מיללער האט געשריבן:איך וועל נישט ווערן אנטוישט, אדרבא, אין שמחה כהתרת הספיקות, אפגעזעהן וואספארא ראלע דער רב/ראבינער האט געטראגן. אבער איך וואלט געוואלט האבן א קראנטע ראי' אז היינו ברוך והיינו בענעדיקט (ידעתי שבענדיט/בענעדיקט הוא כינוי לברוך) ס'קוקט אויס ווי איר זייט גערעכט הרב ליפשיץ.
לויט די 'זושאיש אינציקלאפעדיע' איז ער געבארען בשנת תקס"ה 1806 למס' צו זיין פאטער ר' שמואל וואלף לעווי אין שטאט ווארמס, ר' שמואל וואלף איז געווען אין די באקאנטע סנהדרין פון נאפאליאן אין פאריז, און שפעטער האט ער געדינט אלס רב אין מאינץ.
דער בענעדיקט איז געוואר רב אין גיעסן בשנת תרפ"ט ווי ער האט היבשט מאדערניזירט/רעפארמירט די קהלה, ער איז דארט געשטארבן בשנת תרנ"ט-1899.
זיין זון הערמאן לעווי איז געבוירען אין גיעסן בשנת תקצ"ט, שפעטער געווען בעקאנטער מוזיקאנט און טעאטער שפילער אין מינכען ווי ער איז געשטארבן בשנת תר"ס.
כ'האב גלייך געזעהן אז דער כתב איז מיר באקאנט, און ווען איך האב נאכדעם געזעהן אז ער איז געווען רב און קאפענהאגען, בין איך שוין כמעט ווי זיכער אז איך האב ערגעץ באגראבען א בריוו פון אים. מען דארף עס נאר טרעפען.
און וועגען דעם אז הקדיח תבשילו, נעבעך, א היפש צאל תלמידים פון חתם סופר, און תלמידי תלמידיו, הקדיחו תבשילם, די האר פון קאפ וועט זיך ענק אויף שטעלען טאמיר איינער זאל צוזאמען נעמען אלע נעמען. כמעט אין בית שאין לו מת. מיט דעם איז ביי אונז היינט אכשיר דרא, אפילו עס זענען דא אזעלכע וואס זענען יוצאים לתרבות רעה, איז עס אבער נישט בשיטה, און גאר א סאך קומען צוריק כאטש לשליש ולרביע ולמחצה, אבער בימים ההם זענען גאנצע חשובע משפחות געגאנגען א גאנג.
לדוגמא, עס איז געווען גאר א חשובער רב רבי יוסף הערש ווייס זצ"ל, ער איז געווען אבד"ק ערלוי און געווען א גרויסער קעמפער קעגען די ריפארם און אונגארן, ער האט געחתם'עט פאר דער טיילונג. ער האט געהאט א זוהן מיט דער נאמען אהרן וואס האט געלערענט ביי רבי עזריאל הילדעסהיימער זצ"ל און נאכדעם געגאנגען שטודירען. כאטש רבי עזריאל הילדעסהיימער איז ביי מאנכע א ביסעל קאנטאווערסאל האבען זיינע קעגנערס און חבירים תלמידי חתם סופר אים געהאלטען פאר אן אמת'ן צדיק, וואס האט אן אנדערע מיינונג ווי זיי ווי צו לעזען דאס פרובלעם, אבער מיינט כולו לשם שמים. למשל דער גרויסער גאון רבי יהודה אסאד זצ"ל וואס איז געווען פון די סאמע גרעסטע גאונים און אונגארן האט געשיקט זיינע קינדער לערנען ביי אים.
דער אהרן ווייס איז קודם געווען דער סעקרעטאר פון דער ארטאדאקסישע קאנצעליי און פעסט 'שומרי הדת', און לויט ווי איך פארשטיי איז ער גאר געווען דער עורך פון דער ארטאדאקסישע צייטונג 'שומרי הדת'. נישט בחינם איז דער גרויסער גאון רבי אברהם שאג זצ"ל לכתחילה געווען זייער נישט רואיג מיט דער קאנצעליי ווי ער האט שפעטער געשריבען אויף איינעם דארט אז ער איז פוסח על שתי סעיפים, און וועגען דעם האט ער קודם געהאלטען אז עס איז בעסער נישט צו האבען דער גאנצער שומרי הדת וואס בעלי בתים (פוסחי על שתי סעיפים) וועלען פירען, און בעסער איז אז ביי יעדען פרובלעים זאלען זיך די ערליכע רבנים צאם נעמען און אן אסיפה און אליין דן זיין, און עס נישט לאזען צו א סעקרעטאר פון אן ארגעניזאציע. יעצט, מיט דער אהרן ווייס פארשטייען מיר שוין אלעס, באותו שעה כשר היה אבער פליגען און דער נאז האט ער מסתמא שוין געהאט. פון דארט איז ער אפגעפארען קיין אמעריקע און געווען פון די מייסדים פון דער סיאלאדזיקעל סעמעטערי, און געבוירען א זוהן הנודע לשמצה סטעפאן ווייס. דער זיידע איז געווען א צדיק, דער זוהן הקדיח תבישילו, און דער אייניקעל האט געהאט א האנט און דער טויט פון טויזענטער אונגערישע אידען. איך האב ערגעץ א שריפט פון רבי יוסף הערש ווייס זצ"ל וואס איך פלאן ארויף לייגען און דער אנדערע אשכול, ווייסט איינער אויב עס איז געבליבען ערליכע אייניקלעך פון אים? דא איז א לינק פון אים:
http://en.wikipedia.org/wiki/Joseph_Hirsch_Weissוועגען בענעדיקט, מיין איך אז כ'האב געזעהן א פסק דין פון הגאון רבי מרדכי בנעט זצ"ל און ער חתם'עט זיך און לאטייניש בענעדיגט בנעט, איז אויב אזוי נישט מוכרח אז בענעדיגט איז ברוך.