס'איז אן אינטערעסאנטע זאך אז ווען עס קומט צו אזעלעכע יחוס האט מען נישט ליב דאס מכחיש צו זיין און באופן אז עס איז דא איינער אין די משפחה וואס האט געהערט אן האלבער ווארט איבער איינער איבער וועם עס איז חשוב זיך מייחס צו זיין נאך איהם כאפט מען דאס און דערנאך איז מען שוין עפ"י פרד"ס כידוע ליו"ח משלב עפעס א יחוס,
ובדידי הוה עובדא, איינע פון מיינע זיידעס האבן געהייסן ר' אברהם יהושע העשיל בוים מדוקלא, ער איז געווען א שוואגער מיט ר' יצחק מאיר זינקובער זיי זענען געווען איידעמער אויף די זעלבע פלאץ, דהיינו אז ר' אברהם יהושע העשיל האט געהאט משפחה ממשפחת פונעם אפטער רב, לעצטנס בין איך געווען אויף א חתונה ווי מיינער א קרוב אויך אן אייניקל פון דער זעלבער זיידע האט זיך געלאזט אויפרופן צו די מצוה טאנץ אלס זיידע, הער איך ווי דער בדחן רופט איהם אויס אלס אייניקל פון אפטער רב, גייט מיין טאטע צו צו איהם און פרעגט איהם מהיכן דנתנו? ווי קומט דאס צו דיר צו זיין אן אפטער אייניקל? פאנגט ער אהן צו דרייען אז אזוי איז ידוע אין די משפחה אז ר' אברהם יהושע העשיל בוים איז געווען ממשפחה פון הרה"ק מאפטא!
ומענין לענין באותו ענין: אין וויליאמסבורג איז געווען א משפחה סאמעט וועלעכע האבן זיך מתייחס געווען צום אפטער רב (אבער זיי האבן נישט געוואוסט וויאזוי...), אמאל איז דער קאפישניטצער רבי ז"ל געווען אויף א חתונה, און מיין טאטע האט איהם באגלייט, והיות דער קאפישניטצער רבי איז געווען אן אפטער אייניקל האט איהם מיין טאטע געוויזן אויף דעם ר' סאמעט - וועלעכע איז אויך געווען אויף די חתונה- אז ער איז זיך מתייחס צום אפטער רב, האט איהם דער קאפישנטצער צוגערופן און געפרעגט ווי אזוי, האט ער געענטפערט אז ער ווייסט נישט, האט איהם דער רבי געזאגט אז ער זאל איהם כאטש פארלייגן וועמענס אייניקל ער איז פאר די לעצטע 80 יאהר ווייל ביז אהין ווייסט ער גוט די יחוס, האט דער ר' סאמעט געזאגט זיין יחוס פון 80 יאהר, האט דער קאפישניטצער רבי געזאגט אז ס'איז נישט אמת.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

איז דאך זייער רעכט וואס דער יוד האט זיך אפגערעדט אז דער מכון יוחסין האט אוהם זייער טייער געקאסט, און אויפען פראגע פארוואס, האט ער גענטפערט,
10,000 פאר טרעפען זיין יוחס און דערנאך האט ער געדארפט צאלען 90,000 אז זיי זאלען נישט מגלה פאר קיינעם...
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' שמחה דאס איז גוט,

[עס איז דומה צו יענער 'סטארבאקס' ארבעטארער וואס האט פארציילט אז ער איז טרענירט געווארן 30 שעה אויסצולערנען זיין פאך פון סערווירען קאווע, ווען בעטנדיג הסבר אויף אזא ווינדערליכע טרענירונג סעסיע, האט ער מסביר געווען אז א האלבע שעה האט געדויערט די טרענירונג זעלבסט די איבריגע צייט האט מען אים מסביר געווען פארוואס זייער קאווע קאסט 5 דאלאר אנשטאט 1......]
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

;l;p- ;l;p-

ר' שמחה און מיללער, זייט אייך מכבד.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ס'איז מיר געקומען אונטער די האנט א קובץ פון א געוויסן כולל, האבן זיי דארט אריין געדרוקט דורך אן אייניקל א תשובה פון א געוויסן גדול בישראל וואס דער גדול האט געוואוינט אין א שטאט ווי עס איז געווען איינער פון די פריערדיגע צדיקים, און צווישן די צוויי האט געהערשט צוליעב געוויסע סיבות א שטארקע אנגעצויגענקייט [מילד גערעדט] און דעם קובץ שרייבט אבער דער אייניקל אז דער זיידע איז געווען דבוק ומקושר לבית הנ''ל, איך בין געבליבן ערשטוינט וואס וויל דער אייניקל ער וויל טוישן היסטאריע אדער ער ווייסט אליין נישט איי דאונט געט איט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

למען השלימות פונעם ארטיקל איך האב געזאגט אז איך וועל אראפ ברענגען די יחוס לבית אפטא וואס דער מחבר פון שארית לשמואל האט אויפגעמאכט,
וזהו סדר תולדותיהם עפ"י המחבר, ר' שמואל פרענקל (חתן מרן מהר"א מבעלזא) בן ר' אברהם יהושע העשיל מהיבנוב-לובלין בן ר' מאיר'ל פרענקל מלובלין, בן ר' אברהם יהושע העשיל מבוקארעסט בן ר' שמואל 'אשכנזי' פרענקל ומונה סדר יחוסו עד החכם צבי.
דער ר' שמואל 'אשכנזי' פרענקל איז געווען אן איידעם ביי ר' יצחק מאיר זינקובער בן הרה"ק מאפטא בעל אוהב ישראל.

עס קען זיין אז ר' אברהם יהושע העשיל מבוקארעסט איז טאקע געווען א זוהן פון איינער א ר' שמואל פרענקל, אבער והיות זיי זענען דאך בן אחר בן פונעם חכם צבי אויב אזוי ווען און ווי האבן זיי געטוישט דער נאמען פון אשכנזי אויף פרענקל? איז דער מחבר אויפגעקומען מיט אזא סברה, עס איז דאך געווען א ר' שמואל אשכנזי, מן הסתם איז ער געווען דער וואס איז געווען ר' אברהם יהושע העשיל מבוקארעסט'ס פאטער און ער האט איהם צוגעגעבן א נאמען 'פרענקל-אשכנזי', אזוי איז געווארן אז ר' שמואל פרענקל איז דער ר' שמואל אשכנזי (ביי וועמען דער מיטעלע בעלזע רב איז געווען אן איידעם בזווג שני) וואס איז אן איידעם געווען ביי ר' יצחק מאיר'ל זינקובער, וממילא איז ער א שיינער אפטער אייניקל,

אבער דער מחבר האט נישט געוואוסט אז דער ר' אברהם יהושע העשיל בן ר' שמואל אשכנזי האט קיינמאל נישט געוואוינט אין בוקארעסט און ער איז געווען רב אין באזיליאה, ער איז געווען אן איידעם אין אליק (זיין זוהן ר' יוסף דוד איז געווען רבי אין פראסקוראוו און איז געהרג'ט געווארן דורך די פעטליורע באנדעס אין די פאגראמען פון תרע"ט, דער ר' יוסף דוד איז געווען א שווער פאר ר' שלום יוסף דער טוריסקער רבי פון בארא פארק וועלעכע מען האט פון איהם גערעדט אין שושלת טאלנא), און האט זיך שטענדיג גערופן אשכנזי.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

farshlufen האט געשריבן:ס'איז מיר געקומען אונטער די האנט א קובץ פון א געוויסן כולל, האבן זיי דארט אריין געדרוקט דורך אן אייניקל א תשובה פון א געוויסן גדול בישראל וואס דער גדול האט געוואוינט אין א שטאט ווי עס איז געווען איינער פון די פריערדיגע צדיקים, און צווישן די צוויי האט געהערשט צוליעב געוויסע סיבות א שטארקע אנגעצויגענקייט [מילד גערעדט] און דעם קובץ שרייבט אבער דער אייניקל אז דער זיידע איז געווען דבוק ומקושר לבית הנ''ל, איך בין געבליבן ערשטוינט וואס וויל דער אייניקל ער וויל טוישן היסטאריע אדער ער ווייסט אליין נישט איי דאונט געט איט.


ענליכס האב איך געזען פאר עטליכע יאר צוריק, אין א ספר וואס א געוויסע קרייז האט ארויס געגעבן, איבער די התקשרות פון זייער רבי'ן צו אלע צדיקים, און צווישן זיי איז געווען אויסגערעכנט א געוויסע רבי פון א צווייטע קרייז, וואס די גאנצע וועלט האט געוויסט אז זיי זענען נישט בשוה, און זיי שרייבן דארט גאר איבער די נאנטע התקשרות פון די צוויי צדיקים, עס האט מיר ארויס גערופן גרויס ווינדער, ווי זיי ווילן פארלייקענן א פאקט וואס איז ידוע אין די גאנצע וועלט.
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”