נייע עפאכע: הנהגות מרן הגר"ח קנייבסקי עם תמונות על סדר הש"ע

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

הגר"ח איז מקפיד צו עסן מוצ"ש אביסל פלייש און טרינקען 'מעט חמין' אזוי ווי ס'שטייט אין גמ' שבת קי"ט, ער איז נישט מקפיד ס'זאל זיין קאכעדיג הייס, נאר ס'זאל זיין 'חם'. (פירט זיך נישט צו עסן 'פת חמין' במוצ"ש אפי' ס'ווערט דארט געברענגט אין גמ', עי"ש הטעם).

אין די לעצטערע יארן פירט זיך הגר"ח צו נעמען אביסל פונעם כוס חמין און מאכט דערמיט נאס זיינע האנט כדי מקיים צו זיין וואס די גמ' זאגט "חמין במוצ"ש מלוגמא" זאגט רש"י: "לרחיצה". ער נעמט אראפ פונעם כוס חמין מיט א לעפל, ער לייגט ארויף אביסל אויף די הענט, און דערנאך איז ער רוחץ ידיו (געזען אויפ'ן בילד).
אטעטשמענטס
הגר''ח 4.jpg
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8617
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

א טענצל! האט געשריבן:הגר"ח ביים טראגן די ס"ת צום בימה, האלט די 'צד הנפתח' פונעם ס"ת לצד גופו כשיטת החזו"א.

כשיטת אדער כמנהג?
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

די לשון אינעם ספר איז "כשיטת". זיי צייכענען אָן צום ספר אגרות וכתבים 'הוראות והנהגות': "המוליך ס"ת צריך שיהא הצד הנפתח כלפי האוחז".
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

מנהג הגר"ח: שבת נאך קידוש פאר'ן זיך וואשן צום סעודה - וכה"ג נאך הבדלה פאר'ן זיך וואשן צו מלוה דמלכה - טוט ער קודם אביסל נאס מאכן די הענט; ער ווישט עס גוט אפ, און ערשט נאכדעם וואשט ער זיך די הענט לסעודה.

אויף די בילדער פון רעכטס צו לינקס: מאכט נאס די הענט מיט אביסל וואסער - ווישט עס גוט גוט אפ - וואשט זיך על נטילת ידים כדין. (דרוקט אויפ'ן בילד צו זען אביסל גרעסער).

(טעם הדבר: הגר"ח זאגט אז דער חזו"א האט זיך אזוי געפירט, און הגר"ח זאגט דער טעם דערויף בפשטות ווייל די הענט איז מלוכלכך פון די יין הקידוש וההבדלה. אבער דער סטייפלער האט געזאגט דעם טעם וויבאלד אויב מ'גיסט קודם אפ די הענט מיט אביסל וואסער דאן ווען מען וואשט זיך על נט"י קומט די וואסער בעסער אן אויפ'ן גאנצן האנט. לויט דעם טעם וואלט מען דאס לכאו' געדארפט טון אויך בימי החול, אבער למעשה האט זיך דער חזו"א געפירט דאס צו טון נאר אין שבת).
אטעטשמענטס
הגר''ח 5.jpg
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8617
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

א טענצל! האט געשריבן:די לשון אינעם ספר איז "כשיטת". זיי צייכענען אָן צום ספר אגרות וכתבים 'הוראות והנהגות': "המוליך ס"ת צריך שיהא הצד הנפתח כלפי האוחז".

בין איך שוין עפעס געוואר געווארן... עס געדענקט פון דינים והנהגות און פון די נהערות אין פסקי תשובות, אבער נישט געדענקט/געוויסט אז ער האט עס געשריבן אויך.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א טענצל! האט געשריבן:מנהג הגר"ח: שבת נאך קידוש פאר'ן זיך וואשן צום סעודה - וכה"ג נאך הבדלה פאר'ן זיך וואשן צו מלוה דמלכה - טוט ער קודם אביסל נאס מאכן די הענט; ער ווישט עס גוט אפ, און ערשט נאכדעם וואשט ער זיך די הענט לסעודה.

אויף די בילדער פון רעכטס צו לינקס: מאכט נאס די הענט מיט אביסל וואסער - ווישט עס גוט גוט אפ - וואשט זיך על נטילת ידים כדין. (דרוקט אויפ'ן בילד צו זען אביסל גרעסער).

(טעם הדבר: הגר"ח זאגט אז דער חזו"א האט זיך אזוי געפירט, און הגר"ח זאגט דער טעם דערויף בפשטות ווייל די הענט איז מלוכלכך פון די יין הקידוש וההבדלה. אבער דער סטייפלער האט געזאגט דעם טעם וויבאלד אויב מ'גיסט קודם אפ די הענט מיט אביסל וואסער דאן ווען מען וואשט זיך על נט"י קומט די וואסער בעסער אן אויפ'ן גאנצן האנט. לויט דעם טעם וואלט מען דאס לכאו' געדארפט טון אויך בימי החול, אבער למעשה האט זיך דער חזו"א געפירט דאס צו טון נאר אין שבת).

די שענסטע איז אז רבי חיים וואשט זיך פון פלאסטישע טעפל אין א פלאסטישע לעוואר און ווישט זיך אפ מיט א בלויע מקוה-האנטוך

נישט קיין 'גינוני מלכות' מיט זילבערנע געשיר און עמברוידערי האנטוכער, אזוי ווערט די הייליגע תורה נקנה און נבלע אין אלע איברים, הסתפקות במועט!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הער מיללער, כבודך במקומו מונח, אבער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

אבער וואס?

---

מיטן לייגן בילדער ווי ער ווייזט וויאזוי צו לייגן די הענט אויפן שטערן - און באמת די גאנצע איידיע פון מאכן אזא ספר מיט בילדער - האפן די קינדער אז זיי וועלן מצליח זיין אראפ צו נעמען די (וועא"א) 'אימעזש' וואס איז דא (ליין: וואס זיי אליין האבן ארויף געלייגט) אויף אים? איינער ברויך זיך לערנען סטראטעגיע
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8617
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

ווען איך זעה אז איינער טוט יעדע ריר מיט א כוונה וואס האט א סיבה און מקור פון תורתינו הק' ברענגט דאס ביי מיר א א געוואלדיגע רעספעקט צו איהם, ביי אייך נישט?

נאר, איך האב קיינמאל געפילט אז ער האט באקומען אזא באבא'אישע אימעזש, ביי מיר איז ער אלץ געווען "ר' חיים קנייבסקי" צוליב זיין אויסערגעווענליכע ידיעה אין תורה. און אדרבה, די גאנצע "בו"ה'ריי" איז דאך אויך נאר צוליב דעם, אין מיונע אויגן.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

מיללער האט געשריבן:
א טענצל! האט געשריבן:מנהג הגר"ח: שבת נאך קידוש פאר'ן זיך וואשן צום סעודה - וכה"ג נאך הבדלה פאר'ן זיך וואשן צו מלוה דמלכה - טוט ער קודם אביסל נאס מאכן די הענט; ער ווישט עס גוט אפ, און ערשט נאכדעם וואשט ער זיך די הענט לסעודה.

אויף די בילדער פון רעכטס צו לינקס: מאכט נאס די הענט מיט אביסל וואסער - ווישט עס גוט גוט אפ - וואשט זיך על נטילת ידים כדין. (דרוקט אויפ'ן בילד צו זען אביסל גרעסער).

(טעם הדבר: הגר"ח זאגט אז דער חזו"א האט זיך אזוי געפירט, און הגר"ח זאגט דער טעם דערויף בפשטות ווייל די הענט איז מלוכלכך פון די יין הקידוש וההבדלה. אבער דער סטייפלער האט געזאגט דעם טעם וויבאלד אויב מ'גיסט קודם אפ די הענט מיט אביסל וואסער דאן ווען מען וואשט זיך על נט"י קומט די וואסער בעסער אן אויפ'ן גאנצן האנט. לויט דעם טעם וואלט מען דאס לכאו' געדארפט טון אויך בימי החול, אבער למעשה האט זיך דער חזו"א געפירט דאס צו טון נאר אין שבת).

די שענסטע איז אז רבי חיים וואשט זיך פון פלאסטישע טעפל אין א פלאסטישע לעוואר און ווישט זיך אפ מיט א בלויע מקוה-האנטוך

נישט קיין 'גינוני מלכות' מיט זילבערנע געשיר און עמברוידערי האנטוכער, אזוי ווערט די הייליגע תורה נקנה און נבלע אין אלע איברים, הסתפקות במועט!

אוי ווי ריכטיג.
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

הגר"ח איז מקפיד אנצוגיסן דעם כוס לברכהמ"ז פאר'ן זיך וואשן מים אחרונים. אויפ'ן בילד זעט מען ביי א משפחה שמחה ווי די אנוועזנדע (הגרי"ש אלישיב, ולצידו הגראי"ל שטיינמאן) וואשן זיך מים אחרונים ערשט נאכדעם וואס הגר"ח האט שוין אנגעגאסן דעם כוס, כדי ס'זאל זיין תיכף לנטילה ברכה.
אטעטשמענטס
הגר''ח 11.jpg
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

יישר כח 'א טענצעל', שיין.

מיללער רעדט איבער פשטות פון ר' חיימ'ן, אפשר קענסטו ארויפלייגן וויאזוי ער געט מתנות כהונה ב"כלים נאים"..., ביי אונז וואלט עס געווען בגדר "ביזוי המצוות", אבער די השגות זייערע אין די ענינים זענען זיראו.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם אזוי »

מיללער האט געשריבן:
א טענצל! האט געשריבן:מנהג הגר"ח: שבת נאך קידוש פאר'ן זיך וואשן צום סעודה - וכה"ג נאך הבדלה פאר'ן זיך וואשן צו מלוה דמלכה - טוט ער קודם אביסל נאס מאכן די הענט; ער ווישט עס גוט אפ, און ערשט נאכדעם וואשט ער זיך די הענט לסעודה.

אויף די בילדער פון רעכטס צו לינקס: מאכט נאס די הענט מיט אביסל וואסער - ווישט עס גוט גוט אפ - וואשט זיך על נטילת ידים כדין. (דרוקט אויפ'ן בילד צו זען אביסל גרעסער).

(טעם הדבר: הגר"ח זאגט אז דער חזו"א האט זיך אזוי געפירט, און הגר"ח זאגט דער טעם דערויף בפשטות ווייל די הענט איז מלוכלכך פון די יין הקידוש וההבדלה. אבער דער סטייפלער האט געזאגט דעם טעם וויבאלד אויב מ'גיסט קודם אפ די הענט מיט אביסל וואסער דאן ווען מען וואשט זיך על נט"י קומט די וואסער בעסער אן אויפ'ן גאנצן האנט. לויט דעם טעם וואלט מען דאס לכאו' געדארפט טון אויך בימי החול, אבער למעשה האט זיך דער חזו"א געפירט דאס צו טון נאר אין שבת).

די שענסטע איז אז רבי חיים וואשט זיך פון פלאסטישע טעפל אין א פלאסטישע לעוואר און ווישט זיך אפ מיט א בלויע מקוה-האנטוך

נישט קיין 'גינוני מלכות' מיט זילבערנע געשיר און עמברוידערי האנטוכער, אזוי ווערט די הייליגע תורה נקנה און נבלע אין אלע איברים, הסתפקות במועט!

הני מילי די טעפל, לעוואר און האנטוך, אבער די מאכלים זעלבסט זענען יא סערווירט אויף גאנץ א רבי'שע טאץ, לרבות די מעסער.
בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 425
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בויבעריקער »

נעה, זעהט אויס ביסט ביי אן עכטן רבין קיינמאל נישט געווען... סקומט נישט צו...
אוועטאר
פרוזדור
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 9:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוזדור »

לאז דעם יוד עסען
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

מיללער האט געשריבן:
א טענצל! האט געשריבן:מנהג הגר"ח: שבת נאך קידוש פאר'ן זיך וואשן צום סעודה - וכה"ג נאך הבדלה פאר'ן זיך וואשן צו מלוה דמלכה - טוט ער קודם אביסל נאס מאכן די הענט; ער ווישט עס גוט אפ, און ערשט נאכדעם וואשט ער זיך די הענט לסעודה.

אויף די בילדער פון רעכטס צו לינקס: מאכט נאס די הענט מיט אביסל וואסער - ווישט עס גוט גוט אפ - וואשט זיך על נטילת ידים כדין. (דרוקט אויפ'ן בילד צו זען אביסל גרעסער).

(טעם הדבר: הגר"ח זאגט אז דער חזו"א האט זיך אזוי געפירט, און הגר"ח זאגט דער טעם דערויף בפשטות ווייל די הענט איז מלוכלכך פון די יין הקידוש וההבדלה. אבער דער סטייפלער האט געזאגט דעם טעם וויבאלד אויב מ'גיסט קודם אפ די הענט מיט אביסל וואסער דאן ווען מען וואשט זיך על נט"י קומט די וואסער בעסער אן אויפ'ן גאנצן האנט. לויט דעם טעם וואלט מען דאס לכאו' געדארפט טון אויך בימי החול, אבער למעשה האט זיך דער חזו"א געפירט דאס צו טון נאר אין שבת).

די שענסטע איז אז רבי חיים וואשט זיך פון פלאסטישע טעפל אין א פלאסטישע לעוואר און ווישט זיך אפ מיט א בלויע מקוה-האנטוך

נישט קיין 'גינוני מלכות' מיט זילבערנע געשיר און עמברוידערי האנטוכער, אזוי ווערט די הייליגע תורה נקנה און נבלע אין אלע איברים, הסתפקות במועט!

די שאלה איז, צי אנדערע 'ביי זיך אין שטוב' טון זיך יא וואשן די הענט דייקא מיט זילבערנע געשיר אדער עמברוידערי האנטוכער. לאו דוקא.

[אגב, מאנכע ווערן נתפעל פון די פשטות ווי אזוי די ליטווישע ראשי ישיבה לעבן, כגון דא, וכגון דאס וואוינונג פון הרב שטיינמאן וכדו', איך כאפ קיין התפעלות דערפון.]
בך בטחו
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 27, 2015 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בך בטחו »

סזאגט זיך אויף דעם כמאמר וואדריזש רב שליט"א "עבודתו בכך"

וואס אגב ווער ס'געדענק האדמורי"ם מסקולען און ראחמיסטריווקא ווען זיי זענען געוועהן ביי די כוחות מיט וואספארא פשטות די הנהגה איז געוועהן דארטן
ווארים ער ית' איז אלעס, איז אז מען געבט אפ צו עם אלעס, גיבט ער אלעס אוצר אגרות קודש מכתב ק"ל
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

פונעם שמועסעריי זעהט אויס ווי איר זענט קיינמאל נישט געווען אדער געזען א שטוב פון א ליטווישער גדול פין אינעווייניג, בפרט אין א"י,
רובם לעבן מיט'ן גרעסטע פשטות, און ס'פעילט זיי גארניש...
אזוי ווי דער חפץ חיים איז געזעצן אויף א ציבראכענע בענקל.
אין לו לר' חיים בעולמו אלא ד' אמות של הלכה און אלעס ארום אינטערסירט איהם נישט, אפילו ערקאנדישן אין די שרעקליכע בני בראקע היצן האט ער נישט געהאט ביז אפאר יאר צוריק...!
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

מיללער האט געשריבן:די שענסטע איז אז רבי חיים וואשט זיך פון פלאסטישע טעפל אין א פלאסטישע לעוואר און ווישט זיך אפ מיט א בלויע מקוה-האנטוך

אה, דאס קען אויך ווערן דערמאנט לגבי די חלק הלכה, אז ער איז נישט מקפיד צו נעמען א מעטאלענעם טעפל פאר נטילת ידים.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אלף בית האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:די שענסטע איז אז רבי חיים וואשט זיך פון פלאסטישע טעפל אין א פלאסטישע לעוואר און ווישט זיך אפ מיט א בלויע מקוה-האנטוך

אה, דאס קען אויך ווערן דערמאנט לגבי די חלק הלכה, אז ער איז נישט מקפיד צו נעמען א מעטאלענעם טעפל פאר נטילת ידים.

און אויך אז ער ווישט זיך אפ אין א מקוה האנטוך, און נישט מקפיד אויף צואת האף וואס אפשר האט א צווייטער דארט איבערגעלאזט....
אוועטאר
בלעקבארד
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 5:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעקבארד »

יהיה כן האט געשריבן:
אלף בית האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:די שענסטע איז אז רבי חיים וואשט זיך פון פלאסטישע טעפל אין א פלאסטישע לעוואר און ווישט זיך אפ מיט א בלויע מקוה-האנטוך

אה, דאס קען אויך ווערן דערמאנט לגבי די חלק הלכה, אז ער איז נישט מקפיד צו נעמען א מעטאלענעם טעפל פאר נטילת ידים.

און אויך אז ער ווישט זיך אפ אין א מקוה האנטוך, און נישט מקפיד אויף צואת האף וואס אפשר האט א צווייטער דארט איבערגעלאזט....

:grin:
בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 425
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בויבעריקער »

א טענצל! האט געשריבן:[אגב, מאנכע ווערן נתפעל פון די פשטות ווי אזוי די ליטווישע ראשי ישיבה לעבן, כגון דא, וכגון דאס וואוינונג פון הרב שטיינמאן וכדו', איך כאפ קיין התפעלות דערפון.]

איך ווער אויך נישט נתפעל פון דעים אזוי איז דאך נארמאל אז ס׳זאל קומען... איך ווער דוקא נתפעל פון די זילבערנע און גאלדענע געשיר וואס טוט זיך ביי די רבי׳שע הויפן אזאנס וואס גרויסע עשירים פארגינען זיך נישט...
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

בויבעריקער האט געשריבן:
א טענצל! האט געשריבן:[אגב, מאנכע ווערן נתפעל פון די פשטות ווי אזוי די ליטווישע ראשי ישיבה לעבן, כגון דא, וכגון דאס וואוינונג פון הרב שטיינמאן וכדו', איך כאפ קיין התפעלות דערפון.]

איך ווער אויך נישט נתפעל פון דעים אזוי איז דאך נארמאל אז ס׳זאל קומען... איך ווער דוקא נתפעל פון די זילבערנע און גאלדענע געשיר וואס טוט זיך ביי די רבי׳שע הויפן אזאנס וואס גרויסע עשירים פארגינען זיך נישט...

ניין ס'איז נישט נארמאל ס'זאל אזוי קומען, הרב שטיינמאן דארף 'נישט' וואוינען אין א הויז פון וואו עס שיילן זיך די באלאטעס פון די ווענט. און הגרח"ק וואלט געמעגט האבן עירקאנדישאן שוין מער ווי פאר 3 יאר צוריק.

איך קום נישט דא פארענטפערן די רבי'שע הויפן, כ'בין איינשטימיג מיט מיללער'ן בענין זה, אבער אסאך מאל זענען די מלכות'דיגע זילבערנע כלים גאר נדבות פון עשירים. צא ובדוק.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

בדייני ישראל
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

א טענצל! האט געשריבן:הגר"ח איז מקפיד צו עסן מוצ"ש אביסל פלייש וכו'

הגם ס'שטייט נישט אין שלחן ערוך אז מ'זאל עסען פלייש, אבער וויבאלד אין די גמ' שבת קי"ט ע"ב ווערט געברענגט א מעשה רב אז רבי אבהו פלעגט עסן יעדן מוצ"ש א שטיקל פלייש, זאגן די פוסקים אז מ'זאל עסן אביסל פלייש אדער אנדערע תבשילים.
און צוליב דעם לכאורה פירט זיך ר"ח צו עסן יעדע מוצ"ש א שטיקל פלייש.
לעצטענס האב איך געהערט פון אן אייניקל פון הגאון ר' בנציון יאדלער ז"ל אז ער פלעגט יעדע מוצ"ש עסן א שטיקל פלייש, און ער האט אנגעהויבן די מנהג, נאכדעם וואס ער איז אמאל געווען מוצ"ש חזון ביים חזו"א און געזען אז ער עסט פלייש, ווייל ער עסט יעדע וואך, האט ער זיך מקבל געווען אויך צו עסן יעדע מוצ"ש (חוץ חזן).
עכ"פ וואס ס'אינטערסאנט אז דער חזו"א פלעגט אפילו שבת חזון עסן פלייש, לכאורה האט ער געהאלטן אז דאס איז אזוי ווי הבדלה וויין. למעשה זע איך אין די מנהגים פון רבי חיים אז מוצ"ש חזון עסט ער נישט פלייש, וצ"ע המעשה או המנהג.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”