ספרים/ביכער וואס איר רעקאמענדירט

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

שואל ומשיב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואל ומשיב »

איך ליין יעצט דעם ספר הנפלא איש להבה. שירת וסיפור חייו פונעם לאנגן פרוכטבארן לעבן פון הישיש הרב שמעון בניש ז''ל (מאן בזוו''ש פונעם באקאנטן שרייבערין מרת פערל בייניש לאויש''ט).

איך וואלט עס הילכיג רעקאמאנדרט, עס וועט זיין די בעסטע $19 וואס איר קענט ספענדן.
לעצט פארראכטן דורך שואל ומשיב אום מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 6:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

לאן אתה הולך האט געשריבן:א בוק וואס איז א יחיד במינו Auschwitz: A Doctor's Eyewitness Account געשריבן דורך א פרייע אידישע דאקטאר פון אונגארן מיטן נאמען Miklos Nyiszli. ער איז געווען א פאטאלאג (איינער וואס ארבעט אויף טויטע גופים) סא ווען ער איז אנגעקומען קיין אוישוויץ האט מען עם געשטעלט ארבעטן פאר מנגלה ימ''ש אויף די אלע טעסטס וואס מ'האט דארט דורכגעפירט.

ער פארציילט די ׳אינסייד סטארי׳ איבער די אלע טעסטס מיט דיטעילס, ער פארציילט די אינסייד סטארי פין די (איך קען מיך נישט דערמאנען וויאזוי מ׳האט זיי גערופן.. נא...) אידישע גרופעס וואס האבן געדארפט העלפן ביים גאז קאמער אין ביי די קרימאטאריום.
ווי געזאגט איז די בוק א יחיד במינו ער האט געדארפט ארבעטן האנט ביי האנט מיט דעם ימח שמוניק, נאכן קריג האט ער אויפגעטרעטן אלס עדות און נורעמבערג צי פארציילן וואס איז דארט פארגעגאנגן.

די בוק איז אויך דא ציבאקימען אין א מאדערנע לשה״ק מיטן נאמען ״אני הייתי עוזרו של מנגלה״.

נישט געמאכט פאר די מיט שוואכע הערצער.
הי״ד.

די אלע האלאקאסט ביכער פארדינען זיך אן עקסטער אשכול, סיי אלס זייער היסטארישע ווערט און סיי אלס זייער צאל.
אויב איז נאכנישטא.
מה אני ומה חיינו
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה אני ומה חיינו »

@בלעטל דו זאגסט וויבאלד דו האסט סחורה.?! אויב יא, דעמאלט געגאנגען מאך א אשכול און פאק דיר אויס.!
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

איש החסד האט געשריבן:איך האב נארוואס אנגעהויבן דורך טיען די באוויסטע היסטארישע 'פרשת קאסטנער' איך האב זיך איינגעהאנדלט די דאזיגע ספרים דערפאר, אויב ווייסט איר פון נאך לאזט מיר וויסן:

בלשה''ק: מן המצר - איש חמודות - בסתר המדרגה - קראתי ואין עונה - מן המצר עם פירוש עזרת מצר - תיק פלילי 124 -

באידיש: חורבן אונגארן - מאפילה לאורה -

באנגלית: emissary of the doomed -



The Seventh Million: The Israelis and the Holocaust –by Tom Segev

https://www.amazon.com/exec/obidos/ASIN ... ainstzi-20
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

מה אני ומה חיינו האט געשריבן:@בלעטל דו זאגסט וויבאלד דו האסט סחורה.?! אויב יא, דעמאלט געגאנגען מאך א אשכול און פאק דיר אויס.!

עפעס איז דא ליסטעס
viewtopic.php?t=7419&start=75

אויף ענגליש זע איך דאס
viewtopic.php?t=30909
אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1401
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

לאן אתה הולך האט געשריבן:א בוק וואס איז א יחיד במינו Auschwitz: A Doctor's Eyewitness Account געשריבן דורך א פרייע אידישע דאקטאר פון אונגארן מיטן נאמען Miklos Nyiszli. ער איז געווען א פאטאלאג (איינער וואס ארבעט אויף טויטע גופים) סא ווען ער איז אנגעקומען קיין אוישוויץ האט מען עם געשטעלט ארבעטן פאר מנגלה ימ''ש אויף די אלע טעסטס וואס מ'האט דארט דורכגעפירט.

ער פארציילט די ׳אינסייד סטארי׳ איבער די אלע טעסטס מיט דיטעילס, ער פארציילט די אינסייד סטארי פין די (איך קען מיך נישט דערמאנען וויאזוי מ׳האט זיי גערופן.. נא...) אידישע גרופעס וואס האבן געדארפט העלפן ביים גאז קאמער אין ביי די קרימאטאריום.
ווי געזאגט איז די בוק א יחיד במינו ער האט געדארפט ארבעטן האנט ביי האנט מיט דעם ימח שמוניק, נאכן קריג האט ער אויפגעטרעטן אלס עדות און נורעמבערג צי פארציילן וואס איז דארט פארגעגאנגן.

די בוק איז אויך דא ציבאקימען אין א מאדערנע לשה״ק מיטן נאמען ״אני הייתי עוזרו של מנגלה״.

נישט געמאכט פאר די מיט שוואכע הערצער.
הי״ד.



ס'דא אן איבערגעשפילטע דאקומענטרי פילם דערפון מיטן נאמען "the grey zone" אדער "האזור האפור"

נישט געמאכט אפילו פאר קיין נישט שוואכע הערצער מקען באקומען א הארץ אטאקע דערפון.. (כרעד נישט פון עקספיריענס)
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
מה אני ומה חיינו
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה אני ומה חיינו »

סאו ס'איז אפשר געמאכט פאר אזוינע וואס פארמאגן בכלל נישט קיין הארץ...??!?!
איך קען אסאך אזעכע...
א פיינע מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיינע מענטש »

וואס איז מיט SELF HELP ביכער ?
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

א פיינע מענטש האט געשריבן:וואס איז מיט SELF HELP ביכער ?


העי פיינע מענטש, וואספארא סעלף העלפ? אפשר אויף די פראבלעם פון זיין א פיינע מענטש ??? :roll:
חביבי
לאן אתה הולך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאן אתה הולך »

די ביך The Memoirs of Gluckel of Hameln איז א יחיד במינו.

געשריבן דורך א פרוי גליקל פון די שטאט העמילן (נעבן האמבורג) אלס א ׳דייערי׳ אנגעהויבן אין יאר ת״נ, די ביך איז א יחיד במינו ווייל ס׳נישטא קיין ביכער געשריבן דורך פשוטע מענטשן בפרט א פרוי פון דריי הונדערט יאר צוריק וואס לייגט אראפ די טאג טעגליכע לעבן פון דעמאלטס מיט די פערספעקטיוו פין א פשוטע מענטש. ס׳איז זייער אינטערסאנט.

עטליכע אינטערסאנטע נקודות: מ׳זעהט וויאזוי די אמאליגע אידן האבן געאטעמט מיטן באשעפער, ממש אויף יעדע ריר אין לעבן וואס זי שרייבט איז אלעס ״די באשעפער האט אזוי געוואלט״ ״מיטן אייבירשטנס הילף״ וכו׳.

זי איז געווען אין די צייטן פין די כת ש״ץ איז אינטערסאנט צי זעהן די פשוטע מענטש׳ס פערספעקטיוו.

נאך אזאך מיט וואס זיי האבן געלעבט אגאנצן צייט איז ״געלט״, אלעס גייט וויפיל גאלדענע שטיקער דער האט, אין יענער האט נישט, אין וויפיל גאלדענע שטיקער האט יענער געגעבן פאר נדן וכו׳, די סיבה איז ווייל דעמאלטס איז געלט געווען ווי ליפט צי אטעמען אז מ׳האט נישט געהאט קיין געלט האט מען געקענט אויסגיין פאר הונגער, די קינדער האבן געדארפט העלפן דעם טאטן אין ארבעט פון די צען יאר, אז מ׳האט נישט געקענט געבן קיין נדן האבן די טעכטער באקומען גרויע צעפ, וכו׳, די היינטיגער ארימאן איז א מיליאנער רעלעטיוו צי די אמאליגער ארימאן.

אין ווי געזאגט איז אויך סתם זייער אינטערסאנט צי ליינען איבער די טאג טעגליכע לעבן.

ס׳איז שוין געדרוקט געווארן אין אסאך שפראכן אבער דאכציך אז ס׳נישטא אויף אידיש.
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש החסד »

וואו פארשאפט מען דעם בוך.?
לאן אתה הולך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאן אתה הולך »

אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

איך מיין אז די דייערי פון האשה גליקל איז אמאל געלאפן אין די מעלות אין פארזעצונגען
א'מונה ב'טחון ג'עלט
Good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2008 4:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Good »

Amazing האט געשריבן:איך מיין אז די דייערי פון האשה גליקל איז אמאל געלאפן אין די מעלות אין פארזעצונגען


יא, מסתמא עטוואס צענזורירט

אגב איז אינטערסאנט אנצומערקן אז די ארגינעלע דייערי איז געווען געשריבן אין('ם דעמאלסדיגען) אידיש

אינטערסאנט ווי אזוי מ'האט דאס איבערגעזעצט, פארשטייט מען נאך היינט די שפראך?
נא גוט...
לאן אתה הולך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאן אתה הולך »

איך און דו מסתמא פארשטייען נישט אבער פארדעם איז דא פראפעשינעל לינגוויסטן.

--

דרך אגב, איינער האט אפשר צי פארקויפן די ביך 'גייען פאראויס' פון פעסקא פריעדמאן (די אידישע ווערזשין דוקא) ? איך האב עס שוין געליינט אבער איך וויל עס דאך האבן. ביטע קאנטאקטן אין אישי. (שטייטזיך אז איך רעד אפילו אין א יוזד קאנדישן)
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

דארף צו זיין צו באקומען אין די געשעפטן, כ'האב עס געקויפט אין די לעצטע פאר יאהר.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
לאן אתה הולך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאן אתה הולך »

היינט איז שוין נישטא נאר די ענגלישע
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

זייער אן אינטערעסאנטע אשכול!
אפשר מאכן א באזונדערע אשכול פאר 'אודיאו בוקס' וואס איז דא און וואס איז אינטערעסאנט?
פאר אידן וואס פארברענגען מער אויפן ראוד ווי ביים הארטן דעקל ביכל.
שואל ומשיב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואל ומשיב »

איש החסד האט געשריבן:וואו פארשאפט מען דעם בוך.?

דא איז עס פארהאן איבערגעטייטשט אויף לשהק מיט הערות.

http://benyehuda.org/azar/glueckl.html
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

Amazing האט געשריבן:איך מיין אז די דייערי פון האשה גליקל איז אמאל געלאפן אין די מעלות אין פארזעצונגען

ליגט מיר אין קאפ אז מיר האבן געהאט אמאל א לענגערע שמועס איבער דעם בוך, דאכציך אונזער געוועזענער ר' שמחה הי"ו האט עס אויסגעשמועסט, איך טרעף עס נישט יעצט, אפשר ווייסט איינער?
לאן אתה הולך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאן אתה הולך »

דאס האב איך געטראפן
אפשר איז דא נאך
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19927
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

מונאוויטש האט געשריבן:ד
מרס. ווארך תחי', אן עלטער-באבע לאיו"ש פון מאנטשעסטער, באשרייבט די באזונדערע האלאקאוסט איבערלעבענישן פון 4 היימישע פרויען וועמען זי האט פערזענליך אינטערוויוד. די שרייבערן האט א געוואלדיגע פעדער; דער בוך וועט אייך האלטן געשפאנט ביזן לעצטן בלאט.

Holocaust Heroines - Four Teenagers' Stories of Courage And Miraculous Survival


זי איז נישט נאר א עלטער-באבע..
זי איז א עלטער-עלטער-באבע לאיו"ש.
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: ספרים/ביכער וואס איר רעקאמענדירט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

אז מהאט ארויפגעברענגט די אשכול
וועלכע בוך פון דר. ראביי טווערסקי זצ''ל איז די מערסטע נוצליך פאר א פשוטע עמך יוד?
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14665
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

מונאוויטש האט געשריבן:דער ערשטע ספר פון הגה"צ רבי אביגדור מיללער זצ"ל, וואו ער לייגט אראפ ווי א רבי מיט א תלמוד שמועסן אויס באריכות די יסוד, השקפה, און היסטאריע פון דאס אידישע פאלק און אידישקייט. דער בוך, ערשינען ערשט אין תשכ"ב, האט אנגעדרייט א רעוואלוציע פאר תורה און אידישקייט וואס שפירט זיך נאך עד היום הזה.

Rejoice O Youth

***
א שטארקע בוך איבער אמונה פון רבי דוד סעפירמאן שליט"א פון אני מאמין פאונדעישן. ער שמועסט אויס אלע יסודות און צולייגט זיי אויף קליינגעלט. (נישט רעקאמענדירט פאר עטאיסטן מיט שוואכע הערצער.)

Emunah: A Refresher Course - A Step-by-Step Program to Increased Emunah

***
א קאלעקציע פון ליל שישי שיעורים פון הרה"צ רבי נח וויינבערג זצ"ל (אש התורה). מיט זיין אייגנארטיגע "תורת חיים" צוגאנג, קריכט ער אריין אין די פרשה און שמועסט אויס מיט זיין זיסע שפראך הערליכע מוסר געדאנקען וואס איז נוגע פארן טאג טעגליכן לעבן.

Wisdom for Living - Rabbi Noach Weinberg Zt"l on the Parashah

***
מרס. ווארך תחי', אן עלטער-באבע לאיו"ש פון מאנטשעסטער, באשרייבט די באזונדערע האלאקאוסט איבערלעבענישן פון 4 היימישע פרויען וועמען זי האט פערזענליך אינטערוויוד. די שרייבערן האט א געוואלדיגע פעדער; דער בוך וועט אייך האלטן געשפאנט ביזן לעצטן בלאט.

Holocaust Heroines - Four Teenagers' Stories of Courage And Miraculous Survival


מרס. ווארך ע"ה בוך קען מען נאר קויפן ביי עמעזאן
https://www.amazon.com/Holocaust-Heroines-Teenagers-Miraculous-Survival/dp/1680252445
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5240
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

scy4851 האט געשריבן:
יוסלמאן האט געשריבן:
האט שוין איינער אמאל געהערט פונעם לודמירער מויד?
יא! זייער אן אינטערעסאנטע ביכעל. א פרוי, געפירט א רביסטע.
איך האב עס געליינט און ענגליש
ווייסט איינער וואו מען קען דאס טרעפן? אגב די "אינטערסאנט" פארגאנגענע שבועות האט געהאט א שיינע באשרייבונג איבער די פרשה.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”