על הספר קדושת ציון - באבוב
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
-
- אנשי שלומינו
- תגובות: 5
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 17, 2018 2:26 pm
וואוו!!
קעניינע הארע!!
כ'האב דורכגעליינט די גאנצע אשכול מיט איין אטעם! ס'זעהט אויס צו זיין א גאר גרינטליכע ארבעט!
א גרויסן ש'כח פאר אלע מגיבים, ובפרט פאר די צוויי חוקרים @ראש הקהל און @יש להוסיף, פארן אריינלייגן אזויפיל צייט אלס כדי מהנה צו זיין דעם עולם דא אויפן וועלטל, און מברר זיין האמת לאמיתו.
און כ'וויל באטאנען אז הגם איך פיל זיך פאני צו באדאנקן אפאר יאר שפעט, קען איך אבער נישט בלייבן שטיל ווייל איך ווייס וועגן די אומגעהויערע ארבעט וואס ס'נעמט צוזאמצושטעלן אזא פראיעקט, וואס אפי' די וואס קענען נישט די ליין קענען זיך איבערצייגן דערין פון דער פאקט אז די תגובות זענען געקומען אין משך פון אפאר יאר.
כ'וויל נאר מעיר זיין א קלייניקייט:
דאס וואלט לכאורה געדארפט זיין א גרויסע שמחה פאר די באבוב'ער, אז ענדליך איז דא צווי תורות וואס קומען זיכער פונם קד"ץ, אבער זייער שמחה קען נישט זיין קיין פולקאמער, ווייל @ראש הקהל האט נישט מפרט געווען וועלעכע חלק פון די תורה קומט פונם קד"ץ.
איז כדי להעמיד האמת על מכונו וואלט געפאסט אז איינער וואס האט די מעגליכקייט [אפשר גאר @ראש הקהל] זאל איבערפרעגען ר' יעקב יוסל'ען וועלעכע חלק איז פון זיין זייד'ן, און וועלעכע חלק איז צוגעלייגט.
תודה למפרע!

ראש הקהל האט געשריבן:כ'בין געוועהן דעם פארגאנגענע ליל שב"ק ביים עריכת השולחן פון כ"ק אדמו"ר מבית חיים יהושע שליט"א- רבי יעקב יוסל'ע האלברשטאם שליט"א
האט ער דערמאנט ביים תורה דאס באקאנט ווארט פון קדושת ציון אויף ועיני ישראל כבדו מזוקן, ותו"ד בהקדם עובדא מהרה"ק האוהב ישראל מאפטא זצ"ל
אז יעקב אבינו אפילו ער האט נישט געקענט זעהן, אבער דברים שבקדושה האט ער יא געקענט זעהן, האט ער געזאגט כמה וכמה פעמים חזר את דבריו
אז און קדושת ציון האט מען צוגעלייגט און מוסיף געוועהן אבער דער קוטב איז דו זעלבע
הייסט עס שוטין יא א פארלעסליך ווארט פון קדושת ציון אליין, האט מען אויך געטאטשט כאוות נפשם,
ואחר כך אמר, אז נאכדעם וואס דער קדושת ציון האט געזאגט דער ווארט הנ"ל, האט א רב געפרעגט, ס'שטייט דאך שאינם ראויים לברכה, (ממילא זענען זיי ניישט געוועהן אזעלעכע קדושים), האט דער קדושת ציון צוריק גענטםפערט בצחות, אינם ראויים לברכת ברוך שפטרני,
האט רבי יעקב יוסל'ע געזאגט אז פון דעים ווערטל, איז דערנאך געווארן א גאנצע תורה און קדושת ציון, עיין בקדושת ציון ויונעם לך א גאנצע תורה , פון, פטון א פלעינע ווערטל שאינם ראויים לברכת ברך שפטרני
לא באתי רק להאיר ולהעיר
דאס וואלט לכאורה געדארפט זיין א גרויסע שמחה פאר די באבוב'ער, אז ענדליך איז דא צווי תורות וואס קומען זיכער פונם קד"ץ, אבער זייער שמחה קען נישט זיין קיין פולקאמער, ווייל @ראש הקהל האט נישט מפרט געווען וועלעכע חלק פון די תורה קומט פונם קד"ץ.
איז כדי להעמיד האמת על מכונו וואלט געפאסט אז איינער וואס האט די מעגליכקייט [אפשר גאר @ראש הקהל] זאל איבערפרעגען ר' יעקב יוסל'ען וועלעכע חלק איז פון זיין זייד'ן, און וועלעכע חלק איז צוגעלייגט.
תודה למפרע!
כמו שאע"פ שהבן חייב בכבוד אמו, מ"מ הוא ואמו חייבין בכבוד אביו.
כך, אע"פ שאני חייב בכבוד אשר חילקתי עליהם, מ"מ אני והם חייבים בכבוד האמת.
[ר' מנחם די לונזאנו]
כך, אע"פ שאני חייב בכבוד אשר חילקתי עליהם, מ"מ אני והם חייבים בכבוד האמת.
[ר' מנחם די לונזאנו]
Re: על הספר קדושת ציון - באבוב
יישר כח הרב שמן פארן לייגן די לינק