ערנסטע חיבורים: על סוגיות הש"ס, הלכה, ופלפול! יא דרוקן, אדער נישט דרוקן?

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

ערנסטע חיבורים: על סוגיות הש"ס, הלכה, ופלפול! יא דרוקן, אדער נישט דרוקן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

אין שכינות'דיגן אשכול האב איך געווידמעט א שמועס איבער צדיקים און אדמורי"ם וואס האבן נישט געלאזט דרוקן זייערע תורות. יענער אשכול איז לגבי חסידישע תורות און שמועסן, דאס ענין פון דרוקן חידושי תורה על הש"ס אדער חיבורים אויף הלכה וכדו', פארנעמט א פלאץ פאר זיך.

אריינפיהר צום טעמע פונעם אשכול:
פאר איבער פינף הונדערט יאהר צוריק איז נאר געווען צו באקומען האנט געשריבענע ספרים און ביכער, יעדע געשריבענע בלעטל האט אפגעקאסט א הון תועפת, די מלאכת הכתיבה איז בימים ההם געווען א געהעריגע פאכמאנישע ארבעט!, א סופר האט געמיינט נישט בלויז שרייבן ספרי תורה תפלין און מזוזות, נאר אויך מעתיק זיין ספרים פון כת"י, און עס מסדר זיין אויף אן אופן ס'זאל זיין איינגענעם צו לערנען אין דעם.

זעלבסט פארשטענדליך אז נישט יעדע בר בי רב האט געלאזט שרייבן און מסדר זיין זיינע חידושי תורה, דאס שרייבן ספרים איז געווען באגרעניצט, בלויז גרויסע גאונים און מנהיגים וואס כלל ישראל האט ארויסגעקוקט אויף זייער תורה מיט דארשט, זיי האבן אפגעשריבן און געלאזט מעתיק זיין זייערע ספרים, און אזעלכע ספרים זענען פארשפרייט געווארן צווישן אידן, און זענען געבליבן א טייל פון דעם אייביגע ירושה פון כלל ישראל.

אין יענע צייטן איז אפילו א ש"ס געווען א יקר המציאות, מען דארף אינאכט נעמען אז צו נעמען א סופר וואס זאל אפשרייבן דעם גאנצן ש"ס האט געקאסט א הון תועפות, און האט געדוירט גאהר א לאנגע צייט. צוליב דעם איז דער אוצר הספרים ביי אידן געווען זייער מצומצם. אין רוב שטעט איז קוים געווען צו באקומען עטליכע יסודות'דיגע ספרים וואס האבן זיך פארלאנגט צו קענען זיין א איד. אפילו א גאנצע ש"ס איז נישט איבעראל געווען בנמצא.

צווישן די ספרים פון ראשונים וואס זענען געווארן פארשפרייט בכל תפוצות ישראל אפילו נאך פאר די אויפטרעף פונעם דרוק, האבן זיך געציילט עטליכע ספרים, וביניהם: רש"י, תוס', חיבור הרי"ף, רמב"ם, מרדכי, תשובות הגאונים, און נאך ספרים פון דעם סארט, וואס זענען געווען ממש ווי ברויט און וואסער פאר אידישקייט.

אבער רוב ספרים און חידושי תורה וואס זענען געשריבן געווארן דורך די גאונים וגדולים פאר די המצאה פון דרוק, זענען געבליבן אין א איינצעלנעם כת"י, טייל מאהל איז עס געווארן איבערגעשריבן יארן דערויף, אבער ווייט נישט פארשפרייט געווארן צווישן כלל ישראל.

מיטן ארויסקום פונעם דרוק (בערך שנת ר' - ר"ל) האט זיך דאס געטוישט, דאן איז פיהל גרינגער געווארן דער מעגליכקייט צו דרוקן און פארשפרייטן אידישע ספרים, און אלס תוצאה האבן פילע גאונים אנגעהויבן מפרסם זיין זייערע חידושי תורה, און זיי האבן געברענגט זייערע ספרים על מכבש הדפוס.

פילע זענען אבער געבליבן ביי דער מיינונג אז נישט יעדער נייע ספר איז געאייגנט צו ווערן געדרוקט און פארשפרייט, פארשטייט זיך אז דאס האט געקענט זיין צוליב פארשידענע סיבות, טייל האבן מורא געהאט אז מ'וועט זיך סומך זיין אויף זייער פסק, אנדערע האבן געהאלטן אז ס'נישט לשם שמים, וכו' וכו'.

אלזא וועט מען פרובירן צאמשמעלצן אלסדינג וואס איז נאר בשייכות צו דעם סוגי'. דאס רעכנט אריין, דברי חז"ל והקדמונים בענין שרייבן און מפרסם זיין ספרים, גאונים וצדיקים וועלכע האבן נישט געלאזט דרוקן זייערע ספרים, גאונים וואס האבן דוקא געהאלטן מ'זאל יא דרוקן, וכל המסתעף.
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

אקעי, 'ידיעות' פאקט זיך אויס, עמער ווארטן מיט שפאנונג...
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

עפעס איז דא א מעשה מיטן ר"ר העשיל וואס זיין שיף האט זיך דערטרונקן אויפן וועג צו דרוקן זיינע ספרים
דביה תחדי נפשא
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

אין די תולדות פון ר"ר העשיל (ספר חנוכת התורה-קונטרס אחרון) ווערט געברענגט עטליכע נוסחאות איבער דרוקן זיינע ספרים.

דער מו"ל שרייבט דארט אזוי:
ובנוגע לספריו כ' בס' כ"י, וז"ל, ודע כי רבינו ז"ל חיבר ג"כ ספרים רבים ונכבדים כוללים חידושי הלכות וחידושי אגדות וחידושי פוסקים ושו"ת ופסקים, אך מגודל ענותנותו לא רצה לפרסמם בדפוס, ובעבור זה נשארו בכתובים, ובמשך הזמן נאבדו הרבה מהם ורק קצתם נשארו לפליטה ביד נכדו נכדו הגבויר מו"ה שלמה מגזע צבי מק"ק הורדנא אשר הוציא לאור בשנת תקל"ו הספר תפארת למשה על ש"ע יו"ד מהגאון אבי אביו מו"ה משה האבד"ק הורדנא, ובהקדמתו שם הבטיח ג"כ להוציאם לאורה אך לא נתקיימה מחשבתו בזה עכ"ל.

והרב הגאון מו"ה יוסף לעווינשטיין נ"י האבד"ק סעראצק כתב אלי באמחת ממכתביו, וז"ל ומאבותי שמעתי שזקיני הג"מ יוקל הלוי הורורויץ אבד"ק בראד הביא אתו כל כתבי הקודש חידושים מהרבי ר' העשיל בספינה (שנפלו לו בירושה לחלקו מחותנו הג"מ יהושיע העשיל אבד"ק טארלויח נכד הר"ר העשיל ז"ל) ונטבעו הכל רק נפשו הי' לשלל עכ"ל.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

איך געדענק הערן א מעשה אז די ר"ר העשיל אליין איז געפארן דרוקן א חיבור דאכציך על הש"ס און די שיף איז איינגעזינקן און ער'ז קוים ארויס מיטן לעבן האט ער עס תולה געווען אז ס'האט צו טון מיט דעם און מער נישט געדרוקט
דביה תחדי נפשא
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

די שאלה איז נאר ווי פונקטליך דער שיף איז געפארען
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

חמרא טבא האט געשריבן:איך געדענק הערן א מעשה אז די ר"ר העשיל אליין איז געפארן דרוקן א חיבור דאכציך על הש"ס און די שיף איז איינגעזינקן און ער'ז קוים ארויס מיטן לעבן האט ער עס תולה געווען אז ס'האט צו טון מיט דעם און מער נישט געדרוקט

דאכט זיך אז ס'איז צוויי מעשיות צאמגעמישט.

ס'דא די באקאנטע מעשה אז צוליב א קפידא פון מהרש"א האט ער נישט געוואלט דרוקן די ספרים, און נאך מעהר ווערט נאך געברענגט, אז אסאך אייניקלעך פון ר"ר העשיל האבן נישט געדרוקט זייערע ספרים אלץ צוליב יענע מעשה.

די מקור פון די מעשה בדיוק האב איך נישט תח"י לעת כזאת, איך וועל עס פרובירן אפיר קראצן.
לעצט פארראכטן דורך ידיעות שונות אום מיטוואך אפריל 18, 2018 4:29 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

888.png
888.png (51.1 KiB) געזען 1807 מאל
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

אין פרי מגדים (או"ח אגרת ראשונה) ברענגט ער די טענות וואס געוויסע האבן קעגן דרוקן נייע ספרים, און ער ענטפערט זיי אפ מיט א שארפקייט.

וזל"ק:
שמעתי תלונותיך על שלש כתות העומדים לנגדך ומעכבים מלהדפיס ספריך בחייך ולא פירשת מי הם ואמנם זה פתרונם.

הכת האחת: אינם בני תורה וכל ימיהם כחגים וכו' ואומרים שאסור לעשות קורדום לחפור בו. אני אומר טוב חופר מבן חפר ושתוק ואל תען להם דבר ותקיים לאו דברי קבלה ועיין ברד"ק בהקדמה על נביאים וכתובים מבואר שיש לחבר ספרים ולחלקם ביעקב והאומר לא נאה כי אם לו ודכוותיה אין לו שחר.
ובספר אבק סופרים בסוף הספר כתב אשרי מי שמדפיס ספריו בחייו ולא ח"ו להיות הכתבים מתבערים בע"פ לאשפתות וזבלים, ונשים משלו בהם להבהב תרנגולים ועכברים גייצי בהם יע"ש. אם כן עשה מה שבכחך וה' יתברך יעזור לך, והכת הזאת מן המיעוט המה, וכל ישראל בחזקת כושר ומחזיקין ידי לומדי תורה.

הכת הב': לומדים חורגיים אוהבים פלפול של הבל אבני בהו על קו תהו ושונאים איש הישר הולך (והוא חגר ופסח והפוך כמוהו). זאת עצה היעוצה תאסוף ריעיך ותשחוק עליהם כמ"ש בזה לך לעגה לך בת ציון המצויינים בהלכה, ולקיים ענה כסיל כאולתו בד"ת, ולהראות להם שהם תועים מדרך הישר ולהחזירם לדרך הנכון.

וכת הג': הם מן החכמים אשר אין דעתם נוחה בהדפסת ספרים. ענה להם במענה רך, הלא כבר קדמוני רבותיי ובכל דור יש מחברים, ואל תדבר להם קשות כי הם חכמים ויש להם זכות אבות, וגם לפעמים הוא מחמת קנאת איש מרעהו ושאלת אשמדאי ותשובת שלמה המלך עליו השלום ידוע, ואמנם זה במי שאין רמה שולטת בבשרו ועכ"פ במי שאין עצמותיו נרקבין, אבל במי שעצמותיו נרקבין בעו"ה אין צריך לד' אמות ותרווד רקב ונצל כשהוא נאסף מחזיק מקום מועט ביותר. טוב להיות ד"א של הלכה מקומינו ושתוק הלא ידוע מאדונינו המג"א ז"ל כל ימיו היה אוכל חולין בטהרה ובצמצום והיה לומד תורה לשמה וכעת רשכבה"ג וכוכבו מאיר מסוף עולם ועד סופו.
ואני מבקש ממך כשתלמוד עם תלמידים תעיין לפעמים בחיבורי ומצוה הוא לחבב דברי חבירו.
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

נהרי אש מכתב ב'

גם מה שכתבת מכתב מעניני חידושי תורה, אם לא אשיב לך הרי זה נראה כאילו אני מרחק אותך ואולי אסור זאת, ואם אשיב לך באריכות הרי כשתבוא בשנים בעזהשי"ת תבין שענינים כאלו לא ניתנו לכתוב מפני שהיציאה של הזמן מרובה על השבח, וכל זאת אינו אלא הרהורי תורה כל אחד לפי ערכו וכו'. אבל לבי לא הלך להדפיס ספרים, כי האדם מישראל צריך לעסוק בתנ"ך משנה הלכה ואגדה של מעתיקי השמועה מדור לדור ולא בספרים, חוץ אם רוה"ק צוה על המחבר להדפיס כמו ספה"ק חובת הלבבות קבלה בידינו איש מפי איש עד הבעש"ט ז"ל, שהיה מגילת סתרים בידי רב אשי ותלמודיו הנקראים הוויות דרב ושמואל, הוויות דרבה ורב יוסף, הוויות דאביי ורבא, אבל לא נמסרו לנו כמו סדר הש"ס שסדרו וישנם הרבה טעמים על זה והעיקר מפני שהתורה הוא סדרי העולמות והעוסק בה לשמה מקיים כל העולמות, והוויות הנ"ל אינם אלא תוספת תענוג, והמבין יבין
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

יא יא,
הגאון המופלא הרה"ק ר' שמעון זעליכאווער זי"ע האט שטארק נישט געהאלטן פון דרוקן ספרים און חידושים.

והרבה יותר מזה כתוב הדר בכל משך הספר נהרי אש.

*
ס'שטארק משמע אז אזוי איז געווען דער אנגענומענער מיינונג פון צדיקים וחסידים תלמידי הבעש"ט, אבער ס'געווען יוצא מן הכלל.
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”