ספר המתרגם, ווער איז דער מחבר?

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

ברוך ציג
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 4:04 pm

ספר המתרגם, ווער איז דער מחבר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך ציג »

אין די גמרא'ס צום סוף פון יעדע מסכתא איז דא א ספר המתרגם וואס טייטשט אפ אלע לעזי רש"י אין אידיש,
אויב איינער ווייסט ווער איז דער מחבר דערפון, ווי אלט איז עס, איז עס א שטארק אנגענומענע חיבור?
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: ספר המתרגם, ווער איז דער מחבר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

כהאב ערגעץ געזעהן אז ער איז געווען א משכיל.
ברוך ציג
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 4:04 pm

Re: ספר המתרגם, ווער איז דער מחבר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך ציג »

ישרן האט געשריבן:כהאב ערגעץ געזעהן אז ער איז געווען א משכיל.

עוז והדר האט סוף מס' ברכות א קורצע ביאגראפיע אויף אלע מפרשים, אויף דעם שרייבן זיי נישט געהעריג נאר עיין ב..[כדענק נישט יעצט] מער וועגן עם.


[offtopic]דיין חתימה איז א שטארק ווארט...[/offtopic]
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: ספר המתרגם, ווער איז דער מחבר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

ס'איז געווען פארשידענע מחברים, אין פארשידענע תקופות, די "המתרגם" פון ווילנא ש"ס האט מחבר געווען ר' מרדכי פלונגיאן. ער האט געארבייט פאר די מדפיסי ווילנא, ס'אויך דא פון אים "ביאורים" אויף שו"ע יו"ד.

ער האט מלקט געווען אסאך פון די תרגומים פון ספרים ודפוסים הקודמים לו. בדפוס פראג שי"ל ע"י ר' משה לנדא יש תרגום על כל הלעזי"ם, וקראו ספר "מרפא לשון", והוא היה מומחה גדול בלשונות, אך לפעמים האריך. ומסתבר שממנו יסד ופנה פלונגיאן את "המתרגם", או לקח כולו משם רק קיצרו כיד הטובה עליו.

פאר מער איבער די תרגום פון לנדא זעה באשכול המיוחד עליו ועל חיבוריו
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: ספר המתרגם, ווער איז דער מחבר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

אפשר דאס האט יענער געמיינט ער האט גערעדט פון ר משה לאנדא, וואס הגם אין יענעם אשכול פרובירט ער אים מכשיר צו זיין, וואלט איך מיך נאך אלס נישט משדך געווען מיט אים ודי.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: ספר המתרגם, ווער איז דער מחבר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

ישרן האט געשריבן:אפשר דאס האט יענער געמיינט ער האט גערעדט פון ר משה לאנדא, וואס הגם אין יענעם אשכול פרובירט ער אים מכשיר צו זיין, וואלט איך מיך נאך אלס נישט משדך געווען מיט אים ודי.

ר' מרדכי פלונגיאון איז גענוג חברה'מאן פאר זיך... ער איז טאקע געווען א ת"ח, אבער ער איז געווען פון די ווילנע משכילים.

איינע פון די שטארקע טענות אויף אים איז די תולדות ספר "בן פורת" אויף ר' מנשה מאיליא, ווי ער מאלט אים אראפ אלס א כופר און זוהר וכו'.

ווי אויך איז דא סטעיטמעינט איבער אים פונעם סטייפלער ז"ל, ער האט געבעטען אז מ'זאל ארויסנעמען זיינע "ביאורים" פונעם שולחן ערוך.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
פיק ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:05 pm

Re: ספר המתרגם, ווער איז דער מחבר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיק ניק »

נא_שכל האט געשריבן:
ישרן האט געשריבן:אפשר דאס האט יענער געמיינט ער האט גערעדט פון ר משה לאנדא, וואס הגם אין יענעם אשכול פרובירט ער אים מכשיר צו זיין, וואלט איך מיך נאך אלס נישט משדך געווען מיט אים ודי.

ר' מרדכי פלונגיאון איז גענוג חברה'מאן פאר זיך... ער איז טאקע געווען א ת"ח, אבער ער איז געווען פון די ווילנע משכילים.

איינע פון די שטארקע טענות אויף אים איז די תולדות ספר "בן פורת" אויף ר' מנשה מאיליא, ווי ער מאלט אים אראפ אלס א כופר און זוהר וכו'.

ווי אויך איז דא סטעיטמעינט איבער אים פונעם סטייפלער ז"ל, ער האט געבעטען אז מ'זאל ארויסנעמען זיינע "ביאורים" פונעם שולחן ערוך.

אולי צ"ל מימרא.
חזקי ג
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 06, 2020 7:40 pm

Re: ספר המתרגם, ווער איז דער מחבר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקי ג »

היינט איז דא א אנדערע און א נייע טייטש צו די לעזים, פון ר' משה קטן [קליין].
https://hebrewbooks.org/48057
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”