חדש - ארטסקראל ביאורי התוספות

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 11:33 am

חדש - ארטסקראל ביאורי התוספות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיין »

ארטסקראול גייט מחיל אל חיל, און האלט יעצט אינמיטן דער ארבעט ארויסצוקומען מיט א פירוש אויף תוספות על הש"ס. דער נייער פירוש אנטשפרעכט צו רעוואלוציאנירן דעם לימוד התוספות, ענליך צו דער מאסיווער רעוואלוציע וואס דער פירוש אויף ש"ס זעלבסט האט געברענגט.

גייט עס זיין בלויז אויף ענגליש?
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

כהאב עס געזעהן
קוקט אויס זייער שטארק
אבער פארוואס ענגליש פאר לשה"ק ?
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

אלע זייערע פראדזעקטס מאכן זיין קודם די ענגלישע. זעהט זיך אויס אז ס'איז זיי גרינגער צו טרעפן נדבנים פאר די ענגלישע.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

היינטיגע צייטן ווען יעדער זעהט שוין די מורא'דיגע ארבעט פון ארטסקרול, איז נאך אלס א דאגה צו טרעפן נדבנים פאר לשון הקודש?

איר זענט זיכער אז עס קומט ארויס קודם אויף ענגליש?
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

סידיראם האט געשריבן:איר זענט זיכער אז עס קומט ארויס קודם אויף ענגליש?

artscroll.jpg
artscroll.jpg (169.07 KiB) געזען 3632 מאל
לעצט פארראכטן דורך שטאלצער יוד אום זונטאג אוגוסט 26, 2018 11:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשיקטער »

סידיראם האט געשריבן:היינטיגע צייטן ווען יעדער זעהט שוין די מורא'דיגע ארבעט פון ארטסקרול, איז נאך אלס א דאגה צו טרעפן נדבנים פאר לשון הקודש?

איר זענט זיכער אז עס קומט ארויס קודם אויף ענגליש?



דא האסט די זייער מעלדונג
http://www.artscroll.com/Books/9781422622292.html
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

הקיצור פאר די נעקסטע צוואנציג יאר כדי גיט צו קענען פארשטיין א תוספות בנוסח ארטסקרול וועט מען זיך מיזן אויסלערנען א פעטן ענגליש.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

סידיראם האט געשריבן:הקיצור פאר די נעקסטע צוואנציג יאר כדי גיט צו קענען פארשטיין א תוספות בנוסח ארטסקרול וועט מען זיך מיזן אויסלערנען א פעטן ענגליש.

אדער טוהן אזוי ווי אונזערע זיידעס און עלטער זיידעס האבן געטוהן, "עמלים"!
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

עט מען מוזן לערנען תוספות ביי לימודי חול. קיינער עט שוין נישט קענען שרייען אז מיר קענען שוואך ענגליש.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

בעל דמיון האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:הקיצור פאר די נעקסטע צוואנציג יאר כדי גיט צו קענען פארשטיין א תוספות בנוסח ארטסקרול וועט מען זיך מיזן אויסלערנען א פעטן ענגליש.

אדער טוהן אזוי ווי אונזערע זיידעס און עלטער זיידעס האבן געטוהן, "עמלים"!


דאס איז מיר שוין בכלל נישט בייגעפאלן...
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
splinter
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך splinter »

שטאלצער יוד האט געשריבן:אלע זייערע פראדזעקטס מאכן זיין קודם די ענגלישע. זעהט זיך אויס אז ס'איז זיי גרינגער צו טרעפן נדבנים פאר די ענגלישע.

כ'האב אמאל געהערט פון די צוויי מנהלים (דוכט זיך מיר איינער לעבט שוין ניט)
אז די סיבה פארוואס קודם ענגליש איז ווייל אויב קודם לשון קודש ווען איינער פון די שרייבערס וועלן נישט פארשטיין א פשט וועלן זיי קענען אריינשטעקן רש'י ווערטער און מיט דעם מפרש זיין אפילו ער וועט עס נישט פארשטיין גרונטליך. (אזוי ווי מ'זעהט בחוש ביי אנדערע פירמעס)
ווידעראום אין ענגליש מוז ער טייטשן, ער קען נישט אריינשרייבן רש'י'ס ווערטער און גיי ברעך דיר קאפ
יש מזל
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מזל »

אויך געהערט פון איינע פון די שרייבערס/לומדים די זעלבע זאך:
ביי ענגליש מוזסטו זיך גוט גוט מסביר זיין וואס די פשט און די סברא איז, משא"כ אין לשה"ק איז מען מעתיק לשונם הק' ודי.
אזוי האבן זיי אויך געטוהן מיט די ירושלמי.
אוועטאר
שטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיין »

איך האב געהערט א גיט ווארט אויף די אנדערע פרשים אויף תוספות פארוואס איז עס גיט מען מיטשעט זיך אויף א תוספות און עס גייט נישט מען ווערט זייער ציברכען קוקט מען א ריין אין די פרישם זעט מען אז נישט נאר די פארשטייסט נישט עס איז דא נאך איינער וואס פארשטייט נישט ווערט א ביסט גרינגער אויפן הארץ.........
אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשיקטער »

געכאפט א בליק אין די בלעטער וואס זיי האבען ארויסגעשטעלט לדוגמא

Untitled.jpg
Untitled.jpg (16.03 KiB) געזען 3335 מאל
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

איך ווארט קוים ביז זיי וועלן ארויסגעבן קצות און נתיבות, און דרוש וחדוש לרבי עקיבא איגר.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

נו נו, אונזערע אייניקלעך וועלן ארויסגעבן א פירוש אויף אוצר הלכות
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
הערשעל פאסטעכער
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשעל פאסטעכער »

צולייגער האט געשריבן:נו נו, אונזערע אייניקלעך וועלן ארויסגעבן א פירוש אויף אוצר הלכות

:lol: :lol: :lol: ;l;p- ;l;p-
איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...
סעילעסמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 5:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעילעסמען »

געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

splinter האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:אלע זייערע פראדזעקטס מאכן זיין קודם די ענגלישע. זעהט זיך אויס אז ס'איז זיי גרינגער צו טרעפן נדבנים פאר די ענגלישע.

כ'האב אמאל געהערט פון די צוויי מנהלים (דוכט זיך מיר איינער לעבט שוין ניט)
אז די סיבה פארוואס קודם ענגליש איז ווייל אויב קודם לשון קודש ווען איינער פון די שרייבערס וועלן נישט פארשטיין א פשט וועלן זיי קענען אריינשטעקן רש'י ווערטער און מיט דעם מפרש זיין אפילו ער וועט עס נישט פארשטיין גרונטליך. (אזוי ווי מ'זעהט בחוש ביי אנדערע פירמעס)
ווידעראום אין ענגליש מוז ער טייטשן, ער קען נישט אריינשרייבן רש'י'ס ווערטער און גיי ברעך דיר קאפ

אויך האט ענגליש זייער רייכע עקספרעשאנס, מען קען עס זעהן ביי בעלי דרשנים אין ענגליש.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
splinter
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך splinter »

סעילעסמען האט געשריבן:https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1746832#p1746832


סאו וואס מיינסטו ארויסצוברענגען מיט די לינק?
veltsman
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 03, 2014 8:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך veltsman »

הערשעל פאסטעכער האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:נו נו, אונזערע אייניקלעך וועלן ארויסגעבן א פירוש אויף אוצר הלכות

:lol: :lol: :lol: ;l;p- ;l;p-

ליידער דארף עס א פירוש, איך האב עס לעצטענס געקויפט דעם גאנצען סעט, כ׳האב געהאפט צו האבן א גוטען קלארן ספר מיט הלכות, ס׳האט גאנץ אסאך טעותים, און זייער אסאך זענען די לשונות נישט גוט אויסגעלייגט, אנשטאט למען ירוץ הקורא דארף מען אפאר מאל איבערליינען צו פארשטיין וואס ער האט געמיינט.
(ד״א שרייבט ער אסאך ואנחנו נוהגין, כ׳ווייס נישט פונקטליך וואו אין וועלכע קהילה איז דער ואנחנו, אבער ווי מען פירט זיך ביי די קהילה שאני חלק מהם (ע״פ דרך זידיטשוב וקאמארנא) ברענגט ער כמעט נישט אדער גארנישט אראפ, אפילו אינטען אין פתח האוצר, אבער ליטווישע לרחצה)

נ״ב איך דערווייל נאר דורך געלערנט האלב פון כרך א׳, אויב שפעטער איז אנדערש צי איך צוריק
אוועטאר
בריוועלע
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 11:34 am

פי' אויף תוס' בלשה"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריוועלע »

גראדע איז דא א באקאנטע פירוש אויף תוס' אין לשון הקודש מיט'ן נאמען תוספות המבואר, זיי פארמאגן סיי סינגל קונטרסים אויף א יעדע מסכת פון ש'''ס, און סיי א סעט אויף גאנץ ש''ס.

רבותי! ווער עס וויל גרינטליך פארשטיין פשט אין א תוס', מיט א קלארע הסבר און א גוטע הבנה, איז די אדרעס 'תוספות המבואר'.

איך פערזענליך נוץ עס שוין אפאר יאר, און איך בין זיך ממש מחי' מיט זייער הערליכע ארבעט.
אוי בריוועלע, אוי בריוועלע,
כאילו אמרם הוא בעצמו,
(קרעדיט: מוטי שטיינמעץ)
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

בריוועלע האט געשריבן:גראדע איז דא א באקאנטע פירוש אויף תוס' אין לשון הקודש מיט'ן נאמען תוספות המבואר, זיי פארמאגן סיי סינגל קונטרסים אויף א יעדע מסכת פון ש'''ס, און סיי א סעט אויף גאנץ ש''ס.

רבותי! ווער עס וויל גרינטליך פארשטיין פשט אין א תוס', מיט א קלארע הסבר און א גוטע הבנה, איז די אדרעס 'תוספות המבואר'.

איך פערזענליך נוץ עס שוין אפאר יאר, און איך בין זיך ממש מחי' מיט זייער הערליכע ארבעט.


יש אומרים אז שערי תוספות איז בעסער.
אוועטאר
הערשעל פאסטעכער
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשעל פאסטעכער »

veltsman האט געשריבן:
הערשעל פאסטעכער האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:נו נו, אונזערע אייניקלעך וועלן ארויסגעבן א פירוש אויף אוצר הלכות

:lol: :lol: :lol: ;l;p- ;l;p-

ליידער דארף עס א פירוש, איך האב עס לעצטענס געקויפט דעם גאנצען סעט, כ׳האב געהאפט צו האבן א גוטען קלארן ספר מיט הלכות, ס׳האט גאנץ אסאך טעותים, און זייער אסאך זענען די לשונות נישט גוט אויסגעלייגט, אנשטאט למען ירוץ הקורא דארף מען אפאר מאל איבערליינען צו פארשטיין וואס ער האט געמיינט.
(ד״א שרייבט ער אסאך ואנחנו נוהגין, כ׳ווייס נישט פונקטליך וואו אין וועלכע קהילה איז דער ואנחנו, אבער ווי מען פירט זיך ביי די קהילה שאני חלק מהם (ע״פ דרך זידיטשוב וקאמארנא) ברענגט ער כמעט נישט אדער גארנישט אראפ, אפילו אינטען אין פתח האוצר, אבער ליטווישע לרחצה)

נ״ב איך דערווייל נאר דורך געלערנט האלב פון כרך א׳, אויב שפעטער איז אנדערש צי איך צוריק

האב איך נישט אזוי מעיין געווען.
אלעס קאן זיין!
איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

veltsman האט געשריבן:
הערשעל פאסטעכער האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:נו נו, אונזערע אייניקלעך וועלן ארויסגעבן א פירוש אויף אוצר הלכות

:lol: :lol: :lol: ;l;p- ;l;p-

ליידער דארף עס א פירוש, איך האב עס לעצטענס געקויפט דעם גאנצען סעט, כ׳האב געהאפט צו האבן א גוטען קלארן ספר מיט הלכות, ס׳האט גאנץ אסאך טעותים, און זייער אסאך זענען די לשונות נישט גוט אויסגעלייגט, אנשטאט למען ירוץ הקורא דארף מען אפאר מאל איבערליינען צו פארשטיין וואס ער האט געמיינט.
(ד״א שרייבט ער אסאך ואנחנו נוהגין, כ׳ווייס נישט פונקטליך וואו אין וועלכע קהילה איז דער ואנחנו, אבער ווי מען פירט זיך ביי די קהילה שאני חלק מהם (ע״פ דרך זידיטשוב וקאמארנא) ברענגט ער כמעט נישט אדער גארנישט אראפ, אפילו אינטען אין פתח האוצר, אבער ליטווישע לרחצה)

נ״ב איך דערווייל נאר דורך געלערנט האלב פון כרך א׳, אויב שפעטער איז אנדערש צי איך צוריק

איינער וואס קויפט היינט א הלכה ספר פון א היינטיגן, און ער וויל נישט זיין פון די מקולי בית הלל ומחומרי בית שמאי, דארף ער וויסן ווער דער מחבר איז און וואו ער באלאנגט, צו וויסן אויב דער פוסק איז אנגענומען ביי זיין קרייז.
אלס א סאטמארער חסיד איז אוצר הלכות ביי מיר דער באקוועמסטער ספר נאכצוקוקן א הלכה, איך ווייס ער איז א סאטמארער (נישט קיין חילוק וועלכע) און ער פסק'נט אזוי ווי א סאטמארע דיין פסק'נט, מיט נטעי גבריאל און מיט פסקי תשובות בין איך בכלל נישט באקוועם, שוין געהאט כמ"פ וואס נאכן איבערפרעגן א דיין האט ער געזאגט אז ביי אונז האט מען נישט אזוי אנגענומען (אפגערעדט וואס יש מערערים על א' מהם אז אסאך פסקי הלכות זענען נישט ריכטיג אראפגעברענגט).
ותשוח"ח א געוויסע הלכה ספר וואס א סקווירא חסיד האט ארויסגעגעבן האט ער טאקע געשריבן אנהייב, אז וואו ס'שטייט 'ואנו נוהגין' מיינט דאס מנהגי סקווירא, אפשר וואלט עס דער בעל אוצר הלכות אויף געדארפט שרייבן אנהייב
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”