על הספר שפתי חכמים ומחברו

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

על הספר שפתי חכמים ומחברו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

אזויווי מען האט געעפענט אן אשכול איבערן ספר לקט בהיר ומחברו, איז נישט מער ווי רעכט צו עפענען אזוינס גלייכען אויפן קאלעגע (אויב מען מעג אפילו אזוי רופען) די ספר שפתי חכמים.

די מחבר האט געהייסען רבי שבתי בס משורר, מח"ס שפתי ישנים, וואס די חיד"א'ס שם הגדולים איז פיל געבעיסט דערויף, וראוה גדולים ויהללוה.

ער איז אויך געווען א מדפיס אין פראג, וואס כידוע אמאל א מדפיס איז נישט געווען ווי היינט, נאר האט געדארפט זיין א גרויסע תלמיד חכם, מגיה זיין די ספרים לדפוס, וכו' (איך רעד נישט דא פונעם בחור הזעצער וואס פלעגט נאר זעצן די פלאטעס און פארטיג)

פילע גדולים אין זיין דור האבן מקפיד געווען צו דרוקען זייערע ספרים נאר ביי רבי שבתי, זיך פארלאזענדיג אויף אים אז חזקה על תלמיד חכם שאינו מוציא מתחת ידו דבר שאינו מתוקן, כמבואר בספר הנהדר כלילת יופי להג"ר חיים נתן דעמביצער ז"ל ראב"ד קראקא (הרב מיללער, אן עקסטרען אשכול אויף דעים ביטע!), און ווי אויך האט ער טאקע געדרוקט צום ערשטען מאל די ספר מגיני ארץ, וואס אונז רוף מיר היינט אן די "שולחן ערוך" אויף אורח חיים מיטן נר ישראל (מגן אברהם), און מגן דוד (טורי זהב).

דאס איז אויף דערווייל, די צייט איז ענג, איך האף נאך צוריקצוקומען דערצו בקרוב.

זייט'ס מיר אלע געזונט און שטארק
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

ער איז אויך געווען א מדפיס אין פראג, וואס כידוע אמאל א מדפיס איז נישט געווען ווי היינט, נאר האט געדארפט זיין א גרויסע תלמיד חכם, מגיה זיין די ספרים לדפוס, וכו' (איך רעד נישט דא פונעם בחור בזעצער וואס פלעגט נאר זעצן די פלאטעס און פארטיג)


אמאל איז די פרינטער און די מוציא לאור געווען די זעלבע מענטש האט ער געמוזט זיין א ידען.

היינט מוז די מוציא לאור אויך זיין א ידען און נאך דעם וואס ער ענדיגט מגיה זיין גיבט ער עס אריין צו דריקער די עם הארץ.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

אלעקסיי, כעל דיך מוזן רופן 'רבי'. כאב קיינמאל נישט געוואוסט אז מגיני ארץ האט דעם נאמען וועגן די צוויי מגן'ס. א גרויסן יישר כח.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א גרויסן ייש"כ אלעקסיי פאר דעם אשכול, כמותך ירבו בהיימישע קרעטשמע.

ואף אני הק' אענה חלקי,

גראדע מיין איך אז אויסער דער לקט בהיר זענען פארהאן אנדערע אויך וועלכע האבן מבקר (קריטיקירט) געווען דעם שפתי חכמים, אבער אין אלגעמיין איז ער זייער אן אנגענומענער פירוש.

וועגן זיין ספר 'שפתי ישנים' האביך נאך נישט געהערט, אויף וואס איז דאס באזירט? (אז דער חיד"א ברענגט עס אין שה"ג איז עס מסתמא איבער תולדות גדולי ישראל), טעל אס מאר עבאוט איט.

איבער מדפיסים תלמידי חכמים, אוודאי קומען די מדפיסי סלאוויטא בני ר"פ מקאריץ ארויף די ערשטע, אבער עס איז כדאי צו דערמאנען אז אויך אין לעמבערג איז געווען א מדפיס הרה"ג ר' אורי זאב סאלאט ז"ל וועלכער איז אויך געווען א דומ"ץ דארט אין די שטאט.

[עס זענען פארהאן חיבורים אויף עטליכע מס' הש"ס (דאכציך ברכות, ר"ה און מגילה) מיט'ן זעלבען נאמען, וועלכע זענען קורץ אין צום פינטל, זייער גוט פאר פשוט פשט, דבר דיבור על אפניו, אבער דאס איז נישט מעשי ידי ר' שבתי נאר פון איינעם מיט א סאך יארן שפעטער. תשוח"ח לאלעקסיי על הערותיו בזה]
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום מיטוואך יאנואר 23, 2008 3:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איבער דעם וואס ס'איז אנגענומען אז דער בעל שפתי חכמים איז געווען א מדפיס אין פראג איז אינטערעסאנט ווייל כפי המונח בזכרוני התלוש איז דער ערשטער דרוק פון שפתי חכמים נישט געדרוקט געווארן אין פראג. און בכלל וואלט איך געוואלט וויסען וואו דער מקור דערפון איז.
איבער די קריטיק וואס מ'טרעפט אויפן פירוש. דער פירוש איז מערסטנס נאר א ליקוט אבער אזוי ווי דרוקן און פאפיר איז דאן געווען א טייער ארטיקל ברענגט ער געווענליך נישט צו דבר בשם אומרו און אסאך פון די קריטיק וואס איז געוואנדן צו אים וואלט ווען געדארפט זיין געוואנדן צום אריגענעלער מקור.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פארשלאפען,
ביזט גערעכט לויט ווי עס שטייט דא אין וויקיפידיה האט ער געוואונט א שטיק צייט אין פראג שעל שמו נקרא, דעם דרוק האט ער געהאט אין ברעסלאו, נאכן פרובירן אין אמסטערדאם.

ויקיפידיה האט געשריבן:ר' שבתי בן ר' יוסף בס (1641 - 1718) המכונה גם ר' שבתי משורר בס נודע בעיקר מחיבורו שפתי חכמים שהינו פירוש על פירוש רש"י לתורה.
נולד בקאליש, פולין שם נהרגו הוריו במלחמה של רוסיה נגד שבדיה, ולאחר מכן הוא עבר לגור בפראג, שם למד תורה ומדעים, ושם ככל הנראה קיבל את הכינוי שבתי "משורר" בס, לאחר ששימש כחזן באחד מבתי הכנסת בעיר.
לאחר מכן עבר מפראג למרכזי תורה אחרים בפולין ובארצות נוספות, עד שהגיע לאמסטרדם שבהולנד, שם עצר כי שאף להקים בית דפוס שבו יוכל להדפיס את ספריו, אולם ניסיונו נכשל והוא פנה לברסלאו, ובשנת 1689 הקים בית דפוס בדיהרנפורט הסמוכה לברסלאו, וייסד בה קהילה יהודית.
לאחר מכן, בסוף חייו עבר לקרוטושין, פולין, שם נפטר בשנת 1718.


[אלעקסיי, דארט האב איך געפונען מענה למבוקשתי אויף דעם ווארט "בס" אין דיין ערשטע תגובה]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הרב מיללער: לויט דיר קומט אויס אז ביידע סיי דער שפתי חכמים און סיי דער לקט בהיר האבן געהאט עפעס א שייכות מיטן באס.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

מיללער האט געשריבן:א גרויסן ייש"כ אלעקסיי פאר דעם אשכול, כמותך ירבו בהיימישע קרעטשמע.

ואף אני הק' אענה חלקי,

פון שפתי חכמים ר' שבתי (בס?) משורר פון פראג, אויסער זיין חיבור עה"ת איז דא פון אים חיבורים אויף עטליכע מס' הש"ס (דאכציך ברכות, ר"ה און מגילה) מיט'ן זעלבען נאמען, וועלכע איז כמעשהו עה"ת קורץ אין צום פינטל, זייער גוט פאר פשוט פשט, דבר דיבור על אפניו..


אוי אוי אוי מיללער, אוי אוי אוי מיללער! פון דיר האב איך נישט גערעכענט אזא טעות.

די הערליכע ספר שפתי חכמים אויף מסכתות הש"ס איז פון פיל א שפעטערע מחבר וואס האט געלעבט אין די ת"ר'ס יארען, איך געדענק שוין נישט זיין פונקטליכע נאמען, איך דארף נאכקוקען, אבער די שפתי חכמים שלנו האט דאך געלעבט פאר איבער 300 יאר צוריק (וע"ז יצא הקצף אז מען שרייבט אזוי געפערליך קעגן א גדול בישראל מדורות שעברו), די שו"ע האט ער געדרוקט אין שנ"ת תנ"ב לפ"ק.

איך קען נאך פיל מאריך זיין, אבער איך האב ניט קיין צייט יעצט. אין א קומענדיגע געלעגענהייט אי"ה
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אלעקסיי,
טעות לעולם חוזר, דברים שאמרתי לפניכם טעות היה בידי.

איך האב געשריבען ממה שמונח בזכרוני, דער זכרון האט מיר גע'נער'ט גוט אז דו האסט אויפמערקזאם געמאכט דער עולם (איך האב מיך טאקע געוואונדערט פארוואס ויקיפידיה ברענגט נישט דעם חיבור.......)

ווען דו וועסט האבן צייט מאריך צו זיין ביטע ברענג ווער דער מחבר פון שפתי חכמים על הש"ס איז געווען ומה טיבו.
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום מיטוואך יאנואר 23, 2008 3:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

אי"ה אן עקסטרע אשכול דערוועגן בקרוב אויב די צייט וועט ערלויבען (קענסט מיר אפשר בארגען אפאר שטונדען???)
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

מיללער דער שפתי חכמים על הש"ס איז פון רבי אברהם אבא הערצעל. עס איז ארויס פון דריק תע"א
זיין פירוש אויף ברכות איז א הערליכער ליקוט פון איבער דרייסיג ספרים אויף די גמרא. ער ברענגט צו דעם ירושלמי, דעם ערוך, תשובת הגאונים און יוסיפין און נאך צענדליגער ספרים ככתבם ולשונם. עס איז זייער נוצבאחר.
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

נאטורליך האט געשריבן:מיללער דער שפתי חכמים על הש"ס איז פון רבי אברהם אבא הערצעל. עס איז ארויס פון דריק תע"א
זיין פירוש אויף ברכות איז א הערליכער ליקוט פון איבער דרייסיג ספרים אויף די גמרא. ער ברענגט צו דעם ירושלמי, דעם ערוך, תשובת הגאונים און יוסיפין און נאך צענדליגער ספרים ככתבם ולשונם. עס איז זייער נוצבאחר.


ארויס פון דרוק תע"א? איך ווייס נישט פון וועלכען ספר דו רעדסט, ווייל די שפתי חכמים וואס איך האב (עמ"ס ברכות, ר"ה, מגילה) האט הסכמות פון ר' שמחה בונם סופר מפרעשבורג ז"ל, ר' נתן הכהן אדלער ז"ל, ר' יצחק שמעלקיש לעמבערגער רב ז"ל, און נאך און אלע באטיטלען אים מיט א ברכת החיים!!!

יעצט זעה איך אז די הקדמה שרייבט ער אונטער אין פרעשבורג תרנ"ח לפ"ק!!!

אפשר האסטו עפעס אן אנדער ספר פאר דיר, אבער פון די ספרים וואס דו צייכענסט אן אז ער ברענגט ווייזט אויס אז מיר רעדן יא פונעם זעלבען חיבור, און א מינוט, ווי האב איך נישט באמערקט אונז רעדט מיר דאך פונעם זעלבען מחבר, אלא מאי מוז זיין אז תע"א ט"ס הוא, וצ"ל...???
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

מ'זאגט אז דאס וואס ער האט שפעטער משמיט געווען זיינע ארגינעלע דיבורים, איז געקומען מחמת סיבות, וואס קיינער זאל נישט געפרואווט ווערן.
לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 4:16 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

בני היכלא האט געשריבן:מ'זאגט אז דאס וואס ער האט שפעטער משמיט געווען זיינע ארגינעלע דיבורים, איז געקומען מחמת סיבות, וואס קיינער זאל נישט געפרואווט ווערן.


פון וועמען רעדסטו פונעם ש"ח אדער פונעם לקט בהיר?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

איך האב אויך נישט פארשטאנען וואס ער זאגט.

אגב, ער איז נישט געווען סתם א דרוקער ווי אויבן דערמאנט.

אגב, זעה איך יעצט אין שם הגדולים להחיד"א מערכת ספרים ערך טור בית יוסף ד"ה ודע ווי ער שרייבט בתוך הדברים: "ואין להשגיח בשפתי ישנים, כי כמה פעמים ראיתי דאפילו במנין השנים לא דק" עכ"ל
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

אלעקסיי, איך האב געשריבען פון זכרון, מיר רעדען אבער פון זעלבען מחבר. די יאר קען זיין איך בין זיך טועה. איך וועל נאכקוקען דעם ספר קומענדיגען שב"ק אין שוהל בלי"נ
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

farshlufen האט געשריבן:
בני היכלא האט געשריבן:מ'זאגט אז דאס וואס ער האט שפעטער משמיט געווען זיינע ארגינעלע דיבורים, איז געקומען מחמת סיבות, וואס קיינער זאל נישט געפרואווט ווערן.


פון וועמען רעדסטו פונעם ש"ח אדער פונעם לקט בהיר?


דער רבי רעדט פונעם לקט בהיר, בבחינת מכסה טפח, איך וועל אביסל מער ארויסשרייבן: ער איז אמאל שבעה געזיצן נאך א טאכטער וואס וואוינט היינט ערגעץ וואו אין די פאראייניגטע שטאטן.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

מר. מיללער
אויב רעדסטי פון מדפיסים תלמידי חכמים
וואלט זיך גפאסט אז די זאלסט דערמאנן דעם הייליגן יעב"ץ
וואס האט געהאט א דריקעריי ביי זיך אין שטוב כידוע
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

אבער דער יעב"ץ איז נישט געווען אליין א דרוקער, עס איז נאר געווען פלאצירט אין קעלער, און ער האט געהאט א לעכעל אין זיין צימער, פון ווי ער האט אראפגעשיקט איעדע פארטיגע בויגען, אבער די גאון אליין האט זיך נישט פארנומען מיט דרוקעריי.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יאסל האט געשריבן:מר. מיללער
אויב רעדסטי פון מדפיסים תלמידי חכמים
וואלט זיך גפאסט אז די זאלסט דערמאנן דעם הייליגן יעב"ץ
וואס האט געהאט א דריקעריי ביי זיך אין שטוב כידוע


ר' יאסל,
קודם איך געדענק נישט אויב איך האב דיך אויפגענומען ככבודך הראוי והיאות, איך גלייך דיינע קאמענטארען ווי אויך די הערות ומראי מקומות, איין קליינקייט נאר, דאס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס דו האלטסט מיך פאר אויף א געוויסע זאך מיט א טענה, היתכן כ'האב עפעס נישט געוואוסט, (עי' בערך בילדער בענין 550 בעדפארד עוו.), איך זאג נישט אז איך בין דער וועלטסט ידען און איך גלייך מיך צו לערנען און בארייכערן מיינע ידיעות מיט די הילף פון אנדערע, איזהו חכם הלומד מכל אדם.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

און דאכט זיך אז עמיצער האט עס שוין אפילו דערמאנט, אינעם "לקט בהיר" אשכול.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

Re: על הספר שפתי חכמים ומחברו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

אלעקסיי האט געשריבן:ער איז אויך געווען א מדפיס אין פראג, וואס כידוע אמאל א מדפיס איז נישט געווען ווי היינט, נאר האט געדארפט זיין א גרויסע תלמיד חכם, מגיה זיין די ספרים לדפוס, וכו' (איך רעד נישט דא פונעם בחור הזעצער וואס פלעגט נאר זעצן די פלאטעס און פארטיג)


הער אלעקסיי
איך מיין אז דער יעב"ץ ז"ל גייט אריין אין די קרייטיריע
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

אבער די יעב"ץ פלעגט נישט מגיה זיין קיין צווייטענס ספרים פאר קיין געלט אין דער וועלט, נאר די אייגענע חיבורים האט ער מסדר געווען לדפוס, משא"כ הרב שבתי בס משורר ז"ל, וקל להבין.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

אלעקסיי האט געשריבן:אבער די יעב"ץ פלעגט נישט מגיה זיין קיין צווייטענס ספרים פאר קיין געלט אין דער וועלט, נאר די אייגענע חיבורים האט ער מסדר געווען לדפוס, משא"כ הרב שבתי בס משורר ז"ל, וקל להבין.


אמת הדבר די גאנצע דרוקעריי זיינע איז גווען סטריקלי פאר זיינע ספרים
אין אויך אנדערע ספרים וואס ער האט גשריבן הגהות דערוף
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיללער האט געשריבן:
וועגן זיין ספר 'שפתי ישנים' האביך נאך נישט געהערט, אויף וואס איז דאס באזירט? (אז דער חיד"א ברענגט עס אין שה"ג איז עס מסתמא איבער תולדות גדולי ישראל), טעל אס מאר עבאוט איט.



דא איז דער ספר
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”