ביכער פון משכילים

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

בני ציון
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 21, 2022 1:16 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני ציון »

שוטה האט געשריבן:
א אינטערעסאנטע זאך וואס כ'מיין אז ס'איז נישט מפורסם, רעק"א אין די תשובות ברענגט דעם ביאור [לגבי דעם אפטייטש פון שמע ישראל].

דער מאטסדארף'ער רב ז"ל האט אמאל פארציילט פאר ר"מ ביק ז"ל אז איינער האט אמאל געפרעגט דעם חת"ס זי"ע פארוואס ער פארפיהרט אזוי קעגן דעם ביאור ווען איינער פון די גדולי הדור קוקט יא אריין אין דעם, האט איהם דער חת"ס גענטפערט אז ס'וועט [אדער ס'האט] איהם שאטן ביי די דורות, האט הרב ביק געפרעגט ווער איז געווען דער גדול, און דער מאטסדארף'ער רב האט פראבירט זיך ארויסצודרייען אבער ס'איז שוין געווען לאחר המעשה און הרב ביק האט נישט נאכגעלאזט, איז דער מאטסדארף'ער רב ווייס געווארן און געזאגט: רעק"א [וכבר מפורסם וואס ס'האט זיך געטוהן אין אייראפע מיט די אייגר אייניקלעך].
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
אהרן חארינער
דער באוואוסטער רשע און משכיל וואס איז געווען רב אין אראד איבער פערציג יאר, פארוואנדלענדיג עס פאר א עיר הנדחת
דער חת"ס שרייבט אין א תשובה אז 'אחר' איז ר"ת אהרן חרינער ראבינער.
כבוד הרב, דאכט זיך אז דער חתם סופר'ס קינדער אליין זענען געווען אייניקלעך פון ר' עקיבא איגר?

מסתבר אז די מעשה איז ס''ה א בארד אויף דעם וואס דער מהר''ם שיק האט פארציילט אז ער האט געפרעגט דער חתם סופר פארוואס מען מעג נישט לערנען די ביאור ווען א גרויסער רב האט עס געלערנט? האט אים דער חת''ס גענטפערט, 'דבאמת לא עלתה לו כראוי בזה'.

אז מרעדט שוין פון חתם סופר אייניקלעך וועלכע זענען זייער שטאלץ מיט זייער יחוס, האב איך געהערט פון א איד וועלכע האט געהערט די פאלגנדע מעשה'לע ממרא דעובדא. ער איז ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל און איינגעשטאנען ביי זיין קרוב דער פרעשבורגער רב זצ''ל. איין טאג איז ער אריבער געגאנגען צו ר' זעליג ראובן בענגיס זצ''ל מגדולי תלמידי וואלאדשין. ר' זעליג ראובן האט אים אויסגעפרעגט ווי ער שטייט איין, האט ער געזאגט ביי זיין קרוב דער פרעשבורגער רב. ריפט זיך ר' זעליג ראובן אן: ''הייסט איר זענט אן אייניקל פון ר' עקיבא איגר?''...

ביי די אונגערישע איז די חשיבות דער חתם סופר, און ביי די ליטווישע ר' עקיבא איגר.
בני ציון
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 21, 2022 1:16 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני ציון »

בחורהזעצער האט געשריבן:
שוין געטראפן דארטן אויך פון ר' ראובן מרגליות, פאסט נישט אין א סאטמערע שטאט
ר' ראובן מרגליות האט א הסכמה פון דער מנחת אלעזר אויף איינער פון זיינע ערשטע ספרים, כאטש ער איז געווען מאנשי המזרחי.
מי חכם האט געשריבן:
עס איז דא א ספר שי למורה (ארויסגעקומען אין בודאפעסט אום תרנ"ה) ווי ער ברענגט בריוון אויסטויש צווישן שי"ר און דעם... חתם סופר! איך האב דעם ספר נישט געטראפן אויף די נעץ, אויב איינער ווייסט מער פרטים דערוועגן און צי עס איז קראנט, זאל זיך אנרופן.

אזוי אויך האב איך געטראפן אויף "דעת" די פאלגענדע ציילן, בלי מקור:

מתנגדיו הציקו לו מאוד. אחרי שאישרה הממשלה את בחירתו לרב בפראג, הלשינו עליו לפני בעל "חתם סופר" בפרעשבורג כי אינו ראוי, והזכירו דברים שכתב ב"כרם חמד" הראשון, שחכמי התלמוד בבבל היו פחותים מחכמי א"י. כאשר התנצל שי"ר עמד ר' משה סופר לימינו והפך בזכותו.
די בריוון ווערן אראפגעברענגט אין ספר'לתולדות משפחת רוזנטאהל'.
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: ביכער פון משכילים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

איז איינער באקאנט מיט די נ"ך וואס ר' משה לנדא מפראג האט ארויסגעגעבן אין די תק"ץ יארן אין פראג, אויב דאס האט שייכות מיט רמ"ד
ווער האט געמאכט דעם ביאור
https://bidspirit.com/portal/?searchAge ... 7%99%D7%9D
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2129
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: ביכער פון משכילים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

loyodea האט געשריבן:
איז איינער באקאנט מיט די נ"ך וואס ר' משה לנדא מפראג האט ארויסגעגעבן אין די תק"ץ יארן אין פראג, אויב דאס האט שייכות מיט רמ"ד
ווער האט געמאכט דעם ביאור
https://bidspirit.com/portal/?searchAge ... 7%99%D7%9D
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=34544
עובר ושב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 25, 2022 1:10 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עובר ושב »

SPUSMN האט געשריבן:
והוא פלאי האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
נה"ו'ס ספרים זענען שוין געוועזן אמאל אויף ה"ב, עליו ועל ספריו ועל צדיקי עולם שיצאו נגדו כתב אחד בבית אהרן וישראל ולאחרונה בקובץ עץ חיים.

שד"ל, הובא בהרבה ספרים שלאחרונה לומדים גם אצל חסידי ....  
שד"ל מובא בהגדה של האדמו"ר מליבאוויטש, שנדפס כהוספה לשו"ע הרב, במקור לסימני הסדר
רבי אביגדור מיללער זצ"ל פלעגט רעדען מיט כבוד אויף שד"ל, אזוי געדענק איך
You are probebly confusing him with

מנחם מנדל לפין מסטנוב
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: ביכער פון משכילים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

Who knows האט געשריבן:
loyodea האט געשריבן:
איז איינער באקאנט מיט די נ"ך וואס ר' משה לנדא מפראג האט ארויסגעגעבן אין די תק"ץ יארן אין פראג, אויב דאס האט שייכות מיט רמ"ד
ווער האט געמאכט דעם ביאור
https://bidspirit.com/portal/?searchAge ... 7%99%D7%9D
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=34544
;l;p-
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8783
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

נא_שכל האט געשריבן:
שוטה האט געשריבן:
א אינטערעסאנטע זאך וואס כ'מיין אז ס'איז נישט מפורסם, רעק"א אין די תשובות ברענגט דעם ביאור [לגבי דעם אפטייטש פון שמע ישראל].

דער מאטסדארף'ער רב ז"ל האט אמאל פארציילט פאר ר"מ ביק ז"ל אז איינער האט אמאל געפרעגט דעם חת"ס זי"ע פארוואס ער פארפיהרט אזוי קעגן דעם ביאור ווען איינער פון די גדולי הדור קוקט יא אריין אין דעם, האט איהם דער חת"ס גענטפערט אז ס'וועט [אדער ס'האט] איהם שאטן ביי די דורות, האט הרב ביק געפרעגט ווער איז געווען דער גדול, און דער מאטסדארף'ער רב האט פראבירט זיך ארויסצודרייען אבער ס'איז שוין געווען לאחר המעשה און הרב ביק האט נישט נאכגעלאזט, איז דער מאטסדארף'ער רב ווייס געווארן און געזאגט: רעק"א [וכבר מפורסם וואס ס'האט זיך געטוהן אין אייראפע מיט די אייגר אייניקלעך].
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
אהרן חארינער
דער באוואוסטער רשע און משכיל וואס איז געווען רב אין אראד איבער פערציג יאר, פארוואנדלענדיג עס פאר א עיר הנדחת
דער חת"ס שרייבט אין א תשובה אז 'אחר' איז ר"ת אהרן חרינער ראבינער.
just to set the record straight!

רעק"א זצ"ל שרייבט דארט אז דער ביאור האט נישט גוט אפגעטייטש די פסוקים, און צוליב דעם איז דער ביאור נישט קיין גוטע ביאור.
איך זעה נישט אז רעק"א זצ"ל זאל אזוי שרייבן
רבי עקיבא איגר מסכת מגילה דף יז עמוד א
וביותר נ"ל דאף הנשים ועמי ארצות אינם יכולים לקרות ולהתפלל בלעז, דהא זה פשוט דכמו בקורא בלה"ק וחסר תיבה אחת או קרא למפרע, אף בענין שלא ישתנה המכוון, כמו במקום אשר ד' אלקיכם נותן לכם קרא אשר נותן לכם ד', דאינו יוצא, הכי נמי בלע"ז צריך שלא יחסר תיבה ולא יקרא למפרע, וכמו שכ' הרמב"ם בהל' ברכות והוא שיאמר אותה כמו שתקנו חז"ל. והמעתיקים ללע"ז לא דקדקו בזה, כאשר ראש המעתיקים ר"מ דעסק בפסוק שמע ישראל לועז דער עוויגע אונזער גאטט איזט איין אייניג עוויגעס וועזען היפך תיבת א' לתיבת ד', גם הבא אחריו ר"י ברי"ל אשר בראש ספרו שהעתקתו ווערטליך איבערזעטצונג וכאשר נטה הרבה מדרך ר"מ דעסא, שראה לתקן ללעוז כסדר הכתוב, אעפ"כ לא שמר כל הסדר כראוי, וגם הוא בפסוק שמע ישראל לועז איזט איין איינציגער אונד עווגער גאטט, היפך ג"כ תיבת אחד לתיבת ד', וגם בפסוק והיו הדברים האלה לועז עס זאללען זיין דיעזע ווארטע, הקדים תיבת האלה לתיבת הדברים, ואני שואל אם נחזור להעתיק מלע"ז זה ללה"ק והיו אלה הדברים לא יצא, ולמה נגרע מה שאומר בלשון קודש מאומר בלשון חול, ואף אם נימא דטבע הלשון לועז ומשפטו כן ומקרי לגבי לשון זה כסדרן, מ"מ מה נעשה בתיבות חסרות מכל וכל, בפסוק והיה אם שמוע תשמעו השמיטו תיבת שמוע, ואם נעתיק מלע"ז ללה"ק והיה אם תשמעו דהוא לשון מעליא, אלא דאתי לדרשא אם שמוע בישן תשמעו בחדש, ואמאי לא יצא, וכן בתיבות את שבכמה מקומות אי אפשר ללעזו וכגון והאדמה לא תתן את יבולה דלא לעזו תיבת את, ובלשונינו אם יאמר והאדמה לא תתן יבולה לא יצא, וכל תיבת את אתין לדרשא אשר אנן לא ידעין ואי אפשר להשמיטם.
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
עובר ושב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 25, 2022 1:10 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עובר ושב »

אךשמח האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
והוא פלאי האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
נה"ו'ס ספרים זענען שוין געוועזן אמאל אויף ה"ב, עליו ועל ספריו ועל צדיקי עולם שיצאו נגדו כתב אחד בבית אהרן וישראל ולאחרונה בקובץ עץ חיים.

שד"ל, הובא בהרבה ספרים שלאחרונה לומדים גם אצל חסידי ....  
שד"ל מובא בהגדה של האדמו"ר מליבאוויטש, שנדפס כהוספה לשו"ע הרב, במקור לסימני הסדר
רבי אביגדור מיללער זצ"ל פלעגט רעדען מיט כבוד אויף שד"ל, אזוי געדענק איך
ר' אביגדור האט אויך גערעדט גוט אויף רמײד אליין.

ער האט געזאגט אז ער האט זיך טועה געווען אין דעם וואס ער האט געמיינט אז יעדער קען גיין אויף דעם מהלך ווי ער, וואס האט געהאט א גאר גוטן קאפ.

אויך האט ער גערעדט איבער זיין ביאור אויפן חומש אין וואס רבי אביגדור האט געזען אלס שיינער מפרש.
"This is what Reb Avigdor writes about Moses Mendelssohn in his book "Divine Madness

A Divine Madness
אטעטשמענטס
1_page-0001.jpg
1_page-0001.jpg (243.35 KiB) געזען 1225 מאל
22-min.jpg
22-min.jpg (328.51 KiB) געזען 1225 מאל
3-min.jpg
3-min.jpg (362.82 KiB) געזען 1225 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”