על הספר לקט בהיר ומחברו

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

דאס ווייס איך אז אין די שפעטערדיגע דרוקן האט ער שוין ארויס גענומען זיינע השגות אויפן ש"ח, און די קינדער האבן נאך פיל מער ארויס גענומען אין די לעצטע דרוק.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

זיס האט געשריבן:געהערט לעצנטס, אפשר קען עס מיר איינער באשטעטיגן.
דער בעל לקט בהיר איז אוועק ווען ער איז נאך געווען יונג, ווען ער איז קראנק געווארן האט ער געשיקט א שליח אויפן קבר פונעם שפתי חכמים אים איבערצובעטן, למעשה איז ער אוועק.

א שיינע מעשה.....
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שמערי בערי האט געשריבן:דאס ווייס איך אז אין די שפעטערדיגע דרוקן האט ער שוין ארויס גענומען זיינע השגות אויפן ש"ח, און די קינדער האבן נאך פיל מער ארויס גענומען אין די לעצטע דרוק.

טעות, ער אליין האט גארנישט ארויסגענומען, די קינדער האבן לאחר פטירתו געגעבן דעם ספר איבערצוקוקן פאר הרה"ג דומ"ץ קר"י, און ער האט ארויסגענומען וואס עס האט אויסגעפעלט.

לידיעה בעלמא, אויפן שפתי ישנים פונעם בעל ש"ח [וואס פון דארט איז עס שוין אריין אין סדר הדורות] איז אויך דא א געוואלד מיט שטארקע קשיות און סתירות.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

ער איז נישט געווען זייער אינג, ער איז ווארשיינליך געווען ערגעץ קרוב לשבעים.
איך בין נישט באקאנט אז ער האט געשיקט צום קבר פון שפתי חכמים.
אבער איך וויל קלאר שטעלן עטליכע זאכן
א. דער ספר אור בהיר, איז ארויסגעקומען קודם בשנת ל"ז ל"ח בערך, צוזאמען מיט משכיל לדול אויף חומש רש"י.
ב. דער ספר איז צוזאם געשטעלט געווארן דורך אים צוזאמען מיט א גרופע חשוב'ע תלמידי חכמים וואס האבן געלערנט צוזאמען אור החיים הק' יעדן שבת צופרי אונטן אין ראדני סטריט פון 6:30 פארטאגס ביז 8:00 - קודם איז דאס געווען א שיעור בחברותא, און מיט די צייט איז עס געווארן אזוי ווי א שיעור וואס הרה"ח ר' ישעי' פלעגט פארלערנען, ווינטער אין די גוטע צייטן גאנץ אנפאנג מ' יארן האט מען נישט געקענט אריין לייגן א נאדל אינעם שטיבל.
ג. דעמאלט'ס איז עס געגאנגען אריין אין חומש ווייל עס איז נאר געווען גאר קליינע הערות און הגהות אינטערן אור החיים הק'.
ד. דער ספר לקט בהיר איז געשטופט געווארן דורך מלמדים ומגידי שיעור פון די עלטערע כתות וועלכע האבן אים געמוטשעט פארוואס ער שרייבט נישט אראפ אלע זיינע ביאורים אויף רש"י וואס ער פלעגט מיט זיי ארום-טענה'ן.
ה. די מקורות חז"ל וואס ווערן נישט אראפ געברענגט אין די מפרשים אויפ'ן פלאץ האבן צוזאם געשטעלט די מגידי שיעור פון ישיבה קטנה, וואס איז דעמאלטס געווען אויף העיווארד סט. בראש מיט הרב הצדיק ר' אלימלך לאנדא זצ"ל (כך שמעתי מהרחוב), ויבלח"ט הרה"ג הישיש רבי ברוך מיללער שליט"א (שמעתי מבנו).
ו. זיינע טענות אויפן שפתי חכמים האט ער אנגעטראפן במשך די ארבעט, און אסאך תלמידי חכמים האב אים גערעכט געגעבן עכ"פ למחצה לשליש ולרביע, און ער האט געפילט דערין א געוואלדיגע זכי' להסיר מכשול.
ז. הארט פארן ארויסגעבן איז רביה"ק נסתלק געווארן, ער האט באיזה אופן שהוא פארשטאנען פון רבינ'ס רצון אז דער רבי האלט אז הרה"ג ר' געציל בערקאוויטש איז זיין איש מהימן אויף אזעלכע זאכן, ר' ישעי' האט זיך ארויף געזעצט אויף ר' געציל ער זאל אים געבן אן הסכמה, ר' געציל איז נאך געווען גאנץ פריש אין זיין פאסטן, הסכמות פלעגן דעמאלטס געבן גדולי הרבנים, אבער ר' ישעי' האט נישט נאך געלאזט, ר' געציל איז דורך אויף א שיין חלק פונעם ספר און געגעבן א שיינע הסכמה.
ח. ווען דער ספר איז ארויסגעקומען איז עס געווען ממש א רעוועלוציע אינעם עולם המלומדות, עס איז געווען נאך פאר די היינטיגע וועלט פון המפורש מיט המבואר און בלויע גמרות אא"וו. אלעס איז געמאכט אן קאמפיוטערס וכו' נאר מעשי ידי פון א סאטמארען חסיד אן "ארבעטער - באס דרייווער" אין אמעריקע.
ט. עפעס אן ארץ ישראל'דיגע אויסגאבע (כ'געדענק נישט יעצט דעם נאמען) האט אראפ געשיקט זייער קארעספענדאנט קיין אמעריקע צו באשרייבן סאטמאר, זיי האבן געטראפן ר' יודל ראזענבערג ע"ה, זיי האבן געוואלט רעדן מיטן רבין אדער לכה"פ די דיינים וכדו' - ר' יודל איז געווען א קלוגער איד האט ער זיי געזאגט - דעם באס דרייווער ביי אונז קען איך אייך צושטעלן, און ער האט געבעטן ר' ישעי' צו רעדן מיט זיי, ר' ישעי' האט זיי געוויזן זיינע חיבורים, און גערעדט מיט זיי אין לערנען. דערנאך האבן זיי באשריבן סאטמאר, און ארויסגעברענגט אז אויב דער באס דרייווער זעט אזוי אויס, קען מען זיך שוין פארשטעלן ווי גרויס די תלמידי חכמים און די רבנים זענען ובפרט דער רבי אליין. (ווער ס'קען עס פארשאפן און וויסן מער פרטים תבוא עליו ברכה).
י. ווען ר' ישעי' איז עלטער געווארן איז ער געווארן זייער קראנק אויף די לונגען ל"ע, אבער ער האט זיך נישט געקענט באהערשן אויפצוהערן רייכערן, ער האט געקאכט מיט לערנען, און ער האט געהאט זייער א שארפן שטארקן מח, ער האט געוויסט אז ס'וועט אים ממש הרג'ענען אבער ער האט גע'טענה'ט אז בשעת ער האלט זיך צוריק פון רייכערן שטערט דאס אים פון לערנען, און אן לערנען איז זיין לעבן גארנישט ווערט. כ'האב געהערט פון אידן וואס זענען געווען ביי אים אין שפיטאל ער איז געזעצן און געלערנט און געשריבן און ארויסגעלאפן רייכערן, דעמאלט פלעגט זיין א שטוב ווי מ'האט געקענט רייכערן אין שפיטאל.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

יעצט האט שוין פארשלאפן אריין געשיקט מיין ווייטערדיגע תגובה,
י"א. אויף זיינע עלטערע יארן האט אים באטראפן א צרה כמבכירה וואס מ'קען דא נישט שרייבן, און דאס האט אים געמאכט חרטה האבן אויף זיינע שארפע לשונות, נישט זיין קראנקייט וואס ער האט זיך אליין באשולדיגט דערין אלץ רייכערן, און ער האט באפוילן זיין זון הרה"ח ר' חיים הערש ווייס פון קרית יואל, ער זאל איבערגעבן די גאנצע החלטה פאר ר' געציל, וכאשר יצוה כן יעשה אן קיין חכמות, ר' חיים הערש האט זיך אפגעהאלטן פון איבער דריקן דעם ספר יארן, כאטשיק ס'איז געווען א גוטע ביזנעס און מ'האט עס געזוכט מיט לעכט, אבער ווילאנג ר' געציל האט נישט געענדיגט דורכגיין כל קוץ וקוץ האט ער נישט געוואלט איבערדריקן דעם ספר.
י"ב. ר' חיים הערש האט שוין געזען אז ס'זאל שטימען אויך די עמודים, און די רש"י זאל זיין צוזאמען מיט'ן לקט בהיר אלעס אויפן זעלבן דף ווי דער פסוק איז, און ער דריקט דאס איבער איינמאל און נאך אמאל, און קען נישט נאכקומען דעם פארלאנג, כאטשיק זייט דעמאלטס זענען שוין ארויס געקומען עטליכע חיבורים אויף רש"י און אויף אוה"ח הק' מיט די היינטיגע טעכענאלאגיע, מ'קען זיכער זאגן אויף אים עפעס א בחינה פון משמים הסכימו, וואס מ'זאגט אויב מ'דרוקט איבער א ספר דריי מאל איז א סימן אז דער מחבר האט געלערנט תורה לשמה, און אויך אויף א יעדע זאך וואס כלל ישראל האט אנגענומען. דרך אגב ר' חיים הערש לערנט אויך פאר אוה"ח הק' שבת צופרי עד היום, כ'מיין אין קרית יואל'ער ביהמ"ד, און ר' ישעי'ס שיעור איז איבער גענומען געווארן דורך ר' לעמל שוווארץ כ'מיין אז ס'גייט נאך אן אין ראדני.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ר' חיים הערש לערנט פאר אין היכל ראזנבערג אונטערן גרויסן שוהל אין קר"י.
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
הספר הוא מהספרים הכי טובים שיש על רש''י הקדוש
כמובן שהביטויים שהיו הם אך למותר --אך כך הי' טבעו -
בימי בחרותו למד בקאסאני אצל רבו בעל או''ר מלא .
הוא קולע אל השערה בביאורי רש''י ומדבר בשפה ברורה .
אין כמעט נקודה שהוא לא נוגע בו . ושכרו הרבה מאוד כפי
"פעלו " יהי זכרו ברוך
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

מיללער האט געשריבן:וואו ליגט דער 'שפתי חכמים'?

ב''ה
בעיר הבירה פראג
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

badatz האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:וואו ליגט דער 'שפתי חכמים'?

ב''ה
בעיר הבירה פראג

איר קלערט אזוי, אדער איר ווייסט זיכער?

מיר דאכט זיך אז ער האט סוף ימיו געוואוינט אין אמסטערדאם.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

ווען מיר האבן געלערנט אין ישיבה קטנה, איז געווען אזעלכע וואס האבן זיך שטארק אנגענומען פארן שפתי חכמים,
אלזא
ר' ישעי' האט געמאכט אנפאנג חיבור א "רשימת ראשי תיבות" און ביי ש"ח האט ער געשריבן -ר' שבתי משורר, המדפיס מ'פראג- און די חברה האבן צוגעשריבן "הרשימה נעשה ע"י ר' ישעי' ווייס הבאס דרייווער מוויליאמסבורג" אדער "הבעל עגלה מסאטמאר"
כמובן
איז דאס א כבוד פאר ביידע אז טראץ וואס זיי האבן עוסק געווען על המחי' ועל הכלכלה האבן זיי געמאכט אזעלכע הערליכע חיבורים, ומקום יש בראש..וכו'
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

עס איז פארהאן אן אשכול איבערן שפתי חכמים, וואו מיר האבן שוין דיסקוטירט צו ער איז בכלל געווען מדפיס אין פראג.

בד"וו, נאך א טעות וואס ר' ישעי' מאכט בספרו, ווען ער ברענגט עפעס פון ש"ח השלם הנדפס עם המזרחי שרייבט ער "והמדפיסים השמטיהו מפני הבושה" דאס איז א טעות ווייל דער ש"ח השלם איז הערשט געדרוקט געווארן שפעטער און פארמאגט הוספות פון א צווייטן, נישט פון ר' שבתי משורר.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

וויפיל איך ווייס האט ר' ישעי' געמאכט א עקסידענט מיט זיין באס (האלטנדיג אינמיטן לערנען) און דעמאלטס איז ער אוועק
דא ווער איך געוואר אנדערע מעשיות

האב איך ביז היינט געלעבט אין א טעות?
ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיץ »

זייענדיג א פייערדיגער קאסאניער חסיד, ווי בד"ץ האט דערמאנט, האט ר' ישעי' מקפיד געווען צו דרוקן דעם 'חומש' פון 'היכל הברכה' (קאמארנא), בעת ווען רש"י האט ער געלאזט פריש אויפזעצן. און דאס איז די סיבה פארוואס אין די אלטע דרוקן זענען די עמודים פארוקט. עס איז מיר א וואונדער אז זיינע קינדער האבן ביים איבערדרוקן דעם פי' זיינעם זיך נישט געהאלטן צו זיין קפידא און געדרוקט דעם חומש נישט ווי עס איז אין היכל הברכה.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אין פרשת האזינו [דברים ל"ב י"ז] אויף די רש"י "לא אלוה" כתרגומו "דלית בהון "צרוך "זאגט דער "לקט בהיר" :

אלא ודאי פירוש שאין להם אלקות דהיינו כוח וגבורה כפירוש תיבת אלקים, ואינם עובדים אותו א"כ בשביל שום הנאה שהוצרכו ממנו שום דבר, ואמר רבינו שאל תטעה מזה שאם היו זובחים לחמה ולצבא השמים שיש בהן צרוך כח וגבורה שנתן בהם הבורא אין קפידא, לא כן הוא, אלא הכתוב מתאנח ואומר האמת שעשו מעשים גרוע שבגרוע (רא"ם)
. ע"כ לשון ר' ישעי' ז"ל .וכן הוא בש"ח.


לפ"ז איז "צרוך" עפעס א ווארט וואס באדייט שטארקייט כח וגבורה וואס דערווייל האבן מיר נישט געטראפן קיין סמוכין אויף דעם ערגעץ אנדערש וואו.

איצט לאמיר זען וואס שטייט טאקע אין רא"ם:

לא אלוק כתרגומו "לית בהן צרוך". וכן שנו בספרי, ונראה לי שהוצרכו לפרש כן, מפני שאי אפשר לפרשו כמשמעו, כי אחריו: "אלקים לא ידעום", ואם הי' פירוש "לא אלוק" כמשמעו, איך קראו אחר זה "אלהים", ומפני שמ"לית בהן צרוך" נראה שאילו הי' בם שום צורך ושום הנייה, לא הי' מקפיד, הוצרך לפרש ש"אילו הי' בהם צורך לא היתה קנאתו כפולה כמו שהיא עכשיו". אבל עכשיו שאין בהם שום צורך, ועם כל זה זובחים להם, קנאתו גדולה וכפולה, וכן שנו בספרי" "אילו היו עובדים, לחמה ולבנה, ככוכבים ומזלות ודברים שהם להנייה לעולם, לא היתה קנאתו כפולה, אלא הן עובדין לדברים שאין מטיבין להם, אלא מריעין להם, מה דרכו של שד נכנס באדם וכופה אותו".
עכ"ל הרא"ם.


ימחול נא רי"וו ז"ל אלף פעמים אבער דער הייליגער מזרחי זאגט דאס נישט, קיינער פון די אנדערע מפרשים א חוץ דער ש"ח לערנען נישט אזוי, ולע"א עס איז זייער שווער אזוי צו זאגן, ווייל עס האט קיין יסוד אין סמך במקום אחר אז "צרך" זאל באדייטן א כח.

ליתר שאת האב איך קאפירט דברי ר' אליהו בחור אין מתורגמן.
אטעטשמענטס
-צרוך.JPG
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ליתר שאת, האב איך געפונען דעם רמב"ן [ויקרא י"ז ז']:

ולכך תרגם אונקלוס יזבחו לשדים לא אלוה (דברים לב יז) דבחו לשדין דלית בהון צרוך יאמר שאין בהם שום צורך כי לא ימנעו הנזק העתיד ולא יעשו שום תועלת וגם לא יודיעו ברחוק שישתמר ממנו האדם בדעתו והוא לשון הכתוב גם כן "לא אלוה" כאילו אמר "לא כח וממשלה" כי אלהים לשון אילות וכח אל הם יאמר שאין בשדים אילות ושום כח ולכך אין צורך בהם כי לא ירעו וגם היטב אין אותם.


היוצא לנו מזה, אז "צרוך" איז נאר א געבארגטער אויסדרוק און אפטייטש אויף "אלוה" דערפאר ווייל אויב עס האט קיין כח האט עס קיין נוצן, אבער נישט אז "צרוך" האט עפעס מיט גבורה וכח.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

ווארד2007 האט געשריבן:וויפיל איך ווייס האט ר' ישעי' געמאכט א עקסידענט מיט זיין באס (האלטנדיג אינמיטן לערנען) און דעמאלטס איז ער אוועק
דא ווער איך געוואר אנדערע מעשיות

האב איך ביז היינט געלעבט אין א טעות?

עפעס א מעשה מיט אן עקסידענט האט ער געהאט, עס האט זיך ב"ה אויסגעלאזט מיט שרעק (עס האט געפעלט א האר עס זאל זיין שרעקעדיג, דער בוכ"ע האט געהאלפן).
למעשה האט דאס געענדיגט זיין קאריער פון דרייווען, כפי השמועה האט עס אים געבאדערט, אבער האט נאך געלעבט און געווען אקטיוו א שטיק צייט דערויף זעי וואס בערל שרייבט:
lebediger berel האט געשריבן:ער איז נישט געווען זייער אינג, ער איז ווארשיינליך געווען ערגעץ קרוב לשבעים.

י. ווען ר' ישעי' איז עלטער געווארן איז ער געווארן זייער קראנק אויף די לונגען ל"ע, אבער ער האט זיך נישט געקענט באהערשן אויפצוהערן רייכערן, ער האט געקאכט מיט לערנען, און ער האט געהאט זייער א שארפן שטארקן מח, ער האט געוויסט אז ס'וועט אים ממש הרג'ענען אבער ער האט גע'טענה'ט אז בשעת ער האלט זיך צוריק פון רייכערן שטערט דאס אים פון לערנען, און אן לערנען איז זיין לעבן גארנישט ווערט. כ'האב געהערט פון אידן וואס זענען געווען ביי אים אין שפיטאל ער איז געזעצן און געלערנט און געשריבן און ארויסגעלאפן רייכערן, דעמאלט פלעגט זיין א שטוב ווי מ'האט געקענט רייכערן אין שפיטאל.

זעימיר אז נישט דאס האט אים אוועקגעלייגט, נאר עפעס א מחלה אויף די לונגען ל"ע.
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

אינטרעסאנט אז דער עולם האט דא גארנישט דערמאנט, אז אין פ' בשלח ווען רש"י ברענגט אראפ מדברי חכמינו ז"ל אז "ראתה שפחה על הים מה שלא ראה יחזקאל בן בוזי", דוכט זיך מער אז ער שרייבט אז ס'איז נאר א גוזמא. (כ'האב עס נישט ביי מיר מעתיק צו זיין, אדרבה איינער זאל געבן א קוק נאך).
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

אז דו האסט עס נישט דא ביי דיר דעמאלט בעסער זאג גארנישט ווייל מ'וועט דיך נאר אראפ רייסן דערויף.
און אויב ס'איז א טעות אדער נישט אויסגעהאלטן דעמאלט האט מען עס שוין זיכער ארויסגענומען ביי די שפעטערע מהדורות.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' טענצל זייטס מיר מוחל, איר גרייזט אין זיינע ווערטער, ער זאגט טאקע "גוזמא קתני" אבער נישט אויף די ראי' נאר אויפן שפלות פון שפחה, ווייל ווי איז דען שייך געווען דאן ווען גאנץ כלל ישראל זענען געווען בני חורין א שפחה?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

זעסט טענצל, כ'האב דיך געווארנט.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7809
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

ליפשיץ האט געשריבן:זייענדיג א פייערדיגער קאסאניער חסיד, ווי בד"ץ האט דערמאנט, האט ר' ישעי' מקפיד געווען צו דרוקן דעם 'חומש' פון 'היכל הברכה' (קאמארנא), בעת ווען רש"י האט ער געלאזט פריש אויפזעצן. און דאס איז די סיבה פארוואס אין די אלטע דרוקן זענען די עמודים פארוקט. עס איז מיר א וואונדער אז זיינע קינדער האבן ביים איבערדרוקן דעם פי' זיינעם זיך נישט געהאלטן צו זיין קפידא און געדרוקט דעם חומש נישט ווי עס איז אין היכל הברכה.

ליפשיץ שרייבט אז ער האט 'מקפיד' צו דרוקן דעם חומש פון ה"ה, אם קבלה נקבל, אבער עס קלונגט אינטרעסאנט, וואס פאר אן ענין קען מען האבן דערביי.

מסתבר איז אז ער האט ארויפגעפעיסט זיין פי' אויפ'ן היכל הברכה חומש, ווייל עס ווייניג פסוקים פער עמוד אזוי האט ער געהאט מער פלאץ פאר זיין פירוש.

אגב, אסאך ספרים פון יענע תקופה האט מען געדרוקט אויף אזא אופן, מען האט געפעיסט פון דא און פון דארט וכו'.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

קודם היינט אין דעם לוח היום איז געמאלדן געווארן אז א אייניקל פון ר' ישעי' בן בנו הרה"ח ר' חיים הערש איז א חתן געווארן וואונטשן מיר אים א מזל טוב אין נאמען פון די וואס ליינען און שרייבן אין דעם אשכול.
לויט ווי כ'האב פארשטאנען פון ר' חיים הערש זז"ג נאך פאר מען האט איבערגעדריקט דעם חומש אז די עמודים זאלן שטימען איז דאס געווען דער עיקר ציל פון זיין טאטן אז די פסוקים, און רש"י אוה"ח און אור בהיר און לקט בהיר זאל זיין אויף איין עמוד, און ער האט זיך געלאזט קאסטן דערויף אסאך געלט צייט און כח.
דעמאלט איז נאך די קאמפיוטער פראגראם וואס מען ניצט היינט אויף ספרי קודש נישט געווען אזוי פארגעשריטן.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

שטארק זיך האט געשריבן:
ליפשיץ האט געשריבן:זייענדיג א פייערדיגער קאסאניער חסיד, ווי בד"ץ האט דערמאנט, האט ר' ישעי' מקפיד געווען צו דרוקן דעם 'חומש' פון 'היכל הברכה' (קאמארנא), בעת ווען רש"י האט ער געלאזט פריש אויפזעצן. און דאס איז די סיבה פארוואס אין די אלטע דרוקן זענען די עמודים פארוקט. עס איז מיר א וואונדער אז זיינע קינדער האבן ביים איבערדרוקן דעם פי' זיינעם זיך נישט געהאלטן צו זיין קפידא און געדרוקט דעם חומש נישט ווי עס איז אין היכל הברכה.

ליפשיץ שרייבט אז ער האט 'מקפיד' צו דרוקן דעם חומש פון ה"ה, אם קבלה נקבל, אבער עס קלונגט אינטרעסאנט, וואס פאר אן ענין קען מען האבן דערביי.

מסתבר איז אז ער האט ארויפגעפעיסט זיין פי' אויפ'ן היכל הברכה חומש, ווייל עס ווייניג פסוקים פער עמוד אזוי האט ער געהאט מער פלאץ פאר זיין פירוש.

אגב, אסאך ספרים פון יענע תקופה האט מען געדרוקט אויף אזא אופן, מען האט געפעיסט פון דא און פון דארט וכו'.

דער היכל הברכה איז מוגה געווארן דורכן הייליגן קאמארנער, און איז שטארק מסתבר אז ער האט אויף דעם מקפיד געווען. (אויף רביה"ק מסאטמאר ז"ל דערציילט מען אז ער האט דייקא געניצט די היכל הברכה חומש בעת קריאת המגילה, {אפשר ווייל ס'האט געהאט גרויסע עמודים... :wink: } און אפשר ביי אנדערע צייטן אויך.)
פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיבער מעסטער »

ווינקל האט געשריבן:דער היכל הברכה איז מוגה געווארן דורכן הייליגן קאמארנער, און איז שטארק מסתבר אז ער האט אויף דעם מקפיד געווען. (אויף רביה"ק מסאטמאר ז"ל דערציילט מען אז ער האט דייקא געניצט די היכל הברכה חומש בעת קריאת המגילה, {אפשר ווייל ס'האט געהאט גרויסע עמודים... :wink: } און אפשר ביי אנדערע צייטן אויך.)


ווינקל וואס איז פשט פון דיין סמיילי דארט

farshlufen האט געשריבן:יגר: טאקע דארט אין פ' מסעי ביי די גבולות הארץ לערנט ער מורא'דיג פאלש דאס הייסט זיין פשט איז אין קאנפליקט מיט רש"י און מצודות אין יהושע, מיטן מזרחי מיטן לבוש אין מיטן צדה לדרך, די איינציגסטע וואס לערנען ווי אים זענען דער משכיל לדוד [וואס ער זאגט אליין אז ער האט נישט זיינע ספרים זיך] אין דער שפתי חכמים.


אויב דער משכיל לדוד מיט דער שפתי חכמים לערנען אזוי פשט דעמאלס פארוואס זאגסטו אז "ער" לערנט "פאלש" פשט, עס איז נישט ער און עס איז נישט פאלש, דער משכיל לדוד מיט דער שפתי חכמים זאגן דאך עס.
אדם האחרון
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 18, 2012 9:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם האחרון »

ארץ כנען החשובה בפרשת תרומה...
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”