על ספרי 'דברי יואל' עה"ת ומועדים

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

כי עמך ישראל צריכין פרנסה
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פארוואס איז דער דברי יואל נישט רעכט פארשפריי אין די געשעפטן, מיין מוכר ספרים האט דאס נאך נישט געהאט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
רמונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רמונים »

farshlufen האט געשריבן:פארוואס איז דער דברי יואל נישט רעכט פארשפריי אין די געשעפטן, מיין מוכר ספרים האט דאס נאך נישט געהאט.

געקויפט ביי וויינשטאק'ס נעכטן
רמונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רמונים »

צעיר באלפי ישראל האט געשריבן:יישר כח להמדפיסים הדברי יואל החדש. כי זה קרוב לחמישים שנה שלא זכינו לשמוע מפ"ק.

השאלה רק, על מה מחירו יקר כ"כ?

אין מה לעשות וה' הטוב ישלם מחסורתינו
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

farshlufen האט געשריבן:פארוואס איז דער דברי יואל נישט רעכט פארשפריי אין די געשעפטן, מיין מוכר ספרים האט דאס נאך נישט געהאט.

איך זעה אין יעדן סאטמארן אין די קליינע שולן אן ערך פון 5 שטיק מסתמא די גרןיסע שולן איז פארהאנען א צוויי שעלפס יעדער נדבן פון די ספרי רבינו קויפט גראד אפ פילע באקסעס אין שיקט ארום אין די שולן.. האסטו דעם חשבון ווי די ספרים גייען נאך פאר זיי האבן די זכיה צו באגעגנען דעם ספרים סטאר
צדיקל
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 28, 2013 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיקל »

פארוואס כמעט יעדע ספר וואס היינט ארויס האט א שיינע מפתח,אבער די הייליגע ספרים דברי יואל קענען זיי נישט מאכן א מפתח אין ספר?
אויך טיב ללב וואס איז נישט לאנג צוריק ארויסגעקומען, האט אויך נישט קיין מפתח אין ספר
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

פארוואס איז ערשט יעצט ארויסגעגקימען..?עס איז א בושה פאר סאטמער וואס עס גייט פאר מיטען ספר דברי יואל, מען האלט שוין 35 יאר נאך די פטורה און צובסליך איינמאל אין צען יאר קימען ארויס נייע ספרים,
שמעתי אז וופיל עס איז שוין דא איז דא נאך דאפעלט אויף די ימים טובים ופרשוית השבוע וואס מען האט קיינמאל נישט ארויסגעגעבן, עס איז דא אויף פסח און שבועות אוצרות מיט תורות וואס מען גיבט נישט ארויס וויבאלד עס איז נישט קיין הכנסה.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

רמונים האט געשריבן:היינט געזען די נייע דברי יואל אויף ד' פרשיות.

קרעדיט הרב ר' שמעון ווייס ז"ל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

farshlufen האט געשריבן:
רמונים האט געשריבן:היינט געזען די נייע דברי יואל אויף ד' פרשיות.

קרעדיט הרב ר' שמעון ווייס ז"ל.

קרעדיט קאמפטישען ספר "ליקוטי אורה"
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

צדיקל האט געשריבן:פארוואס כמעט יעדע ספר וואס היינט ארויס האט א שיינע מפתח,אבער די הייליגע ספרים דברי יואל קענען זיי נישט מאכן א מפתח אין ספר?
אויך טיב ללב וואס איז נישט לאנג צוריק ארויסגעקומען, האט אויך נישט קיין מפתח אין ספר

שלש תשובות לדבר, ערשטנס, ווייל מען קויפט עס סייווי, ס'איז א גוט גייענדע אייטעם און מען קען בעטן זעקס און צוואנציג דאלער אויך ווען מען מאכט קאפי פעיסט פון חידושי תורה אויף ד' פרשיות און טיב לבב אויף פורים. צווייטנס, ווייל אין א יאר ארום וועט מען ארויסגעבן נאך א מהדורה און צולייגן מפתיחות, אזוי אז אויך די וואס האבן עס יעצט געקויפט זאלן עס דארפן נאכאמאל קויפן. דריטנס, מסתם ווילן זיי ארויסגעבן נאך א באנד אויף פרה און החודש דארט וועט זיין מפתיחות פאר ביידע, די פאריגע באנד דברי יואל על חנוכה ח"ב האט טאקע מפתיחות אויף די חנוכה ח"א.

מיר קוקט עס אויס אז מען לייגט נישט אריין צופיל כוחות אין די ספרים, א דוגמה קטנה אין דעם דברי יואל לחנוכה חלק ה' איז דא די דרשה וואס דער רבי האט געזאגט ביי די פרשת גאגא ימ"ש וואס איז געווען געדריקט אין חידושי תורה על פרקי אבות, האבן זיי פשוט נאכקאפירט אות באות אן צולייגן א ווארט. רבי שמעון ווייס אין זיין ספר תמר יפרח ברענגט צו פארשידענע אינטערסאנטע שטיקלעך וואס ער געדענקט פון יענע דרשה וואס איז נישט געדריקט געווארן אין חידושי תורה, אבער ניטאמאל דאס האבן די מו"ל זיך אנגעשטרענגט צוצולייגן.
ס'איז א שאד אז תורתו המאירה של אותו צדיק מונחת בקרן זוית און מען איז זיך נישט געהעריג מטפל דערמיט.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובה דורך שמעלקא טויב »

דעפרעסט האט געשריבן:

בפשטות איז די סיבה דערצו ווייל ס'ליגט אין די הענט פון יחידים אנשטאט ביי די סאטמאר'ע הויפן.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]

שטארק מסתבר וואס דו זאגסט רבי שמעלקע.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

כ'וואלט געזאגט נאך מער, אין ביידע הויפ'ן אין סאטמאר עקזעסטירט א וועד להוצאות ספרי כ"ק אדמו"ר שליט"א, איינער געט ארויס מער און איינער ווייניגער, אבער מ'איז פארנומען ארויסצוגעבן. פון הייליגן רבי'ן זי"ע וואלט שוין געמעגט ארויסקומען על התורה א ספר פון 5 בענדער אויפ'ן סנגון וואס זאל זיין א דבר השווה לכל נפש, ס'איז א שאד אז דער אינגער דור לערנט נישט די תורות פון רבי'ן, ס'ליגט דארט אלעס אלעס, חיזוק און מוסר ווי דרוש ואגדה, א שאד א שאד!

ברם זכר לטוב דער מו"ל פון ליקוטי אורה וואס פאר אסאך האט ער געעפענט די אויגן לראות באור כי טוב אז אין רבינ'ס תורות זענען דא אזויפיל הייליגע שיינע זאכן!

יה"ר אז זיי זאלן זיך עפענען די אויגן בקרוב
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

מחותן האט געשריבן:פארוואס איז ערשט יעצט ארויסגעגקימען..?עס איז א בושה פאר סאטמער וואס עס גייט פאר מיטען ספר דברי יואל, מען האלט שוין 35 יאר נאך די פטורה און צובסליך איינמאל אין צען יאר קימען ארויס נייע ספרים

קוק אויף די ליכטיגע זייט, רעדט זיך נישט אזוי אפ, גיב א קוק למשל אויף באבוב, שוין 15 יאר זייט הסתלקות מהר"ש מבאבוב זצ"ל, נאך נישט דא קיין איין ספר פון איהם (אויסער א קארגע ליקוט פון די קובצי כרם שלמה).

15 יאר פון פטירת האדמו"ר מסאטמאר זי"ע, דהיינו שנת תשנ"ה, האסטו שוין געהאט כרכים על התורה, תשובות, מכתבים, ועוד.
מועדים (אקעי נאכנישט אלע כרכים) אבער ד' פרשיות האסטו געקענט נעמען פון פרשיות כי תשא, בשלח, כי תצא, חקת, בא. הגדה של פסח איז שוין געוועהן צוויי ערליי, שבועות פרשיות יתרו, שביעי של פסח פרשת בשלח, (פורים ביסטו גערעכט אבער וואלסט כאוטש געקענט ארויס נעמען פון די עה"ת אין די עטליכע פרשיות, אבער ווי נישט ווי איז געוועהן די תשי"ז-תש"כ בענדער. אין דאס איז נאך אלעם ווען די תורות זענען געוועהן בכתב יד וכדו'.

פון קלויזענבורגער רבי וואס איז שוין אדורך 15מעת פטירתו, איז אויך נאך נישט דא קיין געהעריגע עה"ת און מועדים ספרים, אויסער וואס יחידים גיבן ארויס באופן ליקוט, אבער מכון זעלבסט האט בלויז ארויס געגעבען די שו"ת דברי יציב, מכתבי תורה, סליחות, הקפות, נישואין. אויך האט עס ארויסגעגעבן אויף פורים אבער דאס איז בלויז א מיעוטא דמיעוטא וואס ער האט געזאגט ביומא דפוריא.

אבער באבוב - גארנישט.

א ספר נעמנט היפשט לאנג, און עס איז א שווערע ארבעט.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

יש להוסיף, כ'האב מורא דו האסט א אגענדע קעגן באבוב
וואס ביסטו מדמה, מען רעדט בדאיכא נישט בדליכא ודי

איך ווייס נישט וואס טוט זיך אין קלז"ב, און טו ראנגס דאזען מעיק וואן רייט

15 יאר נאך די פטירה ווען ס'איז געווען בענדער על התורה איז עס אויך נאר געווען א מיעוטא דמיעוטא, די לעצטע באנד האט מען געמאכט סתם כאפ לאפ, קוק וואס ס'איז היינט דא
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
שצם_חנכל
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 11:43 am
לאקאציע: און די הויכע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שצם_חנכל »

צדיקל האט געשריבן:פארוואס כמעט יעדע ספר וואס היינט ארויס האט א שיינע מפתח,אבער די הייליגע ספרים דברי יואל קענען זיי נישט מאכן א מפתח אין ספר?
אויך טיב ללב וואס איז נישט לאנג צוריק ארויסגעקומען, האט אויך נישט קיין מפתח אין ספר

דוכט זיך מיר פתחו שערים איז א גוטע מפתח
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

שצם_חנכל האט געשריבן:

און פתחו שערים איז טאקע נישט געמאכט געווארן דורך די מוציאים לאור, און ביז פתחו שערים איז ארויסגעקומען האט נישט עקזעסטירט אזא זאך ווי א מפתח הענינים אין דברי יואל
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
רמונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רמונים »

שמעלקא טויב האט געשריבן:
דעפרעסט האט געשריבן:
צדיקל האט געשריבן:פארוואס כמעט יעדע ספר וואס היינט ארויס האט א שיינע מפתח,אבער די הייליגע ספרים דברי יואל קענען זיי נישט מאכן א מפתח אין ספר?
אויך טיב ללב וואס איז נישט לאנג צוריק ארויסגעקומען, האט אויך נישט קיין מפתח אין ספר

שלש תשובות לדבר, ערשטנס, ווייל מען קויפט עס סייווי, ס'איז א גוט גייענדע אייטעם און מען קען בעטן זעקס און צוואנציג דאלער אויך ווען מען מאכט קאפי פעיסט פון חידושי תורה אויף ד' פרשיות און טיב לבב אויף פורים. צווייטנס, ווייל אין א יאר ארום וועט מען ארויסגעבן נאך א מהדורה און צולייגן מפתיחות, אזוי אז אויך די וואס האבן עס יעצט געקויפט זאלן עס דארפן נאכאמאל קויפן. דריטנס, מסתם ווילן זיי ארויסגעבן נאך א באנד אויף פרה און החודש דארט וועט זיין מפתיחות פאר ביידע, די פאריגע באנד דברי יואל על חנוכה ח"ב האט טאקע מפתיחות אויף די חנוכה ח"א.

מיר קוקט עס אויס אז מען לייגט נישט אריין צופיל כוחות אין די ספרים, א דוגמה קטנה אין דעם דברי יואל לחנוכה חלק ה' איז דא די דרשה וואס דער רבי האט געזאגט ביי די פרשת גאגא ימ"ש וואס איז געווען געדריקט אין חידושי תורה על פרקי אבות, האבן זיי פשוט נאכקאפירט אות באות אן צולייגן א ווארט. רבי שמעון ווייס אין זיין ספר תמר יפרח ברענגט צו פארשידענע אינטערסאנטע שטיקלעך וואס ער געדענקט פון יענע דרשה וואס איז נישט געדריקט געווארן אין חידושי תורה, אבער ניטאמאל דאס האבן די מו"ל זיך אנגעשטרענגט צוצולייגן.
ס'איז א שאד אז תורתו המאירה של אותו צדיק מונחת בקרן זוית און מען איז זיך נישט געהעריג מטפל דערמיט.

בפשטות איז די סיבה דערצו ווייל ס'ליגט אין די הענט פון יחידים אנשטאט ביי די סאטמאר'ע הויפן.

יעצט איז עכ"פ דא איין דברי יואל. וויפיל מינע דברי יואל'ס וואלט מיר געהאט ווען ס'ליגט ביי הויפן ?
קען זיין נאך א סיבה פאר שטאט דרוקן, ווייל דער מו"ל חוץ מזה וואס ער איז א יחיד האט ער נאך אסאך פראיעקטן ארויסצוגעבן, סיי פון אנדער ספרי רבינו ווי ויואל משה און נאכמאל דרוקן די פריערדיגע, און סיי פון אנדערע ספרים פון גזע התמרים וואס ער גיבט ארויס פון צייט צו צייט.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הרב רמונים, אייער אנטווארט שטימט לרוח הזמן..
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

farshlufen האט געשריבן:הרב רמונים, אייער אנטווארט שטימט לרוח הזמן..

מה שאין כן 15 יאר צוריק האט נישט געגילט די תירוץ ועכ"ז איז ער נאך נישט געווען אינדרויסן מיט גארנישט

ועוד, ער שרייבט אז ער ארבעט שוין 15 יאר אויף ויואל משה, קענט איר מיר מסביר זיין וואס ס'דויערט 15 יאר? די גאנץ ויואל משה צו שרייבן פון סקרעטש און דרוקן בימים ההם האט נישט געדויערט קיין 15 יאר

און אז ער איז עוסק מיט אנדערע ספרי התמרים, אין יענץ זענען אויך אנדערע עוסק, ס'איז נישט קיין מת מצוה, משא"כ דברי יואל
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
רמונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רמונים »

מי יודע האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:הרב רמונים, אייער אנטווארט שטימט לרוח הזמן..

מה שאין כן 15 יאר צוריק האט נישט געגילט די תירוץ ועכ"ז איז ער נאך נישט געווען אינדרויסן מיט גארנישט

ועוד, ער שרייבט אז ער ארבעט שוין 15 יאר אויף ויואל משה, קענט איר מיר מסביר זיין וואס ס'דויערט 15 יאר? די גאנץ ויואל משה צו שרייבן פון סקרעטש און דרוקן בימים ההם האט נישט געדויערט קיין 15 יאר

און אז ער איז עוסק מיט אנדערע ספרי התמרים, אין יענץ זענען אויך אנדערע עוסק, ס'איז נישט קיין מת מצוה, משא"כ דברי יואל

איין באשעפער ווייסט וואס גייט פאר מיט דעם ויואל משה, ווייל איך געדענק פאר צוועלף יאר צוריק האט דער דעמאלטיגער ארבעטער שוין געהאט כמעט געענדיגט, ווידער די זעלבע תירוץ. דער איד האט צו פיל פראיעקטן.
ער רעדט נישט פון סתם איבערדרוקן דעם ויואל משה נאר פון הוספות תיקונים והערות ומראי מקומות וכו' וכו', קוק אנהייב פונעם נייען דברי יואל שרייבט ער א מחאה אויף א צווייטע ויואל משה וואס פלאנט ארויסצוקומען.
און ס'הייבן זיך שוין אן מחאות פון די אלטע אידן [ר' שמעון ווייס ז"ל האט איבערגעלאזט תלמידים] אויפן געדאנק צו מוסיף זיין תיקונים צום ויואל משה.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

מי יודע האט געשריבן:יש להוסיף, כ'האב מורא דו האסט א אגענדע קעגן באבוב
וואס ביסטו מדמה, מען רעדט בדאיכא נישט בדליכא ודי

במחילת כבוד תורתך פון מהר"ש מבאבוב איז תורות פון 50 יאר!
גערעכט, ער האט נישט געזאגט געזאגט קיין סעודא שלישת תורות, אבער דאך פון ליל שב"ק איז דא עכ"פ לכה"פ פופציג תורות פער פרשה,
בנוסיף צו דעם די ערשטע צען יאר האט ער אויך געזאגט שבת צופרי, אזוי אויך פון יו"ט, וכדו',
גענונג אין נאך צו מאכען אזוי פיל כרכים ווי מ'האט געמאכט פאר רבי הערשעלע ספינקא ספר תפארת צבי,
בד"וו ס'דא געבליבען סאך מער תורות פון מהר"ש מבאבוב ווי פון דעם ברך משה!

צו שרייבען בדאיכא נישט בדליכא קומט פון אומוויסענקייט.

אגב, שפיץ האט פאר צוויי דריי יאר ארויס געגעבען דעם ייטב לב וואס האט זיי אפגעקאסט א ערך פון 75 טויזענט דוללער,
אזוי אויך א כרך פון דער קדושת יו"ט.
עס איז מיר א פליאה עצומה אז דער אפהאלט פון דרוקן דער דברי יואל איז וועגן געלט.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

ישלהוסיף האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:יש להוסיף, כ'האב מורא דו האסט א אגענדע קעגן באבוב
וואס ביסטו מדמה, מען רעדט בדאיכא נישט בדליכא ודי

במחילת כבוד תורתך פון מהר"ש מבאבוב איז תורות פון 50 יאר!
גערעכט, ער האט נישט געזאגט געזאגט קיין סעודא שלישת תורות, אבער דאך פון ליל שב"ק איז דא עכ"פ לכה"פ פופציג תורות פער פרשה,
בנוסיף צו דעם די ערשטע צען יאר האט ער אויך געזאגט שבת צופרי, אזוי אויך פון יו"ט, וכדו',
גענונג אין נאך צו מאכען אזוי פיל כרכים ווי מ'האט געמאכט פאר רבי הערשעלע ספינקא ספר תפארת צבי,
בד"וו ס'דא געבליבען סאך מער תורות פון מהר"ש מבאבוב ווי פון דעם ברך משה!

צו שרייבען בדאיכא נישט בדליכא קומט פון אומוויסענקייט.

אגב, שפיץ האט פאר צוויי דריי יאר ארויס געגעבען דעם ייטב לב וואס האט זיי אפגעקאסט א ערך פון 75 טויזענט דוללער,
אזוי אויך א כרך פון דער קדושת יו"ט.
עס איז מיר א פליאה עצומה אז דער אפהאלט פון דרוקן דער דברי יואל איז וועגן געלט.

ס'איז מעגליך ער האט געזאגט תורה 50 יאר, למעשה, אפילו ער זאל זיין א גרויסער זאגער, קען מען אין פופציג יאר איבערזאגן אלטע זאכן אויך און דאס מאכט זיך ביי די בעסטע מגידים, און אפילו אין דברי יואל ביי די 70 אופנים אויף חייב אדם לבסומי איז אויך דא א שיינע פאר וואס איז פלעין דאפלט (אבער אז דער מו"ל האט זיך געמאכט א מטרה אז דארט מוז זיין שבעים אופנים כמנין יי"ן וועט ער עס טון פאר יעדן פרייז), און כש"כ הידוע אז דער באבובער רבי איז נישט געווען דער גרעסטער בעל מחדש, נישט קיין חסרון, און נעמט נישט אוועק פון זיין תלמיד חכם'שאפט, אבער נישט יעדער איז א מחדש, און דאס דער מציאות.

אגב, אויב ייטב לב האט אים געקאסט 75 טויזענט דאלער האט אים אדער איינער גוט אפגעריפט, אדער איז ער סתם א שקרן, די ארבעט אויף ייטב לב איז נישט דא עפעס אזא מעכטיגע גוטע ארבעט אז דאס אזויפיל קאסטן, ס'פעלן טוצן מיט מראי מקומות, אן קיין הגהות הערות והשוואות, איך זע נישט וואס ס'קאסט דארט אזויפיל

==
איין מינוט יעצט כאפ איך מיך, לכאורה איז דאס דרוקן אינקלאדעט אין דעם נומער, דעמאלטס מאכט עס יא סענץ, ס'איז 4 בענדער, אויב האט ער עס געדרוקט דא אין אמעריקא קען א באנד אפקאסטן בערך א 10 אלפים, האסטו 40 פארן דרוקן, נאך 35 אלפים פאר די ארבעט, אקעי, מאכט שוין מער סענץ
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

ישלהוסיף האט געשריבן:
אגב, שפיץ האט פאר צוויי דריי יאר ארויס געגעבען דעם ייטב לב וואס האט זיי אפגעקאסט א ערך פון 75 טויזענט דוללער,
אזוי אויך א כרך פון דער קדושת יו"ט.
עס איז מיר א פליאה עצומה אז דער אפהאלט פון דרוקן דער דברי יואל איז וועגן געלט.

75 טויזענט דאלער איז איבער געטריבען, אבער נישט סתם, אפשר גאנץ שו"ת שבט הלוי קאסט אזויפיל.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

רמונים האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:
דעפרעסט האט געשריבן:
צדיקל האט געשריבן:פארוואס כמעט יעדע ספר וואס היינט ארויס האט א שיינע מפתח,אבער די הייליגע ספרים דברי יואל קענען זיי נישט מאכן א מפתח אין ספר?
אויך טיב ללב וואס איז נישט לאנג צוריק ארויסגעקומען, האט אויך נישט קיין מפתח אין ספר

שלש תשובות לדבר, ערשטנס, ווייל מען קויפט עס סייווי, ס'איז א גוט גייענדע אייטעם און מען קען בעטן זעקס און צוואנציג דאלער אויך ווען מען מאכט קאפי פעיסט פון חידושי תורה אויף ד' פרשיות און טיב לבב אויף פורים. צווייטנס, ווייל אין א יאר ארום וועט מען ארויסגעבן נאך א מהדורה און צולייגן מפתיחות, אזוי אז אויך די וואס האבן עס יעצט געקויפט זאלן עס דארפן נאכאמאל קויפן. דריטנס, מסתם ווילן זיי ארויסגעבן נאך א באנד אויף פרה און החודש דארט וועט זיין מפתיחות פאר ביידע, די פאריגע באנד דברי יואל על חנוכה ח"ב האט טאקע מפתיחות אויף די חנוכה ח"א.

מיר קוקט עס אויס אז מען לייגט נישט אריין צופיל כוחות אין די ספרים, א דוגמה קטנה אין דעם דברי יואל לחנוכה חלק ה' איז דא די דרשה וואס דער רבי האט געזאגט ביי די פרשת גאגא ימ"ש וואס איז געווען געדריקט אין חידושי תורה על פרקי אבות, האבן זיי פשוט נאכקאפירט אות באות אן צולייגן א ווארט. רבי שמעון ווייס אין זיין ספר תמר יפרח ברענגט צו פארשידענע אינטערסאנטע שטיקלעך וואס ער געדענקט פון יענע דרשה וואס איז נישט געדריקט געווארן אין חידושי תורה, אבער ניטאמאל דאס האבן די מו"ל זיך אנגעשטרענגט צוצולייגן.
ס'איז א שאד אז תורתו המאירה של אותו צדיק מונחת בקרן זוית און מען איז זיך נישט געהעריג מטפל דערמיט.

בפשטות איז די סיבה דערצו ווייל ס'ליגט אין די הענט פון יחידים אנשטאט ביי די סאטמאר'ע הויפן.

יעצט איז עכ"פ דא איין דברי יואל. וויפיל מינע דברי יואל'ס וואלט מיר געהאט ווען ס'ליגט ביי הויפן ?
קען זיין נאך א סיבה פאר שטאט דרוקן, ווייל דער מו"ל חוץ מזה וואס ער איז א יחיד האט ער נאך אסאך פראיעקטן ארויסצוגעבן, סיי פון אנדער ספרי רבינו ווי ויואל משה און נאכמאל דרוקן די פריערדיגע, און סיי פון אנדערע ספרים פון גזע התמרים וואס ער גיבט ארויס פון צייט צו צייט.

סי ידוע איז די יעצטיגע דברי יואלס וואס ווערן לעצטנס געדרוקט (חנוכה ב' כרכים) אדער איבערגעדרוקט (במדבר-שלח קרח-מסעי דברים-ראה) ווערט אריינגעלייגט אויך די תורות פון אלע אנדערע מקורות ווי טעיפס און טיב לבב און ווי אימער ס'איז ערשינען.
איין תורה פון א טעיפ נעמט בערך 2 שעה אויסצוהערן (פון די וואס זענען שוין באקאנט מיט די אויסשפראך פונעם בעל דברי יואל).
טייפן נעמט עס בערך 6 שעה, אויפ'ן בעסטן פאל. (אפילו פון א מסודר'דיגן קלאר'ן רעדנער ווי למשל דושינסקיא רב שליט"א נעמט אויך טייפן א מינימום פון 3 שעה צו יעדע 1 שעה רעדן).
נאכדעם הייבט זיך אן דאס איבערזעצן צו לשון קודש, וואס ווי באקאנט איז אידיש בערך דריי מאל אין לענג פון לשה"ק. יברכך איז איין ווארט און עס טייטש ער זאל דיך בענטשן, פיר ווערטער. אדער כשלעצמך, ווען דו רעכנסט נאר פאר דיר אליין… אזוי אז די איינע תורה וואס איז יעצט 5-7 בלאט - און איז געווען 18-22 אין אידיש - נאכאמאל 5-6 שעה פאר די ערשטע דרעפט.
נאכדעם קומט מגיה זיין סתם אזוי. 1 שעה א תורה מינימום.
נאכדעם הייבט זיך אן די טענה'רייען איבער ספיציפישע לשונות פונעם איבערזעצער. ענדלאז.
נאכדעם דארף מען מסדר די תורה, ס'זאל זיך קענען גרינגער לערנען. (נישט יעדער האט אזא גוטן קאפ ווי דער רבי האט געהאט). רעכן אפילו נאר 4 שעה.
נאכדעם גייט עס צו עטליכע מבינים, לומדי תורה וואס קאכן זיך אין רבי'ן ספרים צו הערן זייער מיינוג אויף דער זאך.
און ערשט נאכדעם איז פארטיג איין תורה, און מ'האלט שוין ביי איבער א פילע וואך ארבעט.
דעיס דארף געטון ווערן 100 ביז 200 מאל. צוויי ביז פיר יאר ווי גאניש.
נאכדעם קומט די ארבעט פון צאם שטעלן די תורות. וועלכע קומט קודם און וועלכע נאכדעם. וועלכע זענען ענליך, און וועלכע ווערט פארענטפערט נאר איין חלק און מ'קען עס צאם שמעלצן אין איין שנירל. דאס גייט אויך נישט פון זיך אליין. שעות אויף שעות קאפ-וויי.

מיט דעם גאנג איז ממש אן אפענער נס אז ס'קומט ארויס אזוי שנעל אזוי סאך. נסים גלויים.

אויב וואלט עס געווען אין די הענט פון די קהלות…. וואס מיינסטו? די גאנצע קהלה וואלט זיך געזעצט ארבעטן? וואלט דען נישט איינער פון די קהלה געטאן די זעלבע ארבעט? וואס א חילוק צי דער איינער איז מטעם די קהלה אדער מטעם א יחיד? און וועמען וואלט די קהלה גענומען ארבעטן אויף די תורות, נישט די זעלבע מענטשן?

און יא. ממש מזויף מתוכו. סידא איין תורה אות באות פון טיב לבב. אן אפענע ראי' אז די גאנצע ארבעט איז גארנישט מיט נישט. נישט גענוג גוט ארויסגערענגט. לאמיר פרובירן נאכאמאל… אלע דריי פיר הונדערט בלאט פון נייע תורות קומט קלאר פון גרויס נאכלעסיגקייט און א שטופ-שטויס געפיל פון פוילקייט און ווידערווילן. ממש תורה מונחת בקרן זוית און ס'נישטא ווער ס'אל זיך מטפל זיין דערמיט. ממש א מת מצוה מיט אלע הידורים.

ס'שפירט זיך דער פורים אין די לופט…

ס'טוט מיר נאר וויי אז די טיפע, שארפע און דורכדרינגליכע שאצונגען, דורכנעמענדיג אלע זייטן פון די אלע קאמענטירער און זייערע אנאליזירונגען איז געקומען גאר שנעל. (בעיסד אויף די צייט פון ווען די תגובה/שאלה בעפאר דעם איז אריינגעקומען ביז ווען זייער תגובה איז געגעבן געווארן), און מיר האט גענומען מער פון צען מינוט, און אונז זעמיר אנגעקומען צו די זעלבע מסקנא.

אבער מ'דארף זיך מחזק זיין. כ'מיניש אלעס קענען.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”