בילדער אויפן שער-בלאט פון אלטע ספרים

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אברהם שלמה
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 7:10 pm
פארבינד זיך:

בילדער אויפן שער-בלאט פון אלטע ספרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם שלמה »

יוראפ האט געשריבן:אז איר דערמאנט שוין פון די אלטע עם הארצות, איז גאנת מערקווירדיג אין די אלטע חומשים איז דא 2 סארט שער בלעטער, ביידע האבן א בילד פון משה רבינו און אהרן הכהן, ביי איינס האט משה רבינו 2 הערנער ע"ש כי 'קרן' אור פני משה


די וואס האבען געמאכט די שער בלעטער אין די אלטע ספרים זענען (לכאורה) געווען גוים אדער נישט פרומע והראיה די נישט צנועות בילדער וואס זענען אפט דארט. איך בין נשתומם אז די פרומע האבן עס נישט צערייסן.

דעם טעות קומט נישט פון אידן.
עס קומט פון א גלח וואס האט געמאכט דעם נארישער טעות ווען ער האט איבערגזעצט דער תורה צו לאַטייַן 1,500 יאר צוריק.

דעם טעות איז פיימאַסלי באקאנט צו דעם גוישער וועלט דורך א סקולפּטור געמאכט געווארן דורך א גוישע מאלער מיקאַלאַנדזשאַלאָו March 1475 – 18 February 1564 - משה מיט הערנער c. 1513–1515

http://en.wikipedia.org/wiki/Moses_%28Michelangelo%29

The marble sculpture depicts Moses with horns on his head. This was the normal medieval Western depiction of Moses, based on the description of Moses' face as "cornuta" ("horned") in the Latin Vulgate translation of Exodus.[2] The Douay-Rheims Bible translates the Vulgate as, "And when Moses came down from the mount Sinai, he held the two tables of the testimony, and he knew not that his face was horned from the conversation of the Lord."[3] This was, however, a mistranslation of the original Hebrew Masoretic text which uses a term equivalent to "radiant",[4] suggesting an effect like a halo.



אויך, דער צורה פון דער לחת אין פילע בילדער, בתי מדרשים ... זענען רונדעכיג פון אויבן אנשטאט פון פיר עקן ככתוב בתורה הקדושה
א גוישע מאלער רעמבראַנדט 15 July 1606 – 4 October 1669 האט באשלאסן אז עס קוקט בעסער רונדעכיג.

moses-smashing-the-tablets-of-the-law-1659.jpg!Blog.jpg


יש לי הרבה דוגמאות נוספות איך הגוים השפיע על היהודים, אבל עכשיו אינו הזמן והמקום.
לעצט פארראכטן דורך אברהם שלמה אום מיטוואך יוני 06, 2012 10:08 pm, פארראכטן געווארן 5 מאל.
http://lichtensteinheritage.blogspot.com" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אברהם שלמה האט געשריבן:דעם טעות קומט נישט פון אידן.
עס קומט פון א גלח וואס האט געמאכט דעם נארישער טעות ווען ער האט איבערגזעצט דער תורה צו לאַטייַן 1,500 יאר צוריק.

דעם טעות איז פיימאַסלי באקאנט צו דעם גוישער וועלט דורך א סקולפּטור געמאכט געווארן דורך א גוישע מאלער מיקאַלאַנדזשאַלאָו March 1475 – 18 February 1564 - משה מיט הערנער c. 1513–1515

עס גייט א טראפ טיפער, עס שטייט (כ'מיין אין מדרש) אז די שיין פון משה איז ארוס געקומען ווי צוויי הערנער, און מען זעהט טאקע געוויסע אלטע בילדער ווי עז קומט ארויס אזעלעכע צוויי "בימס" פון ליכטיקייט אזוי ווי הערנער, און פון דארט ביז געהעריגע הערנער, פאר איינעם וואס האט נישט פארשטאנען וואס עס מיינט איז שוין נישט געווען צו ווייט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אברהם שלמה האט געשריבן:די וואס האבען געמאכט די שער בלעטער אין די אלטע ספרים זענען (לכאורה) געווען גוים אדער נישט פרומע והראיה די נישט צנועות בילדער וואס זענען אפט דארט. איך בין נשתומם אז די פרומע האבן עס נישט צערייסן.


במח"כ אבער עס איז אבי גערעדט (/געשריבען), גאר אסאך "היימישע" דרוקערייען, האבן די בילדער, און עס זענען פארהאן ספרים מיט חתימות פון גדולי ישראל, אויף די סארט ספרים, די דרוקערייען האבן ע"פ רוב באלאנגט צו פרומע יודען, און איר קענט אליינס פאשטיין אז די רבנים (פון די שענסטע און די בעסטע) - מוציאים לאור האבן געקענט פארלאנגען עס נישט צונוצען.
נאר וואס דען?
דעמאלטס איז געווען אן אנדערע וועלט מיט אן אנדערע בליק אויך די סארט זאכן...
[דער טאפיק אליינס פארלאנגט א באזונדערע אשכול].
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער נושא באלאנגט אין על פליטת בית סופריהם, עס איז אן אלטע און אפי' היבש אויסגעדראשן, דער שפיץ איז א אין די צייטען פונעם 'רענעסאונס' ווען 'ארט און סקולפטור' זענען אויפגעקומען זענען די זאכען נישט אנגעקוקט געווארן אלס אומאיידל נאר פארקערט מ'האט עס געזעהן ווי א חכמה (און באמת די וואס ליגען דערינען און פארשטייען דערצו כהיום האבן די זעלבע בליק דערביי).
אברהם שלמה
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 7:10 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם שלמה »

איר זענעט ביידע גערעכט. מיין מיסטייק קומט פון מאכען א השערה אן אנקוקען די פאקטן. טעות לעולם חוזר...

מיללער האט געשריבן: דער שפיץ איז א אין די צייטען פונעם 'רענעסאונס' ווען 'ארט און סקולפטור' זענען אויפגעקומען זענען די זאכען נישט אנגעקוקט געווארן אלס אומאיידל נאר פארקערט מ'האט עס געזעהן ווי א חכמה


מיללער,איך ווייס פון דעם.
אבער אייער תירץ איז נאר א ענטפער פאר די עם הארצים וואס זענען נאך געגאנגען נאך דעת המון עם, אבער נישט פאר תלמידי חכמים, רבנים... וואס פארשטיין יעדער זאך על פי דעת תורה.
לעצט פארראכטן דורך אברהם שלמה אום פרייטאג יוני 08, 2012 3:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
http://lichtensteinheritage.blogspot.com" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אברהם שלמה,

איר קוקט אן זאכן פון 400 יאר צוריק מיט ברילען פון אינטערנעט עפאכע, דאס מענטשהייט בימים ההם האט פארגעשטעלט גאנץ אן אנדערע באשעפעניש ווי אין די היינטיגע נידריגע וועלט, און איך רעדט נישט פון רבנים און אידען נאר להבדיל אפי' די גוים, ס'נישט שייך צו נעמען די היינטיגע סטאנדארטן און לויט דעם מאכען השערות אויף דעמאלטס.

מ'קען מרחיב זיין בדיבור, ווי דערמאנט איז אין כאן מקומו אבער להראות חיבתי ואות ידידות לכבודך ר' אברהם שלמה יקירי, נאט אייך דעם אשכול אין ספרים וסופרים, הפוך בה והפוך בה:
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?w ... m_id=19616

וכהנה רבות שם
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

עס איז ריכטיג אז עס איז נישט געמאכט געווארן דוקא דורך עמי הארצים וכדומה, ווייל מען קען דאס טרעפן אויך אין אפיציעלע פנקסי הקהלות.

אבער עס איז קלאר אז דאס איז נישט געווען אין אלע מקומות, דאס איז בלויז געווען ביי די דייטשע מקומות (והסביבה), ווי מען איז שוין געווען היפש נשפע פון די גוי'אישע קולטור איבער הונדערט יאר פאר די השכלה. ביי די אנדערע מקומות איז דאס נישט געווען (קוים וואס ביי די גוים איז דאס געווען דארט).
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:עס איז ריכטיג אז עס איז נישט געמאכט געווארן דוקא דורך עמי הארצים וכדומה, ווייל מען קען דאס טרעפן אויך אין אפיציעלע פנקסי הקהלות.

אבער עס איז קלאר אז דאס איז נישט געווען אין אלע מקומות, דאס איז בלויז געווען ביי די דייטשע מקומות (והסביבה), ווי מען איז שוין געווען היפש נשפע פון די גוי'אישע קולטור איבער הונדערט יאר פאר די השכלה. ביי די אנדערע מקומות איז דאס נישט געווען (קוים וואס ביי די גוים איז דאס געווען דארט).


במחילת כבודך, אבער אבי געשריבען:
1. נוצען די סארט בילדע אז שוין געווען אסאך פאר 100 יאר פאר השכלה.
2. אין נישט נאר אין דייטשלאנד.

עס איז באקאנט דער חתימה פון משפחת רפאפורט אין איטאליען, וואס געהאט אזעלכע צוויי נשים צדקניות:
1.עס איז געדרוקט געווארן שנת "שנ"ד" - אסאך מער ווי הונדערט יאהר פאר השכלה.
2. עס איז געדרוקט געווארן אין איטאליען - נישט אין דייטשלאנד.
3. עס ניטאמאל א שער פון א דרוקער - עס איז א "משפחה זיגעל".

פאר די וואס האבן נישט א פראבלעם דערמוט, כאפט א בליק דא.
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

איטשע איז גערעכט מיט זיינע נקודות.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

אינעם אויסגאבע "נוטריקן" האב איך געזען א לענגערע אפהאנדלונג איבער די נושא, ואינו תחת ידי כעת.
אברהם שלמה
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 7:10 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם שלמה »

דער שער-בלאט האט א בולד פון א Horn of Plenty, Cornucopia
א Cornucopia האט שייכת מיט אפגעטער !
אטעטשמענטס
שומר אמונים.jpg
שומר אמונים.jpg (45.14 KiB) געזען 4374 מאל
http://lichtensteinheritage.blogspot.com" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
אינסוזעאיסט
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 8:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינסוזעאיסט »

אברהם שלמה האט געשריבן:דער שער-בלאט האט א בולד פון א Horn of Plenty, Cornucopia
א Cornucopia האט שייכת מיט אפגעטער !

פארוואס די מלכי חשמונאי האבן דאך געהאט דאס פאר זייערע סימבאל, ניין?
אברהם שלמה
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 7:10 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם שלמה »

אינסוזעאיסט האט געשריבן:
אברהם שלמה האט געשריבן:דער שער-בלאט האט א בולד פון א Horn of Plenty, Cornucopia
א Cornucopia האט שייכת מיט אפגעטער !

פארוואס די מלכי חשמונאי האבן דאך געהאט דאס פאר זייערע סימבאל, ניין?


איר ברענגט א ראיה פון מלכי חשמונאים ?
סתם אזוי , אפילו דער מחצית השקל וואס כלל ישראל האט געברענגט צום בית המקדש (בית שני) האט געהאט א צורה פון א עו"ז !!! (אפילו א צורה פון סתם א מענטש אויב עס איז בולט איז אסור)
דאס האט מיך געבאדערדט פאר א סאך יארן.

איך זוך נישט א דוחק תרוץ ווי למשל עבירה לשמה...
לעצט פארראכטן דורך אברהם שלמה אום מיטוואך יוני 13, 2012 12:28 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
http://lichtensteinheritage.blogspot.com" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

הרב פאלקאוויטש פון קרית יואל, וואס פארקויפט מטבעות פאר פדיון הבן, ווייזט זייער גערן די מטבע וואס דער הייליגער חתם סופר הייסט ניצן פאר פדיון הבן, די מטבע האט אויף זיך א בילד ווי די מאמע האלט דעם אותו האיש יש"ו.

ער ווייזט עס פאר די אלע וואס האבן טענות אויף די בילד פון די אמעריקאנער זילבערנעם דאלער, און וועגן דעם קויפן זיי מטבעות וואס מען גיסט היימיש.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אברהם שלמה
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 7:10 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם שלמה »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:הרב פאלקאוויטש פון קרית יואל, וואס פארקויפט מטבעות פאר פדיון הבן, ווייזט זייער גערן די מטבע וואס דער הייליגער חתם סופר הייסט ניצן פאר פדיון הבן, די מטבע האט אויף זיך א בילד ווי די מאמע האלט דעם אותו האיש יש"ו.

ער ווייזט עס פאר די אלע וואס האבן טענות אויף די בילד פון די אמעריקאנער זילבערנעם דאלער, און וועגן דעם קויפן זיי מטבעות וואס מען גיסט היימיש.


אין וואס איז פשט אינם מנהג חתם סופר?
http://lichtensteinheritage.blogspot.com" onclick="window.open(this.href);return false;
בלויע טינט
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 12:30 pm

א טובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלויע טינט »

אפשר האט איינער א קלארע בילד פון די שער-בלאט מיט די הערנער?
ווי אויך אויב האט איינער עפעס מער אינפארמאציע איבער די מעלער פון דעם, ביטע שרייבן.
יישר כח.
אוועטאר
אביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 369
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 02, 2018 12:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביש »

בלויע טינט האט געשריבן:אפשר האט איינער א קלארע בילד פון די שער-בלאט מיט די הערנער?
ווי אויך אויב האט איינער עפעס מער אינפארמאציע איבער די מעלער פון דעם, ביטע שרייבן.
יישר כח.

דאס לייגען סקולפפטורעס אויף שער בלעטער איז דאך זיך מיר געווען בעיקר אין איטליע וואס איז געווען די ערשטע לאנד אין אייראפע צו מאכן אן גרויסע עסק פון ארט.
די סקלפטאר פון משה מיט הערנער האט די בארימטע ארטיסט מיאטשעלאנדזעלא געמאכט אינעם וואטיקאן
כאטש איך ווייס נישט אויב ער איס איופגעקומען דערמיט (מה"ס יא) האט מען עים זיכער נאכגעמאכט אזיווי אלע זאנע ווערק
בלויע טינט
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 12:30 pm

א גרויסן שכ'ח אביש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלויע טינט »

עס האט מיר א שיין ביסל ארויסגעהאלפן
נישט רויט און אויך נישט שווארץ, נאר בלוי...
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: בילדער אויפן שער-בלאט פון אלטע ספרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

There is a lot type of pictures

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]


און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”