ספרים/ביכער וואס איר רעקאמענדירט

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

יוד איינער

וואס ליינט איהר ? אדער האט איהר געליינט !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד איינער »

זייענדיג א שטיקל ליינער, און א שטיקל נייגעריגער אויך, אבער נישט די פון די אלגעמיינע געמיינע נייגעריקייט איז די רעדע יעצט, נאר פון די וואס ברענגט נוצן און אויפטוען, און איך פארשטיי אז פאר אנדערע וואס באזיצן אויך די צוויי אייגענשאפטן, וואס גייען זייער אסאך מאהל האנט ביי האנט, און פיל מאהל איז איינער א סיבה פאר דעם צווייטן, אמאל איז די נייגער א סיבה צו ליינען געוואיר צו ווערן אינפארמאציע וכדומה, און אמאל פארקערט גאהר, די ליינערישע נייגונג טרייבט די נייגער אויף נאך און נאך, העל מיר נישט יעצט אין די פסיכילאגיע דערפון אריינגיין, בקיצור איך עפען דעם אשכול מיטן ציהל אז מען זאל קענען מיטטיילן מיט אנדערע חברי הקרעטשמע וואס מען ליינט אדער וואס מען האט נאר וואס געליינט מיט א קורצע באריכט איבער די אינהאלט פונעם בוך אדער ספר, אזוי אז סזאל זיין אזא מין קנאת סופרים, ליבערשט קנאת קוראים, די סארט קנאה וואס איז וויכטיג פאר די וואס ווילן שטייגן אויף די טרעפן פון דעם לייטער צו דערגרייכונג, און נישט פארבלייבן אונטן פון דעם וועג ארויף ,

און איך וועל אנהייבן : איך האלט אינמיטן ליינען א בוך מיטן נאמען "אשא דעי למרחוק" פון הרב בנימין זאב יעקבזאהן ע"ה, א וועטעראן שרייבער אין א צאהל צייטונגען פרי ווארלד וואר, אין די אידישע דייטשלאנד, א שטארקע מיטארבייטער פון ר' יעקב רויזנהיים זל פון די נוער האגודאי, די ספר האט ער פארפאסט אין יאהר תשכ"ז, א ליקוט פון פילע מאמרים וואס איז ערשינען אין די צייטונגען, א געוואלדיגע תלמיד חכם און רייכע שרייבער, א שארפע געשליפן שריפט באזיצט ער, און ער שיסט ארויס הויפענעס אינטערעסאנטע פאקטן, און שילדערט מיט א פונקטליכקייט זיינע מעמאוארן, און מיט לעבעדיגע בילדער שילדערט ער זיין ארבעט אלס עסקן, ער געט אראפ זיינע נסיעות קיין פוילן, אונגארן, גאליציע, וויען, זיינע פאהר יאהר אין קאפענהאגן אין שוועדן, און נאך, און צום סוף באשרייבט ער מאמרים אזא מין אישים ושיטות אויף זיינע רעביס און מורי דרך, צום ביישפיל ר' מאיר שפירא, ר' חיים עוזר, דער ח"ח, ר' עקיבא סופר מפרשבורג, ר' זלמן סורוצקין, הרב ד"ר שלמה אהרנמן, ד"ר נתן בירנבוים א באקאנטע שריפט שטעלער, וכולי, א הערליך היסטאריש ווערק,
יוד איינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד איינער »

לעצטענס איבערגעליינט דעם בוך "סיפורים ירושלמיים" פון נ. בן אברהם תשנ"ד, א גאהר שיינע ווערק, וואס באשרייבט מיט א רייך געפילישער שריפט די נקיי הדעת שבירושלמים של מעלה, ער פיהרט אריין דעם ליינער צו די אלטע געסעלעך פון ירושלים, דארט ווי דער חלבן- דער מילכיגער, הרב הצדיק ר' בצלאל גולדשטיין האט געפירט די מילעך יעדן אינדערפרי, ער פירט צוריק דעם ליינער צו די בתי ראנד חצר מיט ר' מרדכי הערש שמערלער דארטן, ער פיהרט צוריק צו א וועלט ווי ר' חיים הערש אייזנבאך-פעסטער האט געלעבט, צו ר' חיים יעקב קלאפהאלץ'ס לאנגע נעכט מיט בערג פון לומדישע ספרים, וכ' וכו', דער שרייבער מאכט לעבעדיג די בילדער און שטעלט אלע אוועק און באקענט זיי מיט זיינע צוהעררער, ס'געוואלדיג, שוין אפאר מאהל געליינט און יעצט נאכאמאהל..
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

העושר השמור-דוד זריצקי
העושר השמור פון דוד זריצקי, פון די גרעסטע חרדישע פעדערן נאכן קריג, געוואינט און געלערנט אין די ליטא פארן קריג אין געוועהן אין קריג ווייט ווייט פארווארפן אין די סיבירישע פארזעענישן, ער האט אסאך ביכער, אין די דאזיגע רעד ער פון זיי היימשטעטל און איהר בית מדרש, פון די פערד און די פויערן, פון דעם מלמד און דער שפין געוועב העכער די טיר צום קיך, און אזוי ווייטער, ביז דאס אלעס איז פארניכטעט געווארן, ער רעדט דארט צו שטיינער, און געבט איבער וואס די ווענט פון שול פלעגן דערציילען, ס'כדאי געוועהן,
דרך אגב יאיר וויינשטאק טענה'ט אז ער האט אלס קינד זייער אסאך געליינט זריצקי'ס זאכן
לעצט פארראכטן דורך פרייליכערהייט אום מאנטאג דעצעמבער 28, 2009 8:21 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ר' יוד איינער,
איך האב אלע פינף בענדער און איך האב זיי שוין אויך עטליכע מאל איבערגעליינט.
א יעדעס מאל איך נעם א באנד און דערהאנט ווער איך פריש איבעראשט.
אזוי וויא די זאגסט, עס נעמט דעם מענטש צוריק צום ישוב הישן און ירושלים עה"ק, א גדר וויא 'ירושלים של מעלה' פון גערץ.
פשוטו כמשמעו ירושלים של מעלה
the SCY is the limit
חרמש בקמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרמש בקמה »

איך וועל יעצט זיין אן הולך רכיל מגלה סוד, "סיפורים ירושלמיים" האט פארפאסט דער באוואוסטער סופר נתן אנשין פון "עמדה" אין "משפחה".
(דאס איז קיין סוד קיינמאל נישט געווען).
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לעצטענס געליינט 'אוצר זכרונותי' פון י.ד. אייזנשטיין, דער בוך אנטהאלט א שלל מיט ידיעות אותנטיות איבער התישבות היהודים בארה"ב און איבער אלגעמיינע היסטאריע בכלל, בנוסף צו זיין באשרייבונג פון עטליכע נסיעות קיין אר"י און ארום.

זייער אריגינעל, באגלייט מיט אקוראטע דאטומען און מסמכים ווי אויך פארשידענע מאמרי ביקורות אויף סופרי זמנו און נאך.
מאטקע
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 05, 2008 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטקע »

נירלי פינישד "זכרון יעקב" פון העסקן הדגול, מגדולי הלוחמים במשכילים, רבי יעקב ליפשיץ זצ"ל, יד ימינו של הגאון ר' יצחק אלחנן מקאוונע זצ"ל.

אזא קלארקייט אין השקפת התורה, ווי יהדות החרדית דארף זיך צו קעמפען און ארויסשטעלען אין פראנט קעגען דער משכילים, ער רייסט דארט ארונטער דעם פארמאסקירטע משכילים מיט זייערע געשליפען צונגעל, ווי כלומר'שט זיי זארגען פאר'ן וואילזיין פון כלל ישראל.

לעצטענס איבערגעדרוקט.

נאך אן אינטערסאנט ביכעל לעצטענס אריבער: אויפ'ן משגיח רבי מאיר חדש פון חברון, גאנץ נאריש אין ארויסגעקוועטש הגדרות מיט איבערגעחזר'טע נקודות, בכל זאת, טרעפט מען צווישן גאר אינטארסאנטע נקודות איבערן סלאבאדקא ישיבה ביים ערשטען קריג, דערנאך דעם אריבערגאנג קיין חברון אא"וו.
חרמש בקמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרמש בקמה »

מאטקע האט געשריבן:נירלי פינישד "זכרון יעקב" פון העסקן הדגול, מגדולי הלוחמים במשכילים, רבי יעקב ליפשיץ זצ"ל, יד ימינו של הגאון ר' יצחק אלחנן מקאוונע זצ"ל.

אזא קלארקייט אין השקפת התורה, ווי יהדות החרדית דארף זיך צו קעמפען און ארויסשטעלען אין פראנט קעגען דער משכילים, ער רייסט דארט ארונטער דעם פארמאסקירטע משכילים מיט זייערע געשליפען צונגעל, ווי כלומר'שט זיי זארגען פאר'ן וואילזיין פון כלל ישראל.

לעצטענס איבערגעדרוקט.

ר' יעקב ליפשיץ איז געווען א געראטענער סופר אין "הלבנון", און פון זיינע פארשידענע ארטיקלען דארט, קען מען עומד זיין אויף זיין געוואלדיגן כשרון.
דא עקא, דער ספר זכרון יעקב האט ער געשריבן צוזאמען מיט זיין זון נאנט צו זיין פטירה אין תקופה פון די ערשטע וועלט מלחמה, וואנדערנדיג פון איין ארט צום אנדערן. דער ספר איז געדרוקט געווארן דורך זיין זון נאך ר' יעקב'ס פטירה, און עס איז נישט געווען גענוג בעארבערט אויף ארויס-צודרוקן, און כאטש מען געפינט דא דארטן טשאטשקענדיגע מליצות אחת כה ואחת כה, אבער דאס אלס קומט נישט צו צו זיין אויסגעצייכנטן שרייבן אין "הלבנון".
אויסער די גאנץ-שוואכע לשון אין זכרון יעקב, איז צו זעהן אז עס איז אין עטליכע ערטער צוזאם-געשטיקלט פון עטליכע מקורות אן צו זיי באאייניגן אונטער איין סטייל, און איבער אלעס איז פארהאן דארט שטיקלעך וועלכע דער מחבר וואלט זיכער נישט אריין-געשטעלט ווען ער וואלט עס רעדאקטירט. למשל דער סיפור פון ר' יצחק אלחנן מיטן ראדזינער וועגן די אתרוגים און זיין חיבור אויף קדשים, דאס האט ער זיכער אראפגעשריבן פון ערגעץ וואו (כאטש ער אליין האט אויך געוואוסט די פרטים), און וואלט עס נישט אריין געשטעלט כצלמו וכדמותו.
מען טאר אבער נישט פארגעסן אז די עטליכע פעלערס זענען אבער קיין בעלי משקל צום געוואלדיגן ערך פונעם אינהאלט פון ספר וועלכער איז לא יסולא בפז.
ווען איך האב געלייענט דעם ספר בין איאיינעם איבערצייגט געווארן ווי עליונים למטה ותחתונים למעלה. אזעלכע וואס מען קלערט היינט אז זיי זענען צדיקים זענען דארט אין ספר רשעים, און פארקערט. למשל דער באוואוסטער משכיל און מתקן חדשות אין ירושלים ה"ה יחיאל מיכל פינעס, ווערט אין יעניגן ספר טיטולירט מיט כל המיני טיטלען החכם המפואר מוהר"ר וכו' לוחם מלחמות ה' וכו' (געדענק נישט גענוי דער לשון, בלויז דער רוח הדברים), און ווי מען זעהט פון דארט האבן איהם געשיקט קיין ארץ ישראל די עסקנים ווי ר' יעקב ליפשיץ וכדו' בשליחותם של גדולי ישראל. אינטרעסאנט איז אז דאס אלעס איז געשעהן שוין נאכדעם וואס דער באוואוסטער ספר פון יחיאל מיכל פינעס "ילדי רוחי" איז שוין נתפרסם געווארן דאן, און ווי באוואוסט על זה יצא הקצף מאת קנאי ירושלים. ווי אזוי דען האבן איהם ר' יצחק אלחנן און די אלע אנדערע געשוינט?
לעצט פארראכטן דורך חרמש בקמה אום מאנטאג דעצעמבער 28, 2009 1:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

איך האלט אינמיטן דעם ספר 'משיחי השקר ומתנגדיהם', ארויסגעקומען אין די מם'ס און איבערגעדרוקט געווארן מיט הוספות ממש לעצטנס.
א מעכטיגער און גרונטליכער היקף אויף אלע משיחי השקר, אנגעפאנגען ביי יוזל ימ"ש געענדיגט ביי הערצל ימ"ש, יא, ער ברענגט שטיקער פון הערצל'ס אייגענעם פעדער ווי ער וועבט זיין פלאן זיך צו דערקלערן משיח, און וויאזוי ער שפירט ממש אין זיך אז ער איז דער צוקנופטיגער אויסלייזער פון די אידן, רח"ל.
די עבודה וואס ליגט אריינגעלייגט אין דעם ספר איז עפעס מורא'דיג, ס'רעדצעך פון א ליקוט וואס דער חשובער מחבר (א חסיד פון הרב שך ז"ל, ודי) האט ארויסגענומען פון אלע אידישע היסטאריע ביכער פון גאנץ אנפאנג פון די ספרים עפאכע, און אפירגעטראפן כמעט צוואנציג שטיק! צוואנציג אפגעפרעגטע חברה וועלכע האבן זיך געוואגט צו דערקלערן אלץ משיח.
עס איז מורא'דיג, מורא'דיג אינטערסאנט, און גאר רייך.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
מאטקע
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 05, 2008 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטקע »

יא יא דער איז א פארברענטער חסיד פון הרב שך זצ"ל, א היבש שטיקל אנטי חסידים, זיך ארום געפולומוסט אין היכל הבעש"ט נישט פון לאנג.

א שאד נאר ער שטופט אריין דער גאנצער נושא פון חב"ד דארט אין ספר.
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

מיללער האט געשריבן:לעצטענס געליינט 'אוצר זכרונותי' פון י.ד. אייזנשטיין, דער בוך אנטהאלט א שלל מיט ידיעות אותנטיות איבער התישבות היהודים בארה"ב און איבער אלגעמיינע היסטאריע בכלל, בנוסף צו זיין באשרייבונג פון עטליכע נסיעות קיין אר"י און ארום.

זייער אריגינעל, באגלייט מיט אקוראטע דאטומען און מסמכים ווי אויך פארשידענע מאמרי ביקורות אויף סופרי זמנו און נאך.

"אוצר זכרונותי" האב איך נאך נישט געלייענט, אבער זיינע "אוצר ויכוחים" און "אוצר מדרשים" זענען דוכט זיך נישט זייער קראנט. ער האט נישט געהאט קיין פראבלעם צו שניידן און מעקן וואו עס האט אים געשמעקט.
דאס מאכט אבער נישט אוועק די אויסערגעווענליכע עבודה וואס ער האט אהערגעשטעלט, ובפרט מיט דעם "אוצר ישראל".
חרמש בקמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרמש בקמה »

שעפטיל האט געשריבן:איך האלט אינמיטן דעם ספר 'משיחי השקר ומתנגדיהם', ארויסגעקומען אין די מם'ס און איבערגעדרוקט געווארן מיט הוספות ממש לעצטנס.
א מעכטיגער און גרונטליכער היקף אויף אלע משיחי השקר, אנגעפאנגען ביי יוזל ימ"ש געענדיגט ביי הערצל ימ"ש, יא, ער ברענגט שטיקער פון הערצל'ס אייגענעם פעדער ווי ער וועבט זיין פלאן זיך צו דערקלערן משיח, און וויאזוי ער שפירט ממש אין זיך אז ער איז דער צוקנופטיגער אויסלייזער פון די אידן, רח"ל.
די עבודה וואס ליגט אריינגעלייגט אין דעם ספר איז עפעס מורא'דיג, ס'רעדצעך פון א ליקוט וואס דער חשובער מחבר (א חסיד פון הרב שך ז"ל, ודי) האט ארויסגענומען פון אלע אידישע היסטאריע ביכער פון גאנץ אנפאנג פון די ספרים עפאכע, און אפירגעטראפן כמעט צוואנציג שטיק! צוואנציג אפגעפרעגטע חברה וועלכע האבן זיך געוואגט צו דערקלערן אלץ משיח.
עס איז מורא'דיג, מורא'דיג אינטערסאנט, און גאר רייך.

ווען עס איז ערשינען דער ספר, האט זיך אנטוויקלט א שארפער פולמוס אין "המודיע", וואו א ליינער אונטערן נאמען ג. ישעיהו קריטיקירט איהם שארף פארן אנרופן ר' שלמה מולכו משיח שקר, און דאס זעלבע ר' יהודה החסיד משידלובצי און פארן גרינגשעצן ר' אברהם אבולעפיה, און אראפברענגען די שארפער מחלוקת'ן צווישן גדולי ישראל בכל הדורות. ער פירט אויס אז דער ספר איז באזירט לויט די משכיל'ישע געשיכטע-באשרייבונג און זייערע מסקנות, וועלכע האבן נישט געזוכט צופיל צו היטן אויפן כבוד פון די גדולי ישראל און גלות יהודה וישראל אשר בבבל. דער פארפאסער פון "משיחי השקר ומתנגדיהם" בנימין שלמה האמבורגער פארענטפערט זיך דארט, און כאפט אויף צוריק פארן זיך פארענטפערן, און בן ישעיהו פירט אויס מיט די ווערטער:
"כללו של דבר, זה פשע להדפיס ספר קריאה לכל דיכפין ולצטט מדברי גדולי ישראל מה שכתבו על גדולי ישראל אחרים [האם יעיז מאן דהוא להדפיס מה שכ' ר' שלמה מן ההר על הרמב"ם?] גם מה שמנסה בספרו לסווג בין גדולי ישראל, איזה מהם מסוגל לקבוע מי זה משיח שקר ואיזה מגדולי ישראל אין לו כושר אבחנה זה, וכאילו רק גדול שיודע לחלק בין "שני דינים" מוכשר לזה, זה דבר מעוות ונלעג, ודומני שבזה גילה את כוונתו בספרו ולמה הוא חותר, והמבין יבין".
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

גוט געזאגט חורמש. ער מאכט נאך זיכער סוף ספר מדמה צו זיין ר' שמעון סופר'ס זיין א סיים אין פוילןף צו א חבר הכנסת אין מדינת הכפירה.
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

איינער פון די ביכער וואס איך האב נארוואס געלייענט איז The Invention of the Jewish People, פון שלמה זנד. אין דעם בוך - וואס טייל באצייכענען אלס "אנטיסעמיטיש" - וויל זנד איבערווייזן אז די היינטיגע אידנטום שטאמט בעיקר פון די כוזרים, און מיר האבן נישט קיין שייכות צו די אמאליגע היסטארישע אידן, ווי אויך נאך געוואגטע באהויפטונגען.
אלס א ליבהאבער פון קאנטראווערסיאלע שטאף האב איך גענומען דאס בוך צו לייענען, און ווי איר קענט זיך אליין פארשטעלן איז זיין טעאריע געבויט אויף הינערנע פיס.
-----
איין קריטיק אויף דעם בוך.
חרמש בקמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרמש בקמה »

נו, גרעסערע חכמים פון די וואס טענה'ן אזוי זענען דאך שוין אפגעפרעגט געווארן אינגאנצן דורך די פאקטן. די טענה אז "אך תמול אנחנו" איז שוין א פארצייטישע טענה נישט פון היינט. יוספון האט פארפאסט זיין ספר "נגד אפיון" קעגן ענליכע שטותים וואס מען האט מחפה געווען דברים אשר לא כן על עם ה'. אצינד זענען מיר דא, און זיי? ווער ווייסט ווער געדענקט?
יוד איינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד איינער »

ישר כח פאר אלע באטייליגטע,

קארל : באמערק דארט אויף וויקיפידיע וועגן דעם בוך וואס דו ברענגסט אז אין איזראעל איז די בוך געוועהן א בעסט סעללער פאר ניינצן וואכן און א ציה, וואט עי שעים,...
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

יוד איינער האט געשריבן:קארל : באמערק דארט אויף וויקיפידיע וועגן דעם בוך וואס דו ברענגסט אז אין איזראעל איז די בוך געוועהן א בעסט סעללער פאר ניינצן וואכן און א ציה, וואט עי שעים,...

דאס מיינט נישט אז דער עולם אין ישראל האלט אז זנד איז גערעכט; עס האט זיך ווארשיינליך גוט פארקויפט צוליב דעם כלל אז קאנטראווערסיאלע שטאף פארקויפן זיך גוט.
ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 18, 2009 1:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלין »

קארל האט געשריבן:איינער פון די ביכער וואס איך האב נארוואס געלייענט איז The Invention of the Jewish People, פון שלמה זנד. אין דעם בוך - וואס טייל באצייכענען אלס "אנטיסעמיטיש" - וויל זנד איבערווייזן אז די היינטיגע אידנטום שטאמט בעיקר פון די כוזרים, און מיר האבן נישט קיין שייכות צו די אמאליגע היסטארישע אידן, ווי אויך נאך געוואגטע באהויפטונגען.
אלס א ליבהאבער פון קאנטראווערסיאלע שטאף האב איך גענומען דאס בוך צו לייענען, און ווי איר קענט זיך אליין פארשטעלן איז זיין טעאריע געבויט אויף הינערנע פיס.
-----
איין קריטיק אויף דעם בוך.


שלמה זונד שר"י איז א באקאנטער פאנאטישער שונאי הדת, וכמובן אז מיט זיין טאריע פילט ער זיך בעסער, אזוי ווי די נאציס פילען זיך בעסער מיט לייקענען די האלאקוסט.

באמת דארף מען עם אפילו נישט ענטפערען, דעס איז אפגעפרעגט מסברה ומקראה. נאר איך וויל נאר רעדען פאר א מינוט זיין שפראך:

ווי שוין געשריבען אויף א צווייטע פלאץ עס איז דא סמנים אז 40% מזרח אשכנעזישע יודען האבען געהאט באבעס פין די כוזרים. אבער דעטס איט!. רובו דרובו יודען איז דא ראיות (פין DNA) אז זיי קימען אינגאנצען פין מיטל מזרח, אין אויך ביי די 40% מזרח אשכנזים ווייזט אויך אז די זיידעס זענען מיטל מזרח אפשטאמיגע.
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

איך האב שטארקע חשק צו קויפן דעם נייעם ערשינענעם בוך אויף ר' משה שערער ז"ל ארויסגעגעבן דורך ר' יונתן רוזנבלום, האט איינער פון די חברים דא עס שוין געליינט, צו קענען זאגן מבינות?
הנותן לשכוי בינה...
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

בשתי עינים-ר' משה שערער ע"ה
רעדסט פון ר' משה שערער זל, דערמאן איך מיר אז נישט לאנג צוריק האב איך געליינט זיין בוך\ספר בשתי עינים, א שלל צוזאמען גענומען פון זיינע בעסטע מאמרים אין די פארשידענע אגודה בלעטער דורכאויס די יאהרן אויך דרשות, און אפשאצונגען אויף גדולים לעבן וועם ער האט זיך געדרייט, ווי למשל ר' אהרן קאטלער זל, די בית ישראל, הרב רודערמאן, ר' יעקב קמינצקי, און נאך, זייער שיינע און גאנץ טיפע מאמרים, פארשטייט זיך ער שמירט דארט די אגודה רעדלעך אבער נישט די אגודה פון איזראעל די פארטייאישע, לאומידיגע,...... נאר די אגודת ישראל אין אמעריקא, וואס "דארף זיך" זארגן פאר כלל ישראל'ס געברויכן אומעטום, און מער די אלוועלטליכע דברים העומדים על הפרק, ווי אונטערמערידש, און אנטיסעמיטיזם, און האלאקאוסט, בערך די זאכן וואס ווערן ארומגערעדט ביי זייערע קאנווענשאנס יעדעס יאהר כסלו צייט ודוק
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

איך רעד פון די נייע בוך אויף ענגליש Rabbi Sherer וואס איז נארוואס ארויסגעקומען
הנותן לשכוי בינה...
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

תרנגול האט געשריבן:איך האב שטארקע חשק צו קויפן דעם נייעם ערשינענעם בוך אויף ר' משה שערער ז"ל ארויסגעגעבן דורך ר' יונתן רוזנבלום, האט איינער פון די חברים דא עס שוין געליינט, צו קענען זאגן מבינות?

אז מ'רעדט שוין פון אן ארטסקראול ביאגראפיע:
א צייט צוריק האב איך געלייענט דעם דאזיגן ביאגראפיע-בוך אויף דעם גרויסן דענקער אברהם יהושע העשל. איך בין געווארן שאקירט אז דער מחבר האלט זיך נישט אפ פון שרייבן נעגאטיוו אויף דעם העלד פון דעם בוך. ער שרייבט א שטייגער אז אי"ה האט געענדיגט זיינע קלאסן אקוראט אין דער סעקונדע ווען דער זייגער איז אנגעקומען צו דער ענד-צייט - אפילו ער האט געהאלטן אינמיטן א זאך אדער אפילו אינמיטן א ווארט!
צו ערשט בין איך שאקירט געווארן; וואס גייט דא פאר? וויאזוי וואגט ער זיך צו שרייבן קעגן דעם מענטש פאר וועמען ער ווידמעט דעם בוך. אבער דאן - איט היט מי: דאס איז דער חילוק פון אמת'ער ביאגראפיע און פאלשער א שטייגער ווי די ארטסקראול-ביאגראפיעס. ביז דעמאלט האב איך נאר געלייענט היימישע "ביאגראפיע" ביכער, און איך בין געוואוינט געווארן צו "האגיאגראפיע" (פון גריכיש; א באשרייבונג וואס פארהייליגט) אנשטאט "ביאגראפיע" - וואס שילדערט דעם אמת'ן לעבן פון א מענטש.
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

קארל האט געשריבן:א צייט צוריק האב איך געלייענט דעם דאזיגן ביאגראפיע-בוך אויף דעם גרויסן דענקער אברהם יהושע העשל. איך בין געווארן שאקירט אז דער מחבר האלט זיך נישט אפ פון שרייבן נעגאטיוו אויף דעם העלד פון דעם בוך. ער שרייבט א שטייגער אז אי"ה האט געענדיגט זיינע קלאסן אקוראט אין דער סעקונדע ווען דער זייגער איז אנגעקומען צו דער ענד-צייט - אפילו ער האט געהאלטן אינמיטן א זאך אדער אפילו אינמיטן א ווארט!
צו ערשט בין איך שאקירט געווארן; וואס גייט דא פאר? וויאזוי וואגט ער זיך צו שרייבן קעגן דעם מענטש פאר וועמען ער ווידמעט דעם בוך.


עס ווענדט זיך אסאך אין די קאנטעקסט וואס עס איז געשריבן געווארן, נישט אין יעדע קאנטעקסט איז די דאזיגע פאקט אז ער האט געענדיגט זיינע קלאסן אקוראט אין דער סעקונדע ווען די זייגער האט געוויזן איר צייט א חסרון, צומאל קען דאס זייער גוט ארויסברענגן די נאטור פון א מענטש.

עס איז אביסל דומה צו א מעשה וואס ד"ר אברהם יהושע טווערסקי פארציילט, עס איז אמאל געקומען צו אים א פאציענט, אויפן פראגע וואס זיין פראבלעם איז, איז די אנטווארט געווען, אז ער האלט זיך הונדערט פראצענט נארמאל, אבער זיין משפחה האט פארלאנגט אז ער מוז זיך גיין אונטערזוכן....
פרעגט אים ד"ר טווערסקי, אויף וואס ארויף פארלאנגט די משפחה זאלסט דיר גיין אונטערזוכן ?
ענטפערט דער פאציענט, ווייל איך האב ליב מאָפינס...
זאגט ד"ר טווערסקי, עס איז גארנישט ראנג מיטן ליב האבן מאפינס, איך אליינס האב אויך ליב מאפינס.
ווי נאר ער האט דאס ארויסגעזאגט, שפרונגט דער פאציענט אויף מיט איין שמחה, אההה, דו האסט אויך ליב מאפינס, קום צו מיר אהיים, איך האב אסאך מאפינס, מיין גאנצע דיינונג רום איז פול מיט מאפינס, מיין שענקל ביי מיר אין שלאף צימער איז פול מיט מאפינס, די טשיינע קלאזעט האט מאפינס...
דאס הייסט, ליב האבן מאפינס איז גארנישט ראנג, אבער אפילו ליב האבן מאפינס קען זיין אן ערנסטע קראנקהייט...

לענינינו, עס מוז נישט זיין, אז זיין גאר גאר א פונקטליכער, איז געשריבן בגנאי קעגן די העלד פון די געשיכטע, אלעס ווענדט זיך אין די בין השורות, וואסערע בילד די שרייבער וויל פארשטעלן.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

לעצטנס געלייענט:
די כוזרים לאנד
פון: מנחם מענדל
יא יא, כ'האב לעצטנס גענומען די מי צו לייענען א "מנחם מענדל בוך", פשוט ווייל איך האב געוואלט אפשאצן די קוואליטעט פון זיין שרייבעריי מיט אן ערוואקסענעם בליק. וואס זאל איך אייך זאגן? איך בין געווען באאיינדרוקט. כאטש זיין גראמאטיק איז נישט הונדערט פראצענט, איז זיין זאפטיגע שפראך א ברכה צו מאכן. הלוואי זאלן די היינטיגע היימישע שרייבער וויסן וויאזוי צו האלטן א פעדער אין דער האנט כאטש האלב אזויווי הרב משי-זהב'ן.
די אינהאלט פון דעם ביכל איז אויך זייער אינטערעסאנט, עס גייט דורך דאס וויכטיג קאפיטל היסטאריע פון דעם מלכות כוזר. די עפענטליכע מארק-דעבאטעס וועלכע דער שרייבער שפינט אזוי געניט מיט זיין כח הדמיון איז געבויעט כמעט ווארט-ביי-ווארט אויף דעם ספר הכוזרי. חוץ די היסטארישע ידיעות וואס מען קען קונה זיין פון דעם בוך, באקומט מען אויך עטליכע אויבערפלעכליכע ידיעות אין אידישער טעאלאגיע.
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

יאפס ''די כוזרים לאנד'' איז א הערליכער בוך אראפגעלייגט מיט א געוואלדיגע געשמאק. אויב איך געדענק גוט נעמט דארט מנחם מענדל אן מיט א פשטות אז אלדד הדני איז געווען פון די קראים (קארעקט מי איף איי עם ראנג)עס ווינדערט מיך ווי ער וואגט זיך אזוי גרינג אפצו'פסק'ענען אזא פארפלאנטערטע סוגי'.
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”