בלאט 10 פון 12

געשריבן: זונטאג פאברואר 26, 2017 5:30 pm
דורך El Rushbo
שמו האט געשריבן:
El Rushbo האט געשריבן:זייערע הגהות אויף די גמ' איז געווען זייער גוט

ביז'ן צולייגן נאך 3 מאל אזוי פיל הגהות ווי די ערשטע מאל.

די חילוק צווישן די צוויי פשוט.

אין די גמ' איז עס א גירסא (זייער אסאך מאל שפיר איך אליין אז מ'דארף טוישן, איך קוק נאר אריין אהין צו 'קאנפוירמען' אז איך האב גוט געלערנט)
משא"כ אין זייער חומש איז עס א פירוש, וואס א) איז פיל לענגער ב)פאדערט מער מחשבה

געשריבן: זונטאג פאברואר 26, 2017 8:01 pm
דורך שעמעדיגער
די עולם האט ליעב פיינט צי האבן!
די עוז והדר האט געמאכט א מעכטיגע מהפכה אין לערנען, סיז נישטא וואס צי רעדן עס איז טויזענט מאל גרינגער צי לערנען מיט א שיינע דריק, און דאס קומט זיי א שטארקע הכרת הטוב, האסט נישט ליעב זייער נקודות וכדו' קויף עס נישט.

געשריבן: זונטאג פאברואר 26, 2017 10:16 pm
דורך סידיראם
שעמעדיגער האט געשריבן:די עולם האט ליעב פיינט צי האבן!
די עוז והדר האט געמאכט א מעכטיגע מהפכה אין לערנען, סיז נישטא וואס צי רעדן עס איז טויזענט מאל גרינגער צי לערנען מיט א שיינע דריק, און דאס קומט זיי א שטארקע הכרת הטוב, האסט נישט ליעב זייער נקודות וכדו' קויף עס נישט.


קיינער קריטיקירט זיי נישט פארן מאכן א שיינע דריק, אדרבה דאס באדערט טאקע, מאכסט שוין יא א שיינע דריק, פארוואס האסטו זיך געדארפט פארפאטשקענען מיט די נארישע הגהות

געשריבן: מאנטאג פאברואר 27, 2017 1:37 am
דורך שעמעדיגער
סידיראם האט געשריבן:
שעמעדיגער האט געשריבן:די עולם האט ליעב פיינט צי האבן!
די עוז והדר האט געמאכט א מעכטיגע מהפכה אין לערנען, סיז נישטא וואס צי רעדן עס איז טויזענט מאל גרינגער צי לערנען מיט א שיינע דריק, און דאס קומט זיי א שטארקע הכרת הטוב, האסט נישט ליעב זייער נקודות וכדו' קויף עס נישט.


קיינער קריטיקירט זיי נישט פארן מאכן א שיינע דריק, אדרבה דאס באדערט טאקע, מאכסט שוין יא א שיינע דריק, פארוואס האסטו זיך געדארפט פארפאטשקענען מיט די נארישע הגהות

אבער די האס און העצע איז פאני כאילו מען רעדט דא פון איינער וואס וויל אונז בעגין אראפפירן פון יודישע וועג

געשריבן: מאנטאג פאברואר 27, 2017 7:53 am
דורך סידיראם
מען רעגט זיך אז זיי צווינגען זיך אומדירעקט ארויף אויפן ציבור דהיינו זיי האבן די שענסטע ש"ס וואס קיינער שטעלט דאס נישט צו, דאס מאכט אז מען זאל מיזן צוקומען צו זיי אבער אין כמה ענינים הערן זיי זיך נישט צו צום ציבור און שטייען מיט א גרויסע פייפער אויף יעדן איינעם.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 27, 2017 8:11 am
דורך שעמעדיגער
סידיראם האט געשריבן:מען רעגט זיך אז זיי צווינגען זיך אומדירעקט ארויף אויפן ציבור דהיינו זיי האבן די שענסטע ש"ס וואס קיינער שטעלט דאס נישט צו, דאס מאכט אז מען זאל מיזן צוקומען צו זיי אבער אין כמה ענינים הערן זיי זיך נישט צו צום ציבור און שטייען מיט א גרויסע פייפער אויף יעדן איינעם.

שרעקליכע באטריגערס

געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2017 5:30 pm
דורך נא_שכל
א נייע ניגון פארן סדר...

געשריבן: מאנטאג מארטש 20, 2017 5:36 pm
דורך farshlufen
נא_שכל האט געשריבן:א נייע ניגון פארן סדר...

ווילן זיי טאקע מיר זאלן זיי זאגן "דיינו"?

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 12:30 pm
דורך מקווה איד
און 2007 איז ארויס א סידי פון זייער גרויסע סיום מתיבתא ווייסט איינער ווי מ'קען עס קריגן אדער אויב איינער האט עס

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 12:53 pm
דורך kosher phone

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 1:03 pm
דורך מקווה איד
געשאפט דעם סידי יעצט אויב איינער קען מיר העלפן טרעפן ווער האט געמאכט די ניגונים חוץ די 2 וואס משולם זינגט וואס דאס האט ער געמאכט

תיקונים והגהות בש"ס מהדורת עוז והדר

געשריבן: דינסטאג ינואר 23, 2018 6:31 pm
דורך יהודה ן' חביב
שלום וברכה טייערע חברים וידידים.
איך וויל דא מיטיילן מיט ענק עפעס גאר א מאדנע זאך אין וואס איך האב זיך לעצטענס אנגעשטויסן אפאר מאל. דאס איז חילופי גירסאות צווישן די ש"ס פון עוז והדר און די ש"ס פון מאזנים, וואס מאכט אויס אין פשט הגמרא...
ס'הערט זיך מאדנע... אבער ס'איז א פאקט!
שטעל דיך פאר... פונקט אזויווי די גמ' זאגט אמאל "תרי תנאי אליבא דר' יהודה", וועלן אונזערע אייניקלעך קענען זאגן "תרי מדפיסים ואליבא דגמרא..." (כ'האב מורא אז ביז דעמאלטס וועט שוין זיין אסאך מער פון צוויי...)
ס'לעצטע מאל וואס ס'איז געשען, איז עס געווען גאר מערקווידיג, ממילא וויל איך הערן די מיינונג פונ'ם עולם דערוועגן.
וגופא דעובדא הכי הוה:
ס'איז שבת נאכמיטאג, איך האלט אינמיטן זיך פארקוקן דעם קומענדיגן וואך שיעור, און איך קום אן צו א שטיקעלע גמרא, די גמ' איז אין מס' קידושין דף מב. די גמ' רעדט וועגן אזא מעשה: א איד ווערט נפטר ל"ע, און ער לאזט איבער א שטוב מיט דריי יתומים. דער איד האט געהאט א גרויסן אפארטמענט בילדינג אין וויליאמסבורג, און דער בילדינג גייט יעצט אריבער בירושה צו זיינע דריי קינדער.
איז דא דריי זאכן וואס דארפן יעצט געשען:
מ'דארף צוטיילן די בילדינג אויף דריי גלייכע חלקים.
מ'דארף פארטיילן די חלקים פאר די יורשים, דאס הייסט אז מ'דארף אפמאכן ווער ס'באקומט וועלעכע חלק.
מ'דארף אויפהאלטן די בילדינג: מעינטענענט'ס, יאטיליטי, א סופער, קאלעקטען רענט, וכו' וכו'.
יעצט די יתומים אליין קענען גארנישט טוען, ווארום זיי זענען דאך קטנים, און קטנים לאו בני קנין נינהו.
זאגט די גמרא, אמר רב נחמן אמר שמואל, יתומים שבאו לחלוק בנכסי אביהם, אז יתומים קומען אריין אין בי"ד און זיי ווילן צוטיילן זייער ירושה, בית דין מעמידין להם אפוטרופוס, ובוררין להם חלק יפה.
די לשון הגמרא אליין איז אביסל סתום, ווייל די גמרא זאגט "ובוררין להם", און די גמרא זאגט נישט ווער איז בורר פאר וועמען.
ברענגט תוס' א מחלוקת ר"י ור"ת, די ר"י האלט אז בי"ד שטעלט אוועק איין אפוטרופוס פער יתום, און די אפוטרופסין צוטיילן די נכסים אויף גלייכע חלקים, און דערנאך פרובירט יעדע אפוטרופוס צו באקומען דאס בעסטע פאר זיין יתום.
די ר"ת האלט אז בי"ד איז דער וואס צוטיילט די נכסים אין גלייכע חלקים, און נאכדעם זענען זיי ממנה איין אפוטרופוס פאר אלע יתומים, און ער מאכט א גורל ווער ס'באקומט וועלעכע חלק.
יעצט וויל איך זען, ווי וועמען האלט רש"י? רש"י ד"ה ובוררין לו חלק יפה. זאגט רש"י, לכל אחד, יפה לזה ויפה לזה. פון די ד"ה "ובוררין לו" בלשון יחיד איז קלאר אז דא רעדט מען פונ'ם אפוטרופוס, הייסט עס אז רש"י האלט קלאר ווי די ר"ת, אז דא איז דא איין אפוטרופוס פאר אלע, און בי"ד איז בורר פאר'ן אפוטרופוס.
איי, וואס הייסט חלק יפה, ס'וואלט געדארפט שטיין ובוררין לו חלקים יפים, ווייל די בי"ד גיבט אים דאך אפאר חלקים, און ער דארף עס פארטיילן? אויף דעם זאגט רש"י לכל אחד, אז דער חלק יפה מיינט א חלק יפה לכל אחד פון די יתומים, יפה לזה ויפה לזה.
אבער לויט די ר"י מיינט עס פשוט חלק יפה פאר זיין יתום.
פיין, כ'בין שוין ענדליך גרייט צום מארגנדיגן שיעור, יעצט קען איך כאפן א דרימל און מקיים זיין שינה בשבת תענוג מיט ישוב הדעת.
ס'קומט מוצ"ש, און איך גיי מיט מיין אינגעלע צו א קליין ביהמ"ד אין געגנט שעפן אביסל נחת, טרעף איך דארט אן מיין פארעלעל מגי"ש, פרעגט ער מיך:
-האסט דיך שוין פארגעקוקט די נעקסטע שטיקל גמרא?
-יא.
-נו, האסט דיך אן עצה געגעבן מיט שיטת רש"י?
-זיכער, רש"י האלט דאך ווי די ר"ת.
-וואס מאכט דיך אזוי טראכטן?
-די ד"ה פון רש"י, ובוררין לו.
-סאמטינג איז ראנג וויט יא טאדעי... די גמ' זאגט ובוררין להם, איז וויאזוי קען זיין א ד"ה ובוררין לו??...
-רש"י קען נישט האבן אן אנדערע גירסא?
-אלעס קען זיין... ניתי ספר וניחזי...
גיי'מיר ביידע צו צום שאנק און איך מיש אויף די גמרא - - - און יא, די ד"ה איז ובוררין להם...
עפעס האט דא געמוזט פאסירן, איך בין נישט אינגאנצן משוגע.
איך הייב אן שוויצן... בושות נוראות...
ביז ענדליך האב איך געכאפט.
-אהה, ס'איז א ממלכת גמ'.....
-ענד סאו??
-און איך האב היינט גענוצט א מאזנים גמ' זיך פארצוקוקן, מסתם האט עוז והדר געטראפן עפעס א אלטע דרוק ווי ס'שטייט אזוי.
-דו דמיונ'סט! סיי עוז והדר און סיי מאזנים דרוקן לויט די ווילנא ש"ס, אפשר האט עוז והדר מער הגהות וציונים אין די זייט, אבער די פנים איז די זעלבע. און איים סארי טא טעל יא, אבער דאס וואס דו זעהסט יעצט אין רש"י, גענוי די זעלבע האסטו געזען נאכמיטאג אין דיין מאזנים גמ'.
-פון וואו נעמסטו דאס? מיר דאכט זיך גראדע אז ס'איז נישט די ערשטע [און נישט די פיפטע] מאל וואס איך באמערק אזאנס.
-כ'גלייב עס נאכנישט, אבער אדרבה קענסט מיך עס אויפווייזן...
-אקעי, העמיר רעדן מארגן אין ישיבה.
כ'קום אהיים, די ערשטע זאך עפען איך אויף די גמ', און יאפס ס'שטייט ובוררין לו... איך מאך א קאפי און איך פאק עס אריין אין מיין פאלדער.
זונטאג אינדערפרי כ'קום אן אין חדר המגי"ש, און ער ווארט שוין אויף מיך מיט א ממלכת גמ' און א ריזיגע נצחון שמייכל.
ער מישט אויף צו די מבוא, "קוק וואס זיי שרייבן דא: טעויות הדפוס: אפילו כשהטעות מוכח לא תיקננו בפנים הגמרא רש"י ותוס', אלא הערנו ב'הגהות וציונים'."
איך בלייב נישט שולדיג, און איך נעם ארויס מיין קאפי...
שוין זעמיר ביידע צומישט...
-נו, מאן יימר אז עוז והדר איז דער פארעטער, אפשר האט מאזנים גאר געטוישט?
-כ'הער וואז דו זאגסט, לאז מיך נאר עפעס זען דא א מינוט...
איך געב א מיש אויף דף מב., און וואונדער איבער וואונדער... "ובוררין לו".
און אין הגהות וציונים צייכענט ער צו "ובוררין להם".
הייסט עס אז אונז ביידע האבן זיס געחלומט נעכטן נאכט?!?!
גיי'מיר צוזאמען אריין אין ביהמ"ד און מ'נעמט די ערשטע עוז והדר גמ' וואס קומט אונטערן האנט, אקעי פיין, ס'איז פון תשע"ו, פערפעקט, דף מב עמוד א, אאאפפסס..., ובוררין להם...
און עס דארפט אנגעמערקט ווערן, אז איו די מבוא איז אויך פארשווינדן געווארן די אויבערדערמאנטע שורה, נאר עס איז ערפינדן געווארן א נייע מעלה, "כשהטעות מוכח תיקננו בפנים הגמרא רש"י ותוס' לפי רוחב דעתינו ובינתנו"!
נו, וואס זאגט די עולם, מיין טענה האט עפעס האפט?
- - - -
איך שיהיה, אויב קען כאטש איינער פון די למדנים דא אויפן וועלטל מסביר זיין שיטת רש"י לפי נוסח עוז והדר ע"ו, [אדער מסביר זיין די מחלוקת צווישו די צוויי מהדורות פון עוז והדר וועלכע וועג איז א מעלה] וואלט איך עס גאר שטארק אפרישיעיטעד.
תזכה למצות!

געשריבן: דינסטאג ינואר 23, 2018 6:35 pm
דורך יהיה כן
וועלקאם טו די ווארלד אוו 'עוז והדר'......

געשריבן: דינסטאג ינואר 23, 2018 6:43 pm
דורך SPUSMN
איין זאך איז זיכער אז וואויל איז דער חדר וואס האט אייך פאר א מלמד וואס קען אזוי גוט ארויס ברענגען א גמרא.

יעצט צו אייער עצם שאלה דארף מען מעיין זיין.

געשריבן: דינסטאג ינואר 23, 2018 6:53 pm
דורך אַבּערוואַס
קודם כל, יישר כוח פאר'ן שיעור אין מס' קידושין! האמיר שוין געלערנט עפעס היינט... און נישט סתם אבי, נאר ווי שפוזמאן זאגט, מיט זאפטיקייט.

איך פארשטיי פשט אין רש"י סיי אויב ס'שטייט "לו" און סיי אויב ס'שטייט "להם" מיינט מען די יתומים, און נישט דעם אפוטרופוס, און רש"י איז פשוט מסביר פשט אין די ווערטער.

לאמיר נעמען די ערשטע גירסא; "ובוררין לו" און מ'קלויבט אויס פאר אים -פאר'ן יתום "חלק יפה" א גוטן חלק, איי וועסטו דאך פרעגן וואס איז די פשט פין די לשון יחיד? איז רש"י מסביר די לשון גייט ארויף אויף יעדן פין די יתומים באזונדער (דוכט זיך אז מ'געפונט אזעלכע לשונות כמ"פ און ש"ס), און לויט דער גירסא, קומט טאקע רש"י פארענטפערן א שטיקל קושי' (דהיינו, וואס איז דער ל' יחיד).

ווידער לויט די צווייטע גירסא אז ס'שטייט "להם" גייט פשט אביסל פשוט'ער; "ובוררין להם" און מ'קלויבט אויס פאר זיי "חלק יפה" א גוטע חלק, און לויט דער גירסא איז אביסל שווער די ל' יחיד פין "חלק", און אויף דעם זאגט רש"י אז מ'מיינט א חלק פאר יעדן באזונדער.

לויט קיין איינע פין די גירסאות, זע איך נישט אז רש"י זאל אדרעסירן די נקודה פין "ווער" עס קלויבט אויס.

כנלע"ד לויט אייערע ווערטער, כ'האב נישט מעיין געווען בפנים.

_______
איבער אייער הערה בכלליות אויף עוז והדר, כבר נשתברו הרבה קולמסים ע"ז, בפרט ביי זייער חומש/תרגום. וה' הטוב יכפר.

געשריבן: דינסטאג ינואר 23, 2018 10:25 pm
דורך נחום וואהלינער
עוז והדר האט טאקע אין זייערע שפעטערע דרוקן ארויסגענומען פון די שער בלאט די ווערטער"מהדורת ווילנא" און געשריבען אנשטאט דעם "מהדורת ירושלים" כמתכונת ווילנא, עפעס בערך אזוי...
ככה שלא יהיו טענות עליהם ששינו, כי הם שינוי הרבה וגם בפנים הגמרא ולאו דווקא ד"ה ברש"י
והוא רחום יכפר

געשריבן: דינסטאג ינואר 23, 2018 10:36 pm
דורך שמואל בארג
אלס בירא דשתית מיני' פרוביר איך געווענליך אביסל צו פארענטפערן עוז והדר, מען זעהט ביי די שפעטערדיגע מהדורות ווי אסאך 'תיקונים' ווערן ריפלעיסט מיט די אלטע 'טעותים'.

געשריבן: מיטוואך ינואר 24, 2018 12:11 am
דורך אברהם העיברי
אַבּערוואַס האט געשריבן:קודם כל, יישר כוח פאר'ן שיעור אין מס' קידושין! האמיר שוין געלערנט עפעס היינט... און נישט סתם אבי, נאר ווי שפוזמאן זאגט, מיט זאפטיקייט.

איך פארשטיי פשט אין רש"י סיי אויב ס'שטייט "לו" און סיי אויב ס'שטייט "להם" מיינט מען די יתומים, און נישט דעם אפוטרופוס, און רש"י איז פשוט מסביר פשט אין די ווערטער.




לויט קיין איינע פין די גירסאות, זע איך נישט אז רש"י זאל אדרעסירן די נקודה פין "ווער" עס קלויבט אויס.


פשוט אזוי.
הגירסה הישנה הטעה אותו.
איך מיין אז ער דארף דאנקען עוז והדר פאר אזעלכע פעלער. דאס איז א פיינע ביישפיל וויאזוי אזא קליינע טעות קאן מאכן אזא בלבול המוחות.

[ואדרבה מכאן ראיה אז סהאט קיין סיבה נאכצומאכן ווילנא גרייזן. פארוואס ארויף].

געשריבן: מיטוואך ינואר 24, 2018 7:03 am
דורך לאנדאן שטופער
אברהם העיברי האט געשריבן:ואדרבה מכאן ראיה אז סהאט קיין סיבה נישא נאכצומאכן ווילנא גרייזן. פארוואס ארויף.

אינטערסאנט אז די ב"ח און ר' ישעי' פיק האבן נאר צוגעשריבן

געשריבן: מיטוואך ינואר 24, 2018 7:20 am
דורך אברהם העיברי
לאנדאן שטופער האט געשריבן:
אברהם העיברי האט געשריבן:ואדרבה מכאן ראיה אז סהאט קיין סיבה נישא נאכצומאכן ווילנא גרייזן. פארוואס ארויף.

אינטערסאנט אז די ב"ח און ר' ישעי' פיק האבן נאר צוגעשריבן


היה להם דפוס ?

געשריבן: מיטוואך ינואר 24, 2018 7:26 am
דורך ר' יענקי
סתירת זקנים בנין, בנין נערים..

געשריבן: מיטוואך ינואר 24, 2018 7:45 am
דורך אברהם העיברי
ר' יענקי האט געשריבן:סתירת זקנים בנין, בנין נערים..


פריער און יארן מאכט אים פאר א זקן? למה?
בעיני איז עוז והדר דער זקן, כמה ת״ח מופלגים עוסקים במלאכה זו. שוין זוי סאך הנאה געהאט זייערע ווערק.



איך גלייב אז זיי קאנען שלאפן גיין אם ירצו, אבער זיי זענען ממשיך משקיע צו זיין אין תיקונים אין די גמרא ווייל... [פיר אויס]

ווען דו האקסט אויף בני יששכר עם נקודות מילא. אבער די גמרא? איני מבין.

געשריבן: מיטוואך ינואר 24, 2018 8:03 am
דורך לאנדאן שטופער
אברהם העיברי האט געשריבן:
לאנדאן שטופער האט געשריבן:
אברהם העיברי האט געשריבן:ואדרבה מכאן ראיה אז סהאט קיין סיבה נישא נאכצומאכן ווילנא גרייזן. פארוואס ארויף.

אינטערסאנט אז די ב"ח און ר' ישעי' פיק האבן נאר צוגעשריבן


היה להם דפוס ?

https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7 ... 7%99%D7%A9
ההגהות הועתקו מתוך הש"ס של בית הכנסת בבעלז עליו רשם הב"ח את הגהותיו בתקופת כהונתו כרב העיר. הש"ס היה קיים עד השואה. בהזדמנות מסוימת הוא נכרך וקוצצו שולי הדפים ונחסרו קטעים קטנים מכתב היד. במצב זה הוא עמד לפני המעתיקים, והושלם בהשערה, ולכן לפעמים ישנן טעויות מוכחות בלשונו.

געשריבן: מיטוואך ינואר 24, 2018 8:24 am
דורך אברהם העיברי
מה כוונתך בזה?

געשריבן: מיטוואך ינואר 24, 2018 8:47 am
דורך מי יודע
נחום וואהלינער האט געשריבן:עוז והדר האט טאקע אין זייערע שפעטערע דרוקן ארויסגענומען פון די שער בלאט די ווערטער"מהדורת ווילנא" און געשריבען אנשטאט דעם "מהדורת ירושלים" כמתכונת ווילנא, עפעס בערך אזוי...
ככה שלא יהיו טענות עליהם ששינו, כי הם שינוי הרבה וגם בפנים הגמרא ולאו דווקא ד"ה ברש"י
והוא רחום יכפר

מ'דארף האבן ברייטע פלייצעס משנה צו זיין אין די גמרא בפנים, אבער אויב ערלויבן זיי זיך יא, זאלן זיי דאס טון ביי אלע הגהות ווי די הגה איז ס"ה א ו' אדער א י', העלפט הגהות וציונים זענען הגהות וואס זענען כמעט נישט משנה די משמעות, אבי מ'דארף זיין ביזי יעדע צויי מינוט צו זוכן ווי דער מעמד האט געלייגט הגהות וציונים אויף דעם עמוד