ציורים ושערים בספרים ובהגדות ישנים
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
Re: ציורים ושערים בספרים ובהגדות ישנים
ערשטנס אמאל פלעגט אלעס גיין סטראקעס [גוים אויך], ספלעגט זיין דאלדענע זילבערנע, פעלץ און סאמעט, סאמעט איז געווען די ביליגסטע סטראקעס.
עי׳ בפנקס ועד ארבע ארצות, או בפנקס המדינה, וועגן זייערע תקנות איבער סטראקעס.
עי׳ בפנקס ועד ארבע ארצות, או בפנקס המדינה, וועגן זייערע תקנות איבער סטראקעס.
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
Re: ציורים ושערים בספרים ובהגדות ישנים
איטשע האט געשריבן:ערשטנס אמאל פלעגט אלעס גיין סטראקעס [גוים אויך], ספלעגט זיין דאלדענע זילבערנע, פעלץ און סאמעט, סאמעט איז געווען די ביליגסטע סטראקעס.
עי׳ בפנקס ועד ארבע ארצות, או בפנקס המדינה, וועגן זייערע תקנות איבער סטראקעס.
אינטערסאנט. די תקנות נמצא בפנקס המדינות, וועד שנת שצ"ז, עמוד 68.
און די זעלבע יאר האט מען אויך געמאכט א תקנה בענין שטריימלך פון סויבל...
"גם אין לעשות שטריימל של סויבל, לאורך".
וואס איז די באדייט פון די תקנה, וויאזוי זעט אויס א שטריימל לאורך און וויאזוי לרוחב?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 663
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
- לאקאציע: עולם השפל
Re: ציורים ושערים בספרים ובהגדות ישנים
איך זעה נישט מה כל הרעש לגבי די שער בלעטער מיט נישט אזעלכע הייליגע צורות (לאמיר דאס לכה״פ אזוי אהנרופן) ס׳איז פשוט נישט געווען אן צווייטע ברירה...
לאמיר פרובירן מסביר׳ן מיין השערה׳לע. די טעכניק וואס די מדפיסים האבן דעמאלץ גענוצט (הנקרא היום woodblock prints) איז געווען א מעשה אומן שאין לשער וואס האט געברויכט פיל עסקפיריענס, געדולט, און טאלאנט צו מאכן. יעדער בית דפוס האט זיך איינגעהאנדעלט אזא האלצענע בלאק אין זיך באנוצט מיט דעם פאר אלע ספרים שיצאו תחת ידם לכה״פ פאר׳ן קומעדיגע צענדליגע יאר, אמאל איז געווען א פארמעגליכע בית דפוס וואס האט פארמאגט אפאר בלאקס (למשל די קראקא מדפיס ר׳ יצחק ב״ר אהרן מפרוסטיץ, וועלכע האט זיך באנוצט מיט׳ן זעלבער פאר בילדער פאר רוב ספרים זיינער זעהט דא דא און דא ווידער דא דא און דא האט ער גענוצט אנדערע, וחוזר חלילה).
יעצט ווען די בית דפוס איז געווען תחת יד ישראל אין די גוטע יארן מה טוב ומה נעים, אבער כאשר גברה ידי עשיו מפעם לפעם אדער די עניות איז ליידער געווען צו גרויס האט מען פשוט נישט געהאט א ברירה נאר צו לאז׳ן דעם גוי זיך גרויסהאלטן מיט זיין פיינע שערים וואס ער, צו זיין שייגעץ האט געמאהלן. מען קען זיך פארשטעלן אז בימים ההם איז נישט געווען די לוקסוס פון ׳קאסטעם מעיד׳ דיזיין, כזה ראה וקדש.
ממילא ווען דאס יוד איז געקומען צום גוי דרוקן זיין כתב יד, ספר וכדומה הגם אז עס האבן לכאורה אויך ארבעטען דערויף יידישער סעטערס, פרעסערס אדער מגיהים, אבער די שער בלאט האט דאס גוי נישט געלאזט משנה זיין, חלילה נישט קאליע מאכן די נאמן פון זיין פרינטינג הויז..

שיינע פאנטאזיעס!
רוב שערים קומען פון היימישע יודישע דרוקערייען, וואס האבן עס אליינס דעלאזט מאכן.
און כמובן געפונען מיר עס אויך אין כתבי ידות, א שטייגער ווי די גאלדענע הגדה.
רוב שערים קומען פון היימישע יודישע דרוקערייען, וואס האבן עס אליינס דעלאזט מאכן.
און כמובן געפונען מיר עס אויך אין כתבי ידות, א שטייגער ווי די גאלדענע הגדה.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 663
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
- לאקאציע: עולם השפל
Re: ציורים ושערים בספרים ובהגדות ישנים
דא האט איר א בילד געמאכט דורך א גוי
- אטעטשמענטס
-
- 4721BEBB-46E2-4102-BA58-ED0EB0988ABC.jpeg (267.58 KiB) געזען 2373 מאל
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 663
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
- לאקאציע: עולם השפל
Re: ציורים ושערים בספרים ובהגדות ישנים
נאך א בילד דורך א גוי
- אטעטשמענטס
-
- 938E334D-7166-4D1C-A48E-CE358A09A456.jpeg (161.84 KiB) געזען 2373 מאל
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 663
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
- לאקאציע: עולם השפל
Re: ציורים ושערים בספרים ובהגדות ישנים
אט א בילד געמאהלט דורך א ייד, האט דאך עפעס א יידישע טעם (חוץ די קרני משה) ער שרייבט ב״ה אין חתמ׳ט זיך זיין נאמן
- אטעטשמענטס
-
- A44D883A-79A4-46D9-BC8D-1A3C732A4929.jpeg (564.6 KiB) געזען 2373 מאל
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 663
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
- לאקאציע: עולם השפל
Re: ציורים ושערים בספרים ובהגדות ישנים
מיין נקודה איז איך זעה נישט א פראבלעמאטישע שער בלאט וואס מען ווייסט קלאר אז א ייד האט דאס געמאלן, אדרבה אויב איינער וועט טרעפן אזא שער זאל ער דאס ביטע ארויפשטעלן דא (כמובן אויך באקליידערן כפי הצורך)...
Re: ציורים ושערים בספרים ובהגדות ישנים
איך האב א גאנצע זאמלונג, כ׳האלט זיי אבער נישט ביים באקליידן...
Re: ציורים ושערים בספרים ובהגדות ישנים
ראיה לדבריי די באקאנטע סטעמפל פון משפחה רפא פון איטאליא, עי׳ בסו״ס מנחה בלילה.
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
Re: ציורים ושערים בספרים ובהגדות ישנים
איטשע האט געשריבן:ראיה לדבריי די באקאנטע סטעמפל פון משפחה רפא פון איטאליא, עי׳ בסו״ס מנחה בלילה.
כמדומה אז איטאליענער אידן האבן געהאט די ווייניגסטע פראבלעם מיט די זאכן, זיי זענען בכלל געווען שטארק אויסגעמישט מיט אלע ענינים פון אמנות וציורים, מחזות ופיוטים וכו'. אבער אין אנדערע מקומות איז עס עפ"י רוב געווען פון די מדפיסי נכרים, כמו בפראג, וויען, ברלין, אבער די אידישע מדפיסים האבן נישט געלייגט קיין אומאיידעלע בילדער (לויט אונזערע באגריפן).
פון מיין אישי קעסטעל איבער וואס איינער האט אנגעפרעגט די פשט פון אומאיידעלע בילדער אין די אלטע ספרים.
נא_שכל האט געשריבן:ס'איז זייער שווער צו ענטפערן אויף דעם ריכטיג, למעשה רעדט מען דא פון עטליכע הונדערט יאר צוריק, אונז באגרייף מיר בכלל נישט זייער צוגאנג צו זאכן, לטב ולמוטב, פון איין זייט זענען זיי געווען קדושים וטהורים, אבער פון די אנדערע זייט איז געווען א מציאות פון זאכן וואס מיר קענען היינט בכלל נישט פארשטיין, פון איין זייט קען זיין צוליב זייער גרויסע קדושה האבן די ציורים וכדומה להן בכלל נישט מעורר געווען ביי זיי מחשבות רעות וכדומה, כידוע הדברים אז ווי מער מ'איז פארזונקען אלס מער מיינט מען אז אלעס איז טינופות, מ'האט נישט די נאטורליכקייט, בבחי' אדם וחוה וכו'. אבער פון די אנדערע זייט, זענען די דורות דאן געווען מער אויסגעמישט און סאך מער אפען בעניני צניעות, מ'קען עס זען זיי פון אלטע בילדער, און סיי פון די דרשות וואס דער יערות דבש און אנדערע גדולים אין בערך יענע צייטן האבן נאך געדארפט מעורר זיין נישט צו טאנצן בתערובות, דאס איז נישט געווען קיין איינצלנע מאל, דאס איז געווען דער מנהג. ווי אויך פלעגט דעמאלטס די חתן גיין צו די כלה אין שטוב, צו סעודות, און מ'פלעגט דארט פארברענגען..., און די ספרים האבן מעורר געווען דערויף. אבער דער מנהג איז געווען נפוץ.
עכ"פ לעניננו, 1) די מדפיסים זענען דעמאלסט געווען גוים, און זיי זענען געווען בעה"ב אויף די "אותיות" און אוודאי אויף די "צורת השערים". די זאכן זענען געווען זייער שווער צו מאכן, און ס'איז געווען א טייערע ארטיקל, מ'האט נישט געמאכט ביי יעדע ספר נייע, מ'האט עס כסדר איבערגענוצט, און די מחברים האבן גארנישט געקענט טון. ס'מעגליך אז מ'קען טרעפן די זעלבע שערים אויף גויאישע ספרים פון יענע צייטן. די פראבלעם האט באקומען א שטיקעל תיקון מיט די אידישע מדפיסים.
2) אפילו ביי די אידן, איז געווען אזא זאך ווי ארט, מ'האט געמאלן און געמאכט ציורים, פון זאכן וואס מ'וואלט זיך היינט נישט געחלומט, ס'האט גארנישט געמיינט. נישט אלעס איז געווען אזוי שווארץ און ווייס ווי היינט.
3) כנ"ל אז דעמאלטס איז דער גאנצער ענין נישט געווען אזוי ווי היינט אזא פארבארגענע זאך, קינד און קייט האבן אלעס געוויסט. מ'איז נישט געווען אזוי הייליג און pure ווי היינט. נעם נאך א דוגמא מ'האט געוואוינט אין קליינע דירות פון צוויי שטובער און מ'האט געהאט קינדער, און דערנאך האט מען נאך אריינגענומען אין שטוב אויף קעסט דעם חשובן איידעם, און ער האט אויך געהאט קינדער. עכ"פ מ'האט אלעס מיטגעהאלטן און געוויסט, ס'נישט געווען אזא טאבו ווי היינט. ממילא ווען מ'האט געזען די בילדער איז עס געווען א בחינה ווי אדם פארן חטא, ס'האט גארנישט שלעכט גערעדט סך הכל אביסל שיינע ארט.
כנלענ"ד.
ועוד חזון למועד אי"ה.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
Re: ציורים ושערים בספרים ובהגדות ישנים
זה למשל די באקאנטע פראגער הגדה.
געדרוקט דורך די היימישע פראגער דרוקעריי
נישט אינ׳ם שער בלעטיל, נאר ממש ווי מען פייערט אריין אין בדיקת חמץ או בי קידוש ביים סדר.
געדרוקט דורך די היימישע פראגער דרוקעריי
נישט אינ׳ם שער בלעטיל, נאר ממש ווי מען פייערט אריין אין בדיקת חמץ או בי קידוש ביים סדר.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 663
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
- לאקאציע: עולם השפל
Re: ציורים ושערים בספרים ובהגדות ישנים
נא_שכל האט געשריבן:נעם נאך א דוגמא מ'האט געוואוינט אין קליינע דירות פון צוויי שטובער און מ'האט געהאט קינדער, און דערנאך האט מען נאך אריינגענומען אין שטוב אויף קעסט דעם חשובן איידעם, און ער האט אויך געהאט קינדער. עכ"פ מ'האט אלעס מיטגעהאלטן און געוויסט, ס'נישט געווען אזא טאבו ווי היינט. ממילא ווען מ'האט געזען די בילדער איז עס געווען א בחינה ווי אדם פארן חטא, ס'האט גארנישט שלעכט גערעדט סך הכל אביסל שיינע ארט.
.
1. דאס אז מאנכע האבן בשאט נפש עובר געווען אויף פשוטע הלכות אין שלחן ערוך (לדבריך) מיינט נישט אז אונז האבן היינט א ׳טאבו׳.
2. האמיר יעצט א נייע גיטע תירוץ אויף אלעס, ס׳הייסט ארט..
לעצט פארראכטן דורך עוג מלך הבשן אום פרייטאג פעברואר 19, 2021 9:41 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
Re: ציורים ושערים בספרים ובהגדות ישנים
איטשע האט געשריבן:זה למשל די באקאנטע פראגער הגדה.
געדרוקט דורך די היימישע פראגער דרוקעריי
נישט אינ׳ם שער בלעטיל, נאר ממש ווי מען פייערט אריין אין בדיקת חמץ או בי קידוש ביים סדר.
שוואכע מעשיות... נישט פון דעם רעדט מען, נאר פון ברחל בתך הגדולה...
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
Re: ציורים ושערים בספרים ובהגדות ישנים
עוג מלך הבשן האט געשריבן:האמיר א פיינער גיטע תירוץ אויף אלעס היינט, ס׳הייסט ארט..
דא ליגט דער אונטערשייד
דער פראסטאק זעהט שמוץ, דער אינטיליגענטער זעהט קונסט
אויב זעהט מען נישט די שיינקייט פון די קונסט
און מען וויל נישט פארשטיין די דעת פון פריערדיגע דורות
איז עס א חסרון אינ׳ם מבחין נישט פונ׳ם נבחן
ודו״ק כי קצרתי והמב״י
Re: ציורים ושערים בספרים ובהגדות ישנים
כמובן, אבער גיי לייג אהער די בילדער פון משה ואהרן מיט חוה פאר׳ן חטא , נאכער גייט מען מיר ערקלערן אז א גוי האט עס גקריצטנא_שכל האט געשריבן:איטשע האט געשריבן:זה למשל די באקאנטע פראגער הגדה.
געדרוקט דורך די היימישע פראגער דרוקעריי
נישט אינ׳ם שער בלעטיל, נאר ממש ווי מען פייערט אריין אין בדיקת חמץ או בי קידוש ביים סדר.
שוואכע מעשיות... נישט פון דעם רעדט מען, נאר פון ברחל בתך הגדולה...
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 663
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
- לאקאציע: עולם השפל
Re: ציורים ושערים בספרים ובהגדות ישנים
איטשע האט געשריבן:עוג מלך הבשן האט געשריבן:האמיר א פיינער גיטע תירוץ אויף אלעס היינט, ס׳הייסט ארט..
דא ליגט דער אונטערשייד
דער פראסטאק זעהט שמוץ, דער אינטיליגענטער זעהט קונסט
אויב זעהט מען נישט די שיינקייט פון די קונסט
און מען וויל נישט פארשטיין די דעת פון פריערדיגע דורות
איז עס א חסרון אינ׳ם מבחין נישט פונ׳ם נבחן
ודו״ק כי קצרתי והמב״י
פיין געזאגט, ר׳ איטשע האסט מיר מהנה געווען
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
Re: ציורים ושערים בספרים ובהגדות ישנים
כיון דעלה האשכו"ל קודם פורים, וועל מיר לייגן א בילד לכבוד פורים פונעם באקאנטער מעלער מוריץ אופנהיים, וואס איז געווען א היימיש אינגעל אין דייטשלאנד, ער האט געמאלן אויף אלע זמנים ומועדים בילדער, משוגע צו ווערן. מ'קען אביסל ארויסהאבן דעם יום טוב פון אמאל ביים דייטשן איד.
באמערק די דעטאלן.
באמערק די דעטאלן.
- אטעטשמענטס
-
- פורים אופנהיים.jpg (214.26 KiB) געזען 2318 מאל
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
Re: ציור שבסוף סדר שמות
א בילד פון א חומש וואס איז געשריבן געווארען אין קובורג, באווריה, דייטשלאנד, בשנת ה' אלפים קנ"ו. געפונט זיך אין בריטיש ליברערי דא
דאס איז סוף פרשת פקודי א מאדנע בילד, וואס איך פארשטיי נישט פונקטליך די כוונה.
דער חזן זיצט אויף א שטוהל, ער האלט א ספר מיט פסוקים פון די "מסורה" פון סדר ויקרא. עס איז צוגעבינדן צו א הינטל, וואס האלט א איינגפאלענע רויז?
אונטערן שטוהל איז דא א לייב מיט א דרעגאן
אויף א אנדערע פלאץ שרייבן מיר איבער דער סימן פון מנין הפסוקים פון פרשת פקודי וואס איז דא אין די בילד "צב סבכי", אבער מ'טרעפט עס נישט אין אנדערע חומשים.
דאס איז סוף פרשת פקודי א מאדנע בילד, וואס איך פארשטיי נישט פונקטליך די כוונה.
דער חזן זיצט אויף א שטוהל, ער האלט א ספר מיט פסוקים פון די "מסורה" פון סדר ויקרא. עס איז צוגעבינדן צו א הינטל, וואס האלט א איינגפאלענע רויז?
אונטערן שטוהל איז דא א לייב מיט א דרעגאן
אויף א אנדערע פלאץ שרייבן מיר איבער דער סימן פון מנין הפסוקים פון פרשת פקודי וואס איז דא אין די בילד "צב סבכי", אבער מ'טרעפט עס נישט אין אנדערע חומשים.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 663
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
- לאקאציע: עולם השפל
Re: ציורים ושערים בספרים ובהגדות ישנים
רוח הקודש בנוסח קדמון...
- אטעטשמענטס
-
- 8D3A0EF0-F9FD-4E96-8852-CC7B4467DDC7.jpeg (304.54 KiB) געזען 1779 מאל
Re: ציורים ושערים בספרים ובהגדות ישנים
דער חתם סופר זצ"ל איז שוין מעיר איבער די בילדער אויף די שערים, אז מען מאכט א בילד פון א זון מיט שטראלן, וואס דארף כביכול מיינען דעם באשעפער, און טיילמאל שטייט אפילו אריינגעשריבן דער שם הוי' אינעם זון, אז מען טאר אזאנס נישט מאכן וכו'.
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
משנכנס עם כל המגילה
א משכנס טאוועל געמאכט דורך שרייבן אין פיצל די גאנצע מגילה, און די פיוטי פורים. [מאכט אויף דעם בילד אין א נייע טעב, וועט איר עס קענען ליינען].
געמאכט דורך משה גליק, דעש, אונגארן.
גענומען פון אוסף החפיצים מוזיאן יד ושם. קרעדיט: המבשר קהילות
געמאכט דורך משה גליק, דעש, אונגארן.
גענומען פון אוסף החפיצים מוזיאן יד ושם. קרעדיט: המבשר קהילות
- אטעטשמענטס
-
- משנכנס טיפוגרפיה.jpg (681.25 KiB) געזען 1477 מאל
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
Re: ציורים ושערים בספרים ובהגדות ישנים
- אטעטשמענטס
-
- B10EB21A-B742-40BC-AD7A-AFD83087B7B5.jpeg (177.33 KiB) געזען 389 מאל