ספרים/ביכער וואס איר רעקאמענדירט

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

חרמש בקמה האט געשריבן:איך וועל יעצט זיין אן הולך רכיל מגלה סוד, "סיפורים ירושלמיים" האט פארפאסט דער באוואוסטער סופר נתן אנשין פון "עמדה" אין "משפחה".
(דאס איז קיין סוד קיינמאל נישט געווען).

אוי אוי בענקן מיר זיך נאך זיין רינדעכיגן שטענדערל וואס ערשיינט דארט אויפן אויפן בלאט פון זיינע שארפע טיפזינגע מאמרים, ער שרייבט אבער כמעט נישט, און ווען יא איז דאס ס'בעסטע!

אקעי שעפטיל האט מיך שוין אויסגעכאפט מיט דעם דעם קאנטווערסיעלן משיחי שקר, עס איז זייער אינטערעסאנט.

אזוי אויך לעז איך יעצט דעם אלה שלא נכנעו פון דעם באקאנטן שריפט שטעלער משה פראגער איבער די העלדישע אקטן פון די מתתסאווצען ביים צווייטן קריג, עס איז דראמאטיש אינטערעסאנט!

און צוגאב האב איך נארוואס פארענדיגט דעם אל תשלח ידך אל הנער פון געוועזענעם רה"ר ישראל מאיר לאו, מיט זיין שפאנדע יוגענט געשיכטע, און זיינע מיטמאכענישן ביים קריג.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

ביטע שרייבן דעם נאמען פונעם בוך מיט באלד אותיות...

ארעסטאנט : צוויי גאהר אינטערעסאנטע ביכער האסטו ערווענט, דער אלה שלא נכנעו איז גאהר גאהר גוט, און פאר צווייטע וועלט מלחמה ליינער איז עס ספעציעל גוט ווייל ער שילדערט א געשיכטע וואס איז זיך פארלאפן אזוי וואונדערליך אונטער די שווערסטע אומשטענדן און זענען טאקע נישט נכנע געווארן, אלה שלא נכנעו

און טאקע דעם אל תשלח ידך אל הנער פון לאו אויך א גאהר וויכטיגע בוך, קודם איז עס הערליך און רייך באשריבן היסטאריש און לעבעדיג, זיין לייף אלס קינד זייענדיג פון די ממש גאהר געציילטע זיבן יעריגע קינדערלעך וואס זענען פארשקלאפט געוועהן אונטערן דייטש און געדינט און א ארבעטס לאגער, ער האט פארברענגט אין דאכאו ביז די אמעריקאנער האבן איהם באפרייט, און דערנאך זיין לעבן אלס בחורל אונטער די השפעה פון ר' שלמה זלמן און דעם גערער רעבין מרן הבית ישראל , נאכדעם אין תל אביב ביי זיין שווער דער רב הראשי הרב פרענקל, און נאכדעם זיין וועג ארויף על במתי הרבנות ביז צו זיין שפיץ ווערנדיג ערוועלט אלס רב הראשי, און זיינע באגעגענישן מיט וועלט פירער ווי קלינטאן און נאך, זיין רייזע קיין קובא און זיין באגעגניש מיט פידעל קאסטרא, און די אידישע קהלה דארט, זיין באגעגניש מיטן פויפסט און דעם שופר וואס ער האט איהם געשענקט,
ער טרייבט היבש איבער, ער מאכט די קעיס עבאוט זיך זייער א שטארקער, אבער ס'איז גוט,
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

פון רבין'ס הויף , געשריבן דורך ד.ל. מעקלער, איבער טשערנאבעל/טאלנע, האט ממש גערנישט פון טאלנע חוץ אריינגעווארפן אינמיטן א ווארט אז טאלנע איז געווען ס'גרעסטע פון אלע. אלטע אידיש און היבש אינטערסאנט.
מאטקע
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 05, 2008 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטקע »

לגבי אל תשלח ידך:

פרייליכערהייט כ'האב מיך געהויבען פון בענקל נאכן ענדיגן דער ביכעל, פילענדיג זייער פארטריקנט, ער שרייבט דאס זייער נישט היימיש, אן קיין טראפ לחלוחית, כאטש דער געדאנקען זענען גאר געוואלדיג, און דער וועג ווי ער צונעמט דאס, איז צום לעקען דעם פינגער.

כ'דערמאן מיר א שטארקען געדאנק וואס ער שרייבט נאך פון קאטש - מעיאר פון ניו יורק פאר עטליכע צוואנציג יאר.

טרעפענדיג קאטש'ן פאר לאנגע יארען צוריק, זאגט איהם קאטש, דו ווייסט כ'בין אויך א קריג'ס איבעלעבער!

לאו וואס שפירט זיך בעל בית אויפ'ן קריג, עפענט אויף צוויי גרויסע קעלבענע זיתים אויף קאטש, הלמאי? ביסט דאך אן אמעריקאנער נאך היבש פארן קריג (קען גאר זיין געבוירן אין גאלדען לאנד, כ'דענק נישט).

זאגט איהם קאטש הסכת ושמע, פאר א תקופה האב איך באזוכט אין בונקער פון דעם רשע ימ"ש, ווי עס איז געווען זיין ביורא, דער וואס האט אונז דארט ארומגעפירט האט אונז געוויזען פארשידענע חפצים און פרטים, וואס האבען געהערט פארן רשע ימ"ש, אזוי ווייזט ער אויפ'ן טיש איז געלעגען א גלובס, אנגעצייכענט מיט א שווארצע פעדער אסאך ציפערן.

האט ער מסביר געווען, דער רשע ימ"ש האט זיך אוועק געזעצט פארען קריג, מאכענדיג א חשבון וויפיל אידען איז דא אויפען וועלט, ביי יעדער לאנד צוגעצייכענט דעם נומער, צום ביישפיל: פוילען - דריי האלב מיליון; רוסלאנד - דריי מיליון; אמעריקע - צוויי מיליון אא"וו.

קוקענדיג אזוי - דערציילט קאטש, באמערק איך, ביי אלבאניע [טאמער בין עך זיך נישט טועה] שטייט ציפער 1, ד.מ. דארט וואינט איין איד, וואס מ'טאר איהם אויך נישט פארגעסן.

ערשט דאנסמאהל האט איך זיך געכאפט - פירט ער אויס, אז דער רשע ימ"ש האט געמיינט יעדער איינצעלע איד אויפ'ן וועלט, און ווילאנג דער איינצעלע איד פון אלבאניע וועט לעבען, האט ער נאך נישט גענדיגט זיין מיסיע!!!

אויב אזוי בין איך אויך א קריג'ס איבערלעבער.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

עס איז א געשמאק צו פארברענגן מיט אזעלעכע אינטיליגענטע קאלעגעס,
..................
כ'האב לעצטענס אבגעשטויבט און איבערגעלעזט דעם צווייטן באנד אהל רח"ל, פארפאסט דורך דעם חכם וחוקר ר' חיים ליבערמאן ע"ה מזכירו של הריי"צ מליובאוויטש זצ"ל.

כ'האב דעם ספר ס'לעצטע מאל געבליקט מיט יארן צוריק אלס בחור, עס איז געווען דערפרישענד איבערצוליינען זיינע אביעקטיווע מאמרי היסטאריע, און וועלעכע ער שוינט כלל נישט אפ די האכ-געלערענטע משכילים, איבערווייזענדיג זייער אויבערפלעכליכע איינזייטיגקיים.

מערקווירדיג איז אז אין דעם באנד שרייבט ער זיינע מאמרים בל' יודיש, און פארווארט באווארענט ער דאס מען זאל נישט דן זיין דעם ספר אלס אומאינטעליגענט צוליב איר געשריבן ווערן אויף אידיש.

אפשר ווייסט איינער צוזאגן פארוואס דער מחבר האט אן אבסעסיע איבער דעם אומאנער משכיל, הירש בער הורוויץ מיט וועמן ער איז זיך מטפל און צוויי באזונדערע אפהאנדלונגען, צילענדיג איבערצואווייזן מיט - לדעתי - אומאיבערצייגענדע באווייזן אז ער האט נישט חוזר בתשובה געווען סוף ימיו, אנדערש ווי שרייבט הצ' ר' אברהם בן ר' נחמן אין זיין ספר כוכבי אור.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

יוסלמאן האט געשריבן:פון רבין'ס הויף , געשריבן דורך ד.ל. מעקלער, איבער טשערנאבעל/טאלנע

איך לייען אין דורכשניט 8-10 ביכער א חודש. איך דערמאן זיך איבער וואס כ'האב לעצטנס געלייענט דורך לייענען דא וואס אנדערע שרייבן...
לעצטנס האב איך איבערגעבליקט "פונעם רבין'ס הויף" פון יצחק אבן. א שילדערונג לבית "ריזין וסאדאגורה", ווי אויך דער ריזינער צד אין דער מחלוקת מיט צאנז.
אז מען רעדט פון דעם קען מען נישט פארפעלן צו דערמאנען אז כ'האב אויך געלייענט "דער סאנזער צדיק" פון יהושע ראקער, א שילדערונג לבית צאנז, ווי אויך דער צאנזער צד אין דער מחלוקת.
---
(יהושע ראקער און זיינע ספרים איז שוין באהאנדלט געווארן ערגעץ וואו אין קרעטשמע.)
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

אבן'ס פונעם רבין'ס הויף האמיר שוין אויך אפגעלעזט, ס'איז היבש ארגינעל, ער שרייבט דייקא נישט קיין סאך איבער די מחלוקה, אנדערש איז אבער ראקער, ער שרייבט אבער נאך ווי.

בטעות גדול ונורא האט די חשובע אשת חיל אוועקגעבארגט מעקלער'ס בוך, דער שכנה פילט נישט גוט און זי האט איר געוואלט געבן וואס צו לעזן, ער רעדט אביסל ברייט איבער מחלוקת טשערנאביל רוזין, לאוו כל מוחא סבל דא, פארשטייט זיך אז כ'האב עס אזוי צוריקגעבעטן, אבער דער אינגערמאן, א חשובע בן תורה, האט שוין אנגעיאגט צו ליינען ס'ערשטע ביסל און ער איז מלא התפעלות פון די אלטע אידיש און מיט וואספארא גרויסקייט ער שרייבט אויף צדיקים. עניוועי, ס'א גוטע בוך.

האט שוין איינער אמאל געהערט פונעם לודמירער מויד?
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

מאטקע : איך פארשטיי נישט וואס איר ווילט, דער לאו שרייבט נישט היימיש, ער איז דאך נישט היימיש, עכ"פ וואס ביי אייך קוקט אויס צו זיין היימיש, איז וואס האט איהר געוואלט, אבער רייך און מיט לעבעדיגע קאלירטע פארבן איז עס שוין איינמאהל, ודי בזה.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

יוסלמאן האט געשריבן:האט שוין איינער אמאל געהערט פונעם לודמירער מויד?

יא! זייער אן אינטערעסאנטע ביכעל. א פרוי, געפירט א רביסטע.
איך האב עס געליינט און ענגליש
the SCY is the limit
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

scy4851 האט געשריבן:
יוסלמאן האט געשריבן:האט שוין איינער אמאל געהערט פונעם לודמירער מויד?

יא! זייער אן אינטערעסאנטע ביכעל. א פרוי, געפירט א רביסטע.
איך האב עס געליינט און ענגליש


מעקלער שרייבט גאנצעטע קאפיטלעך וועגן איר, אז זי איז געבוירן מיט א ברכה פון ר' מאטעלע און ווי ער האט איר צוריק געברענגט צו זיין נארמאל. ס'לוינט זיך צו ליינען.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

בזמנה זענען געווען וואס האבען געזאגט אז זי איז קאנטראלירט פון א 'דיבוק' (נישט דער זעלבער פון קול מבשר) .
צום סוף איז זי געפארען קיין א"י.
זי האט קיינמאל נישט חתונה געהאט און מיט א פעסטקייט אפילו זיך אפגעזאגט פון חתונה האבען.
the SCY is the limit
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

scy4851 האט געשריבן:בזמנה זענען געווען וואס האבען געזאגט אז זי איז קאנטראלירט פון א 'דיבוק' (נישט דער זעלבער פון קול מבשר) .
צום סוף איז זי געפארען קיין א"י.
זי האט קיינמאל נישט חתונה געהאט און מיט א פעסטקייט אפילו זיך אפגעזאגט פון חתונה האבען.


מעקלער שרייבט אז דערנאך וואס ר' מאטעלע האט אויף איר משפיע געווען צו ענדערן אירע דרכים איז זי געגאנגען אונטער די חופה, וועגן קינדער רעדט ער נישט, נאר אז זי איז געווארן א גוט אידישע כשרע פרוי און פון איר גאנצע גרויסקייט איז געבליבן גארנישט.
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

טהרת החינוך


"אויפקלערונגען וועגן די הארבקייט און שעדליכקייט פון די "גוי'אישע סקול-ביכער" וואס ווערן היינט געלערנט מיט אונזערע קינדער (און בעיקר מיט די טעכטער) אין די בתי חינוך - אפילו צענזורירטערהייט"
איך ווייס נישט וואו אנצופאנגען און וואו צו ענדיגן איבערצוגעבן פאר די חשוב'ע חברים מיינע איינדרוקן אויף דעם בוך. מיינע גלידער האבן געציטערט וויאזוי א מענטש האט געקענט אוועקגעבן לאנגע יארן אויף ארויסצוגעבן 746 עמודים פון הוילע "נאן-סענס". לשבחו מוז געזאגט ווערן אז דער ספר איז נישט געשריבן אויף דעם שטייגער פון די היינטיגע עקסטרעמיסטן, נאר איז געשריבן שכל'דיג אויף אן אינטעליגענטן אופן.
דער מחבר אנטשולדיגט זיך אין דער הקדמה אז אפילו ער איז נישט קיין חשוב'ע פערזענליכקייט זאל מען אננעמען זיינע ווערטער. ער ציטירט לגבי דעם די ווערטער פון דעם רמב"ם אין שמנה פרקים: "קבל את האמת ממי שאמרו." דער מחבר כאפט זיך אבער נישט אז אט די ווערטער פרעגן אפ גרויסע טיילן פון זיין בוך. דער רמב"ם ברענגט די ווערטער דארטן וואו ער איז זיך מתנצל אויף דעם וואס ער נעמט געדאנקען פון חכמי אומות העולם:
ודע, שהדברים אשר אומר בפרקים אלו ובמה שיבוא מן הפירוש, אינם עניינים שבדיתים מעצמי, ולא פירושים שחידשתים, אמנם הם עניינים מלוקטים מדברי החכמים במדרש ובתלמוד, וזולתם מחיבוריהם, ומדברי הפילוסופים גם הקדומים והחדשים; ומחיבורי הרבה בני אדם. ושמע את האמת ממי שאמרה.
כלומר, דריי מיר נישט קיין קאפ פארוואס איך נעם דברי חכמה פון גוי'אישע ביכער, געדענק דעם כלל: קבל את האמת ממי שאמרה.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

א פאר חדשים צוריק האב איך געליינט 'שמך לא שכחנו'

כלי ראשון זכרונות פון בני ישיבה, דאס טאג טעגליכע לעבען און די ישיבות, און דערנאך וויא זיי האבען דורכגלעבט די ביטערע מלחמה יאהרען און טראץ דעם אלעם שמך לא שכחנו.

אויפען שער בלאט:
שיחות אישיות עם בחורי ישיבות של פעם
מספרים על החיים בעיירה, הלימוד וההווי בישיבה
ועל עמידתם בנסיונות התקופה ותלאות המלחמה

געדרוקט און ירושלים עיה"ק ת"ו - תשס"ט
the SCY is the limit
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

אמונה און אפיקורסת=ראובן אגוטשעוויטש.
א בוך\ספר וואס דער גרויסע געלערנטער אידישער פיליזאפף הרב ראובן אגוטשעוויטש האט געשריבן, אין ריין אידיש, דער ראובן איז געבוירן אין א קליין שטעטל סיסלעוויטש ערגעץ אין ד'ליטא, פון דער שטעטל קומט דרך אגב אויך ר' אהרן קוטלער, און דאכטזיך אז אויך ר' יעקב קאמינעצקי'ס בעטל איז דארט געוועהן, און זיין יוגנט איז ער געגאנגן שטודירן אין אוניווערזיטעט, ער האט מיט זיין חריפישן פיליזאפישן מח, זיך זייער שנעל דערהויבן איבער אסאך אסאך סטונדענטן דארט, און ער איז זיך צווואקסן מיט זיין טיפע לערנוג, און שטארקע חוש צו דערגרונטעווען אלס וואס די ווארט טיף באדייט, שפעטער, האט ער זיך צוריקגעקערט צו זיין מאמע'ס שויס, און צו די לויטערע אמונה פון זיין טאטן, ער איז געווארן א פולקאמער תורה היטער, און שטרעג רעליגיעז, ער האט אפילו פארפאסט א ספר אויף בבא קמא דף על דף מיט א הסכמה פון ר' אהרן קאטלער, ער האט אסאך געשריבן און געצייכנט, אבער באוואוסט איז ער מחמת אט דעם בוך.

אין אט דער געוואלדיגער בוך אמונה און אפיקורסת האט ער א גרויסע ארבייט אריינגעלייגט ביים איר אנרעכטן, ער פירט אים אריין מיט א קורצע איינלייטונג, וואס האט אים באוואיגן אט דעם חיבור צו שרייבן, ער פארשפרעכט דארט זיך צו ספראווען און באפארענען מיט די יאהרן אלטע פיליזאפישע טענות קעגן אמונה, ער שלאגט זיך אסאך ארום מיט די אטעאיסטן וואס האבן אין זיינע צייטן פארנומען די אויבן אן פון אלע איינערקענטע פיליזאפן און שטודירער, ער שלאגט זיי אפ און שטעלט זיי אין שאטן פון זיין קלארע אמונה, ער לאזט זיך אריין אין די טיפע סוגי' און באדייט פון די געצנדינערישע אלטמאדישע עבודה זרה געדינאכט'ס למיניהם, ער פראסקעט אין פנים שפינאנזע מיט זיינע חבירים. ער שטופט אוועק די פאלשע לערע וואס די מענטשליכע מוגבלדיגע שכל פון אלע יארן, האט פרובירט צו געלערנט און מיט דעם געטוהן פעלשעווען די ריכטיגקייט פון גאט מיט זיין אמתע הערליכקייט....

טיף, אויפריכטיג, באלערנד, און איבערצייגנד, א ריינע ווערק פון איינער וואס האט זיך געפאשעט מיט אומריינע פאשע און עס צום סוף אויסגעשפיגן,
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

סאדע_באטל האט געשריבן:
קארל האט געשריבן:א צייט צוריק האב איך געלייענט דעם דאזיגן ביאגראפיע-בוך אויף דעם גרויסן דענקער אברהם יהושע העשל. איך בין געווארן שאקירט אז דער מחבר האלט זיך נישט אפ פון שרייבן נעגאטיוו אויף דעם העלד פון דעם בוך. ער שרייבט א שטייגער אז אי"ה האט געענדיגט זיינע קלאסן אקוראט אין דער סעקונדע ווען דער זייגער איז אנגעקומען צו דער ענד-צייט - אפילו ער האט געהאלטן אינמיטן א זאך אדער אפילו אינמיטן א ווארט!
צו ערשט בין איך שאקירט געווארן; וואס גייט דא פאר? וויאזוי וואגט ער זיך צו שרייבן קעגן דעם מענטש פאר וועמען ער ווידמעט דעם בוך.


עס ווענדט זיך אסאך אין די קאנטעקסט וואס עס איז געשריבן געווארן, נישט אין יעדע קאנטעקסט איז די דאזיגע פאקט אז ער האט געענדיגט זיינע קלאסן אקוראט אין דער סעקונדע ווען די זייגער האט געוויזן איר צייט א חסרון, צומאל קען דאס זייער גוט ארויסברענגן די נאטור פון א מענטש.

...עס מוז נישט זיין, אז זיין גאר גאר א פונקטליכער, איז געשריבן בגנאי קעגן די העלד פון די געשיכטע, אלעס ווענדט זיך אין די בין השורות, וואסערע בילד די שרייבער וויל פארשטעלן.

דער דאזיגער פאקט איז קלאר געברענגט געווארן אין א נעגאטיוון קאנטעקסט.
דאס איז, אגב, בלויז איין ביישפיל פון נעגאטיווע נקודות און עפיזאדן וועלכע ווערן דערמאנט אין דעם בוך.
היינט ווייס איך אז דאס איז נישט קיין חידוש; אין יעדער אויפריכטיגער ביאגראפיע-בוך קען מען אויך לייענען חסרונות פון דעם באשריבענעם מענטש. אזא זאך איז כמעט נישט בנמצא ביים יהדות החרדית, און ווען איינער האט פרובירט ארויסצוגעבן אזא בוך, האט מען אים טאטאל אונטערדרוקט מיט די הארבסטע מיטלען.
לעצט פארראכטן דורך קארל אום זונטאג יאנואר 10, 2010 10:59 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

אל תאמר אקרא ולא אטה
לשון הגמרא הנ"ל המליץ החת"ס על אותן המדמים בנפשם, שלהם אפשר לקרות בספרי מינות והשכלה ולא תטה את לבבם מאם ה'.
על כן חכמים הזהירו נא.
לעצט פארראכטן דורך שטארק זיך אום זונטאג יאנואר 10, 2010 10:48 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

פרייליכערהייט האט געשריבן:אמונה און אפיקורסת=ראובן אגוטשעוויטש.
א בוך\ספר וואס דער גרויסע געלערנטער אידישער פיליזאפף הרב ראובן אגוטשעוויטש האט געשריבן, אין ריין אידיש...

ריכטיג. א זעלטן-אייגנארטיגער בוך.
דער בוך איז לעצטנס איבערגעזעצט געווארן אויף ענגליש, און איז באשריבן געווארן אין קובץ חקירה (דארטן איז אויך ערשינען איין פרק פון דעם בוך).
די ענגלישע איבערזעצונג טוט זיך א סך באנוצן מיט די אריגינעלע רייכע אידישע ווערטער און אויסדרוקן, וואס, לויט ווי דער איבערזעצער ערקלערט אין דער הקדמה, זענען זייער שווער ריכטיג איבערצוזעצן אויף ענגליש און בלייבן געטריי צו דעם תוך פון דעם שרייבער'ס מחשבה.
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

מי מושלם-מ.אדהאן.
א שיינע בוך פון דעם פסיכאלאג'טע מ. אדהאן תחי', זי האט שוין פארפאסט עטליכע צענדליגע ביכער, אלעס ארום די חכמה און לימוד פון תורת הנפש, זי דערגרינטעוועט זיך אויף איר אייגנארטיגן מהלך צו דעם נפש וואס איז פארשלייערט אונטער א דיקן שלייער פון זעלבסט ביליגקייט, און פון זעלבסט דערנידערונג, זי איז באקאנט מיר איר גרויסע ווערק דער בוך "מודעות" ווי זי שטעלט פאר איר מהלך פון די נומערן, די ניין סארטן בני אדם, וואס זענען פארהאן, און אין דעם שטעלט זי יעדן אריין אין זיין מצב, און אין זיין ריכטיגן גייסטישע געבוי, קאראקטעריזירט זי אלעמען און דורך דעם געפונט זי דעם ריכטיגן צוגאנג צו היילן, אין דעם בוך מי מושלם, אשר כשמו כן הוא, שמועסט זי זייער שיין און באטעמט אויס פארשידענ אספעקטן פון לעבן, פארשידענע קוק ווינקלען דעקט זי אויף און שטארקט דעם צובראכענעם, און פרובירט אויסצוגראדן דעם פרדרייטן..
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

פרייליכערהייט האט געשריבן:מי מושלם-מ.אדהאן.

ווי אלט איז דער ביכל, קען מען עס שוין באקומען דאהי אין ארה"ב?
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

צום זאך : עס איז נישט קיין שפאגל נייע בוך, און מסתמא קען מען עס באקומען אין די היזיגע געשעפטן.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

מר פרייליכערהייט,

דער מהלך פון ניין נומערן איז נישט מרס אדהאן'ס מהלך, דער מהלך קומט פון א גריכישן דר. מיט נאמען 'דאן ריסא', דער מהלך הייסט די 'אנעגראם', דאן ריסא האט פארפאסט מערערע ביכער אויף דעם וואו ער צעלייגט קלאר זיין מהלך, מודעות פון מרס אדהאן איז ענדערש א קיצור פונעם אריגינעלן, עס איז אבער א הערליכער ארבעט.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
צעיר באלפי ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעיר באלפי ישראל »

ספרי מ. אדהאן הנכתבים ברוח יהודית בתורת הנפש הם קולעים אל המטרה בדרך כלל, והוא תועלת לרבים, ולדעתי חובת השעה הוא לתרגמם לשפת אידיש, ואולי יתנדבו כמה הכותבים כאן.
רעיא מהימנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעיא מהימנא »

איך האב געליינט אדאהאןס בוך אווערנעס
AWARENESS
איך מיין אז דעס איז א ענגלישע איבערטיישט פין מודעות, וואס מ'האט שוין פריר דערמאנט
יוד איינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד איינער »

השאלה. התשובה. העתונאי.-קובי לוי.
41 סיפורים מהנהרות הגועשים של ההשגחה העליונה.


א הערליכער בוך, פון דעם וועלט בארימטן שרייבער יעקב לוי, ער אליינס איז א בעל תשובה פון די ערשטע גענעראציע בעלי תשובה פון די אלוועלטליכער ב"ת מאוומענט, הרב אמנון יצחק האט אמאל יארן צוריק ארויסגעגעבן א ווידיאו מיט די שילדערונג פון קובי לוי'ס געשיכטע און וויזוי ער איז געווארן א בעל תשובה די נאמען פונעם ווידיא איז געוועהן "הנה עיתונאי, הלך לסמינר קובי, חזר יעקב.

זיין פאסירונג פארציילט ער אנהייב פונעם בוך, ער איז אלס גאר יונגער גיל געווארן אנגענומען אלס צייטונג שרייבער אין איינע פון די גרעסטע פרייע צייטונגען אין ארץ ישרא'ל, אויב איך האב נישט קיין טעות איז עס געוועהן דער ידיעות אחרונות. איין טאג האט מען אים בא'אויפטראגט צו גיין דעקן א סמינר לבעלי תשובה, וואס הרב נויגרישל און הרב משה גרילאק [חיים אליאב-חיים וואלדער] פון ערכים האבן ארגאניזירט, בקיצור ער האט געדארפט צושטעלן אן ארטיקל בת שלשת אלפים מילים, מיטן איינעם ציל אפצוחוזק'ן פון די חרדים ברעין-וואש מאשין, למעשה איז ער אבער דארט פארכאפט געווארן, און פארבליבן אליינס א מח געוואשענער, און ער איז געווארן א בעל תשובה,

ער איז קורץ דערנאך געבעטן געווארן פון רב שך-און מרן הסטייפלער ז"ל, ארויסצוהעלפן מיט'ן נייעם נארוואס געשאפענעם צייטונג "יתד נאמן", ער האט געדינט דארט אינעם עדיטאריעל בארד, און עורך לילה, פאר לאנגע יארן, און עד היום הזה איז ער זייער אינסטרומענטל אין אסאך ב"ת ארגאניזאציעס, און ער האלט נאך אן זיין קאלום אין די פרייע צייטונג אויך ווי ער שרייבט לטובת חרדים ועולמם...

ער איז א וועלטס שרייבער, מיט א שטארקע סענס אף הומאר, א פליסיגן שריפט, און א געשמאקער שפראך...
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”