msp האט געשריבן:נו הוצאת אמת וואסי דער תירוץ? מסתמא היינט ווייסט מען נישט מעהר דער מהות פון הסכמות ווי אמאהל אין פולין און אנגארן אז מען האט רשות אויף צעהן יאהר וכדומה...
דאכציך אז דער 'צעהן יאר' איז אז איך דרוק איבער א אלטע ספר, אדער א ספר וואס האט נישט קיין בעלים לדוגמת 'בן פדהצור' אדער א ישב אהלים.
אבער א ספר וואס א מחבר זעלבסט גיבט ארויס, א אייגען ספר, ווערט דאס דער אייגענטום פון די יורשים לפרנסם וכיוצ"ב. כה"ג איז נישט חל דער צעהן יאר היות עס זענען דא יורשים, וואס זיצען נישט ליידיג, זיי טוהן און ארבעטן, און גאנץ פארשטענדיק אז זיי קענען נישט ארויסקומען מיט אלע ספרים אויף איינמאהל, די טענה אז "מ'האט עס נישט געדריקט ביז היינט" איז לעכעדיק און לאכעדיק. היתכן צו זאגען פאר הוצאות אמת וועלעכע ספר צו דריקען ערשט אדער צווייט. איז נישט דער שו"ת מנחת אלעזר הייליג און טייער פאר הוצאות אמת פונקט ווי דער אנדערע ספרים וואס זיי האבען ארויס געגעבען ביז היינט, נאר כמובן ס'איז א גרעסערע ארבעט פארלאנגט זיך מער צייט, דאס נישט דריקען מיינט נאך נישט אז זיי האבן מעלים עין געוועהן פון דעם באטרעפענעם ספר.
נייע מעשה אפילו אויף אן "אייגענע ווערק" האבן די רבנים המסכימים נישט געגעבן מער ווי צוואנציג דרייסיג יאר, ווער האט באשלאסען אז א ספר געדרוקט באלאנגט צו קינדער און אייניקלעך עד עולם? דאס יא עס איז נישט מענטשליך!
והא ראיה אז קיינער נעמט יענעם נישט צו דין תורה, ווייל ער וועט געוואונען.
איטשא אבי געהאקט און קאפ אדם אוסר את שלו גענוג מאל טרעפט מען אז אייניקלעך זאלן פארקויפען דער זכות פאר א צווייטען צו דרוקען זייערס זיידעס כתבים אדער ספרים א מחבר ספר האט כמובן א רעכט אויף זיינע זאכען עד עולם, און ס'גייט אראפ צו דו יורשים, אז אזויפיל אז אנדערע בני משפחה טאר עס אפי' נישט דרוקען און פארוואס מ'גייט נישט צו דין תורה, איז עס וויבאלד ס'איז א לאזינג ביזנעסס, ועוד, אז למשל דא מיטן דרכי תשובה די מסכימים אליין זיצען אויף דין תורה'ס, יעצט צו וועם זאל מען גיין ותו, כלפי דא האט הוצאת אמת געשריבין דבר בשם אומרו זיין באבע פלעגט זאגען לאכען איז דער וואס לאכט לעצט והשי"ת יהיה בעזרו להפיץ מעינות ספרי בית מונקאטש בקרית חוצות, מתוך הרחבה בקרוב ובניקל, להפיק זממו הטוב מכח אל הפועל, שלא יבוש המעיין ולא יקצץ האילן
איידער דו שרייבסט "איטשא אבי געהאקט און קאפ", בעהט איך פון דיר איין זאך, דריי צוריק דער זייגער מיט 300 יאהר און ליין לכל הפחות 30 הסכמות פון די ועד ארבע ארצות, און די וועסט נאך אלס האלךטן אז די ביסט גערעכט "דאן" דרייב "איטשא אבי געהאקט און קאפ", אבער ווי עס זעהט אויס האסטו דאס נישט געטוען, איז במחילת כבודך, שרייבט מיט אביסל מער דרך ארץ....
ניין, מיר האבין נישט געברענגט הערות אויף די דרכי תשובה אויפן עמוד, וכמבואר בהקדמה בארוכה די הערות אויף די עמוד זענען נאר פון ספרי רבותינו הנוגע לענין המדובר אדער ציונים למקומות אחרים בתוך הספר שמבואר מדברים המדוברים, אדער לפעמים א ציון נחוץ
קרעדיט אויף וואס? מען איז דורך צענדילגער ספרים בודק זיין זייערע תיקונים וכו', עס איז מוזכר באופן כללי אין די הקדמה אסאך טעותים זענען אליינס אוועק געפאלען נאך די עבודת העריכה
לקראת השמחה בחצר הקודש, יצא לאור ספר אוסף מילין שפירין על תהלים והוא דברי תורתם מרבותינו בעל בני יששכר זי"ע, רבינו בעל יודעי בינה זי"ע, רבינו בעל שם שלמה זי"ע, רבינו בעל דרכי תשובה זי"ע, רבינו בעל מנחת אלעזר זי"ע ולהבחל"ח כ"ק מרן רבינו שליט"א
הוצאת.אמת האט געשריבן:לקראת השמחה בחצר הקודש, יצא לאור ספר אוסף מילין שפירין על תהלים והוא דברי תורתם מרבותינו בעל בני יששכר זי"ע, רבינו בעל יודעי בינה זי"ע, רבינו בעל שם שלמה זי"ע, רבינו בעל דרכי תשובה זי"ע, רבינו בעל מנחת אלעזר זי"ע ולהבחל"ח כ"ק מרן רבינו שליט"א
איך זעה אז מ'האט דאס שוין א ביסל אנגערירט אז אין דער הקדמה שיצא אי"ה לאור בקרוב וועט מען שוין שרייבען פון דעם, אבער וואס איך האב געהערט אז עס זענען בימים ההם ארום געפארען סוחרים פון מדפוסי ווילנא און זיי האבען פשוט ארויס גע'נער'ט דעם ספר דארך פתויי דברים מהרב המחבר הק' זי"ע.
עס האט מיך טאקע אלע מאהל געוואונדערט ווי קומט אזא ספר אהן קיין ווילנא -מונקאטש האט דאך געהאט א דפוס - אין צו וואס עפעס האט דער דר"ת געדארפט האבען הסכמות פון גדולי ליטא. עפעס האט מיר נישט געשטימט. וכאמור האט מען דאס דערוואושט ארויס פון אים דורך חברה סוחרים.
איך האב אויך געהערט אז אין ווילנא האבען די מדפיסים געפאטשקעט מיט דעם ספר אין אריין געשמאגלט ענינים שלא לפי רוח המחבר
ווען איך האב געזען וואס דער דרכ"ת זאגט אויף רויטע קליידער און דער היתר וואס ער ברענגט פון ר' יצחק אלחנן זצ"ל האט עס מיר אלס געשטימט. ווי קומט דאס אז א חסידישע רבי זאל ברענגען א היתר אויף מלבושי אדומים פון א ירחון בשם ר' י"א? איצט טאקע ווייס איך נישט צו דער דרכ"ת האט בכלל מסכים געווען צו דעם היתר.