על הספר קדושת ציון - באבוב

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיי אריכי »

פונקט דורך געקוקט דעם אשכול, זעהט אויס פון אלע טענות אז דאס איז אויף די פריערדיגע מהדורות, אבער די לעצטע מהדורה פון שנת תשנ״ד זעהט שוין אויס אסאך בעסער, און רוב פון די טענות איז נישט אויף די מהדורה.
אוועטאר
פאפיגיי
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפיגיי »

ווייסט אפשר איינער ווי ס'איז דא צו באקומען די ספר קדושת ציון?

[איך האב שוין אנגערופען אלע ספרים געשעפטן אין בארא פארק, און קיינער האט דאס נישט].
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.
חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיי אריכי »

פאפיגיי האט געשריבן:ווייסט אפשר איינער ווי ס'איז דא צו באקומען די ספר קדושת ציון?

[איך האב שוין אנגערופען אלע ספרים געשעפטן אין בארא פארק, און קיינער האט דאס נישט].


זעהט אויס אז זייט די באבוב׳ע האבן געזעהן אז צופיל תורות קומען פון אנדערע מקומות, האבן זיי עס אויפגעהערט איבער צודריקן...
יהודה ן' חביב
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 17, 2018 2:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודה ן' חביב »

וואוו!!
קעניינע הארע!!
כ'האב דורכגעליינט די גאנצע אשכול מיט איין אטעם! ס'זעהט אויס צו זיין א גאר גרינטליכע ארבעט!
א גרויסן ש'כח פאר אלע מגיבים, ובפרט פאר די צוויי חוקרים @ראש הקהל און @יש להוסיף, פארן אריינלייגן אזויפיל צייט אלס כדי מהנה צו זיין דעם עולם דא אויפן וועלטל, און מברר זיין האמת לאמיתו.
און כ'וויל באטאנען אז הגם איך פיל זיך פאני צו באדאנקן אפאר יאר שפעט, קען איך אבער נישט בלייבן שטיל ווייל איך ווייס וועגן די אומגעהויערע ארבעט וואס ס'נעמט צוזאמצושטעלן אזא פראיעקט, וואס אפי' די וואס קענען נישט די ליין קענען זיך איבערצייגן דערין פון דער פאקט אז די תגובות זענען געקומען אין משך פון אפאר יאר.
כ'וויל נאר מעיר זיין א קלייניקייט:
ראש הקהל האט געשריבן:כ'בין געוועהן דעם פארגאנגענע ליל שב"ק ביים עריכת השולחן פון כ"ק אדמו"ר מבית חיים יהושע שליט"א- רבי יעקב יוסל'ע האלברשטאם שליט"א
האט ער דערמאנט ביים תורה דאס באקאנט ווארט פון קדושת ציון אויף ועיני ישראל כבדו מזוקן, ותו"ד בהקדם עובדא מהרה"ק האוהב ישראל מאפטא זצ"ל
אז יעקב אבינו אפילו ער האט נישט געקענט זעהן, אבער דברים שבקדושה האט ער יא געקענט זעהן, האט ער געזאגט כמה וכמה פעמים חזר את דבריו
אז און קדושת ציון האט מען צוגעלייגט און מוסיף געוועהן אבער דער קוטב איז דו זעלבע

הייסט עס שוטין יא א פארלעסליך ווארט פון קדושת ציון אליין, האט מען אויך געטאטשט כאוות נפשם,

ואחר כך אמר, אז נאכדעם וואס דער קדושת ציון האט געזאגט דער ווארט הנ"ל, האט א רב געפרעגט, ס'שטייט דאך שאינם ראויים לברכה, (ממילא זענען זיי ניישט געוועהן אזעלעכע קדושים), האט דער קדושת ציון צוריק גענטםפערט בצחות, אינם ראויים לברכת ברוך שפטרני,
האט רבי יעקב יוסל'ע געזאגט אז פון דעים ווערטל, איז דערנאך געווארן א גאנצע תורה און קדושת ציון, עיין בקדושת ציון ויונעם לך א גאנצע תורה , פון, פטון א פלעינע ווערטל שאינם ראויים לברכת ברך שפטרני

לא באתי רק להאיר ולהעיר


דאס וואלט לכאורה געדארפט זיין א גרויסע שמחה פאר די באבוב'ער, אז ענדליך איז דא צווי תורות וואס קומען זיכער פונם קד"ץ, אבער זייער שמחה קען נישט זיין קיין פולקאמער, ווייל @ראש הקהל האט נישט מפרט געווען וועלעכע חלק פון די תורה קומט פונם קד"ץ.
איז כדי להעמיד האמת על מכונו וואלט געפאסט אז איינער וואס האט די מעגליכקייט [אפשר גאר @ראש הקהל] זאל איבערפרעגען ר' יעקב יוסל'ען וועלעכע חלק איז פון זיין זייד'ן, און וועלעכע חלק איז צוגעלייגט.
תודה למפרע!
כמו שאע"פ שהבן חייב בכבוד אמו, מ"מ הוא ואמו חייבין בכבוד אביו.
כך, אע"פ שאני חייב בכבוד אשר חילקתי עליהם, מ"מ אני והם חייבים בכבוד האמת.
[ר' מנחם די לונזאנו]
אוועטאר
שמן
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:49 am

מענה לאשכול זו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן »

אוועטאר
פיק ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:05 pm

Re: על הספר קדושת ציון - באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיק ניק »

יישר כח הרב שמן פארן לייגן די לינק
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”