בלאט 6 פון 10

געשריבן: פרייטאג אפריל 01, 2016 4:54 pm
דורך סביב העולם
farshlufen האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:דברי יואל - על פרשת פרה ופרשת החודש.

ומפתחות אויך אויף די פריערדיגע באנד.

טייל קורצע תורות קוקן אויס ווי קאט ענד פעיסט אן זיי צופארעכטן און צופאסן ועוד ועוד וכו'.

כנראה א געאיילטע ארבייט.

מפתחות על חלק שישי ושביעי

געשריבן: דינסטאג אפריל 12, 2016 10:58 pm
דורך שואלכענין
איך האב נישט דורכגעליינט אלע תגובות ביז אהער, אויב רעדט מען שוין פריער דערפון, ביטע מיר לינקען אהין.
איך וויל קיינעם נישט בארעדן, נאר אלס סאטמארער תלמיד און חסיד טוט מיר זייער וויי וויאזוי מען מאכט ביליג דעם הייליגן גרויסן רבי'ן אין די נייע בענדער דברי יואל.
אויב האט מען געשריבן אלע בענדער אביסל באריכות, איז דער לעצטער נייער באנד ממש א בושה. כאילו מען מוז דא עפעס אנפולן בלעטער פאפיר גרויס צו מאכן דעם רבי'ן.
דער אריכות ביים ברענגען א הקדמה פון א ספר, און די פיענוח ראשי תיבות פשוטים, און איבערשרייבן אין איין פאראגראף צען מאל "עובדי עבודה זרה", איז ממש אבסורד.
אזא גרויסע חסידות ווי סאטמאר, קען נישט האבן א נארמאלער שרייבער ארויסצוגעבן דעם רבי'נס תורות???

געשריבן: מיטוואך אפריל 13, 2016 6:28 am
דורך דרךהמלך
שואלכענין האט געשריבן:איך האב נישט דורכגעליינט אלע תגובות ביז אהער, אויב רעדט מען שוין פריער דערפון, ביטע מיר לינקען אהין.
איך וויל קיינעם נישט בארעדן, נאר אלס סאטמארער תלמיד און חסיד טוט מיר זייער וויי וויאזוי מען מאכט ביליג דעם הייליגן גרויסן רבי'ן אין די נייע בענדער דברי יואל.
אויב האט מען געשריבן אלע בענדער אביסל באריכות, איז דער לעצטער נייער באנד ממש א בושה. כאילו מען מוז דא עפעס אנפולן בלעטער פאפיר גרויס צו מאכן דעם רבי'ן.
דער אריכות ביים ברענגען א הקדמה פון א ספר, און די פיענוח ראשי תיבות פשוטים, און איבערשרייבן אין איין פאראגראף צען מאל "עובדי עבודה זרה", איז ממש אבסורד.
אזא גרויסע חסידות ווי סאטמאר, קען נישט האבן א נארמאלער שרייבער ארויסצוגעבן דעם רבי'נס תורות???

ווי קומט דא אריין גרויסע חסידות
די ספרי 'דברי יואל' איז נכסי יחיד אדערווייל
חוץ ליקוטי אורה וכדומה

געשריבן: מיטוואך אפריל 13, 2016 12:55 pm
דורך שואלכענין
אויב וועלן מערערע חסידים אויפהייבן א געשריי, וועלן די פאר יחידים מוזן צאלן אפאר דאלער מער פאר א נארמאלן שרייבער.
איז דאס ריכטיג? רביה"ק זאל ליגן אין די הענט פון א יחיד וועלכער ציט אויס תורות ווי - להבדיל - א גאטשע בענדל, כדי צו מאכן מער בענדער און מער געלט?

געשריבן: מיטוואך אפריל 13, 2016 12:58 pm
דורך אוהב ספרים
שואלכענין האט געשריבן:אויב וועלן מערערע חסידים אויפהייבן א געשריי, וועלן די פאר יחידים מוזן צאלן אפאר דאלער מער פאר א נארמאלן שרייבער.
איז דאס ריכטיג? רביה"ק זאל ליגן אין די הענט פון א יחיד וועלכער ציט אויס תורות ווי - להבדיל - א גאטשע בענדל, כדי צו מאכן מער בענדער און מער געלט?


צאלען מער, אוי וויי די ווייסט וויפיל מען באצאלט פאר דעם שרייבער

אדרבה אויב נעמט מען געהעריגע שרייבערס וואס זענען בעצם ביליגער וואלט געווען בעסער


למי שיודע מה שקורה מאחורי הפרגוד

געשריבן: מיטוואך אפריל 13, 2016 1:27 pm
דורך דרךהמלך
לדעתי האט עס נישט ווי גוט דער שרייבער זאל נאר נישט זיין אדער פאקערט
די שאלה איז וויפיל מגיהים נעמט מען נאכן שרייבן
דער שרייבער אליין'ס בעמערקט נישט זיינע טעותים, איך רעד נישט טעותי הדפוס, נאר סגנון הלשון במקום שצריך להאריך או להיפוך

געשריבן: מיטוואך אפריל 13, 2016 1:29 pm
דורך דרךהמלך
שואלכענין האט געשריבן:אויב וועלן מערערע חסידים אויפהייבן א געשריי, וועלן די פאר יחידים מוזן צאלן אפאר דאלער מער פאר א נארמאלן שרייבער.
איז דאס ריכטיג? רביה"ק זאל ליגן אין די הענט פון א יחיד וועלכער ציט אויס תורות ווי - להבדיל - א גאטשע בענדל, כדי צו מאכן מער בענדער און מער געלט?

ר' יוסל אשכנזי האט געהאלטן אז דער רבי האט געוואלט אז ס'זאל זיין לאנג, סוי דעס גייען זיי עניוועיז נישט טוישן
דארפסט נישט מאכן קיין וויי געשריי
ביסט מכובד צו נעמען די תורות וואס זיי געבען ארויס אדער העתקות, און הייב אהן צוזאם נעמען געלט צו מאכן דערפון קורצערע תורות
ער מעג טוהן וואס ער וויל

געשריבן: מיטוואך אפריל 13, 2016 1:34 pm
דורך להודיע
דרךהמלך האט געשריבן: ווי קומט דא אריין גרויסע חסידות
די ספרי 'דברי יואל' איז נכסי יחיד אדערווייל
חוץ ליקוטי אורה וכדומה


וע"ז ידוו כל הדוים.

געשריבן: מיטוואך אפריל 13, 2016 3:41 pm
דורך שואלכענין
דאס איז אמת אז רביה"ק האט געוואלט אז די תורות זאלן זיין ברייט ארויסגעשריבן, זאגנדיג אז נאר אויף תורות הראשונים דארף מען זיך פלאגן, אבער היינטיגע תורות דארף זיין געשריבן לייכט צו פארשטיין.
פיין, אמת ויציב ונכון.
אבער פון דעם ביז דאס וואס מען טוט לעצטנס איז פאלג-מיר-א-גאנג.
די בענדער על התורה זענען אויך ברייט געשריבן, אבער נישט די העלפט אזוי לאנג ווי די לעצטערע. אפילו דער באנד אויף סוכות איז נישט ווי די לעצטיגע, עס ווערט ערגער און ערגער ליידער.
איך זאג עס נישט פון מיר אליין, כאטש איך אליין האב אויך אזוי געהאלטן.
אדרבה, לערנט אדורך א לענגערע תורה, און איר אליין וועט זיך וואונדערן פארוואס זיי שרייבן נישט ארויס "רבינו משה בן מיימון זכרונו לברכה לחיי העולם הבא" וואס קען אויסציען די תורה מיט נאך א שורה, אנשטאט רמב"ם ז"ל...

געשריבן: מאנטאג אפריל 18, 2016 8:22 am
דורך סעמיטשקע
ווער רעדט נאך אז האלב די ספר זעהט אוס ווי א דינער דזורנעל...
#עמךישראלצריכיםפרנסה

געשריבן: מאנטאג אפריל 18, 2016 8:35 am
דורך מי יודע
סעמיטשקע האט געשריבן:ווער רעדט נאך אז האלב די ספר זעהט אוס ווי א דינער דזורנעל...
#עמךישראלצריכיםפרנסה

און וואלט זיך עס פארקויפט פאר א ריזענבעל פרייז החרשתי, איינער דארף דאך עס באצאלן, אבער בעטן בעט מען אין די וועלט אריין, צו צאלן פאר א ספר וואס איז א דריטל מפתח און א דריטל א ליסטע פון נדבנים
#עמךישראלצריכיםפרנסה

געשריבן: דינסטאג יוני 07, 2016 1:50 pm
דורך איש חמודות
אין שו"ת דברי יואל (יו"ד סי' ק') שרייבט ער כמו בעל ספר רזא מהימנא וע"ת

http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=407

איינער ווייסט אפשר וואס איז די ר"ת פון וע"ת?

געשריבן: דינסטאג יוני 07, 2016 2:13 pm
דורך לכאורה
אפשר עולת תמיד?

געשריבן: דינסטאג יוני 07, 2016 2:24 pm
דורך יהיה כן
לכאורה מיינט ער דאס:
http://www.hebrewbooks.org/14186

(נישט דער עולת תמיד וועלכער ווערט געברענגט אין מג"א)

געשריבן: דינסטאג יוני 07, 2016 2:54 pm
דורך וויל זיין גוט
שוין לאנג געטראכט צי די פרייז איז נישט טייער, ספעציעל ווען עס זענען דא נדבות פון קרוב צו הונדערט נדיבים, וואס א יעדער געבט א שיינעם סכום, און עס איז א ספר וואס איידער דרוקן איז מען שוין פארזיכערט אז עטליכע טויזנט גייען פארקויפט ווערן אין די ערשטע שטיקל צייט
ענדערש זאלן די נדיבים געבן אז מען זאל קענען פארקויפן פאר האלב פרייז פאר די וואס קענען זיך נישט ערלויבן

על הגאולה ועל התמורה

געשריבן: דינסטאג יוני 07, 2016 2:59 pm
דורך נא_שכל
אין דעם אשכול קען מען אויך שרייבן וועגן 'על הגאולה ועל התמורה'?

ווער האט געשריבן דער פנים הספר? כ'רעד נישט פון די הקדמה.

ס'דא דערינען כפילות וייתורי לשונות כמעט אין יעדן סימן, ס'זייער נישט גוט מסודר די סימנים מיט א ציל און מהלך, ס'זעט אויס פיסקא פיסקא יעדע עטליכע סימנים.

ס'מאכט אביסל שווערער דאס לערנען.

אולי וואלט זיך געיאוועט איינער עס מנסח צו זיין פון פריש?

געשריבן: דינסטאג יוני 07, 2016 3:05 pm
דורך יהיה כן
עס הייסט אז ר' נתן יוסף און ר' משולם גרינפעלד האבן דאס געשריבן

געשריבן: דינסטאג יוני 07, 2016 3:07 pm
דורך מצלמה
נא_שכל האט געשריבן:אין דעם אשכול קען מען אויך שרייבן וועגן 'על הגאולה ועל התמורה'?

ווער האט געשריבן דער פנים הספר? כ'רעד נישט פון די הקדמה.

ס'דא דערינען כפילות וייתורי לשונות כמעט אין יעדן סימן, ס'זייער נישט גוט מסודר די סימנים מיט א ציל און מהלך, ס'זעט אויס פיסקא פיסקא יעדע עטליכע סימנים.

ס'מאכט אביסל שווערער דאס לערנען.

אולי וואלט זיך געיאוועט איינער עס מנסח צו זיין פון פריש?


דער רבי זי"ע האט געשריבן די הקדמה במו ידיו הקדושים, אבער דעם ספר זעלבסט האט ער נישט פערזענליך געשריבן.
ס'ליגט מיר אין זכרון אז איך האב אמאל געזעהן די הקדמה בכתב יד קדשו.

יהי' איז מסכים.

געשריבן: פרייטאג יוני 17, 2016 10:37 am
דורך סיגוט
מצלמה האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:אין דעם אשכול קען מען אויך שרייבן וועגן 'על הגאולה ועל התמורה'?

ווער האט געשריבן דער פנים הספר? כ'רעד נישט פון די הקדמה.

ס'דא דערינען כפילות וייתורי לשונות כמעט אין יעדן סימן, ס'זייער נישט גוט מסודר די סימנים מיט א ציל און מהלך, ס'זעט אויס פיסקא פיסקא יעדע עטליכע סימנים.

ס'מאכט אביסל שווערער דאס לערנען.

אולי וואלט זיך געיאוועט איינער עס מנסח צו זיין פון פריש?


דער רבי זי"ע האט געשריבן די הקדמה במו ידיו הקדושים, אבער דעם ספר זעלבסט האט ער נישט פערזענליך געשריבן.
ס'ליגט מיר אין זכרון אז איך האב אמאל געזעהן די הקדמה בכתב יד קדשו.

יהי' איז מסכים.

במהדורת תשנ"ח איז דא א קאפי פון חלק הקדמה בכתי"ק

געשריבן: דאנערשטאג יולי 07, 2016 9:32 am
דורך איש חמודות
ארויסגעקומען א נייע באנד "חידושי תורה תשכ"ו-תשכ"ז אשר רובם עדיין לא ראו אור הדפוס
מרשימות הרה"ח ר' יחזקאל כהנא ז"ל

על הגאולה

געשריבן: דאנערשטאג יולי 07, 2016 9:55 am
דורך נא_שכל
שמעתי אז לכתחלה האט מען אויסגעשטעלט דעם קונטרס על הגאולה לפי ענינים, און ס'האט געהאט אין זיך עטליכע מאמרים. און ס'איז נאך דא היינט דער קונטרס אויפגעטייפט לויט די אויסשטעל.

אבער דערנאך האט מען געטוישט דעם אויסשטעל אין געמאכט דערפון פרקים אזוי ווי די יעצטיגע אויסשטעל.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 31, 2016 10:37 am
דורך כותב ועורך
איש חמודות האט געשריבן:ארויסגעקומען א נייע באנד "חידושי תורה תשכ"ו-תשכ"ז אשר רובם עדיין לא ראו אור הדפוס
מרשימות הרה"ח ר' יחזקאל כהנא ז"ל

https://www.dropbox.com/s/wrbt2uegi8ldb ... ז.pdf?dl=0

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 31, 2016 10:59 am
דורך איש חמודות
א ריזן דאנק אייך כותב ועורך!

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 31, 2016 2:30 pm
דורך נא_שכל
איש חמודות האט געשריבן:א ריזן דאנק אייך כותב ועורך!


מפרסמין עושי מצוה!

און די הקדמה שטייט אז דער ספר איז בארבייט געווארען דורך מכון "פעלים לתורה" פון לאנדאן, און א ספעציעלע דאנק פאר ר' יחזקאל'ס זון פון לאנדאן.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2018 3:33 pm
דורך דונש
איך דארף די העתקות פון של"ש שמות תשכ"ח, אויב איינער קען מיר עס אהערשטעלן וועל איך אים דאנקבאר זיין.