על הספר עולמו של אבא ומחברו

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

לייפציק האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:
לייפציק האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:זהו עולמו של באבא...

נו, דרך ארץ פאר א רב א תלמוד חכם.


קודם זאל דער הייליגער בעל 'עולמו של באבא' האבן דרך ארץ פאר די גדולים אויף וועמען ער שרייבט....

אנטשלדיגט אבער ביי אידן איז דאס נישט קיין היתר, ארויסצוגעבן א לשון הרע ביכל.
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:שטארק בולט, כמעט ווארט פאר ווארט.

דער שיחות מוהרא"ש איז דען נישט ארויסגעקומען שפעטער?

ווער גנב'ט פון וועם?
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

אלס שרייבער ווייס איך אז ס'איז א נארמאלע זאך אז א תורה שרייבער זאל גענוי נאכשרייבען אן עובדא פון ווי דער רבי האט עס גענומען..
פארוואס זאל דער שרייבער זוך דארפן מוטשען און עס אראפלייגען באופן חדש, דער ארבעט איז איהם גרינגע אזוי.

איי, מוהרא"ש פארוואס האט ער נישט געהאט א פראבלעים צו נעמן עובדות פון עולמו של אבא, ראשית, ווייל רוב עולם (איבערהויפט יענע יארן) האט גענאשט פון איהם, און כמעט קיינער האט נישט געהאט א פראבלעים מיטן עולמו של אבא. ושנית והוא העיקר, ווייל דאס איז סטענדערט מעשיות וואס מ'דערציילט נאך אויפ הרה"ק רבי ישעי' לע זצ"ל אז מ'זאל טרעפען עפעס א סתירה דערין, סאו מה כל הרעש? ווייסיך נישט.
אגב, שיחות מלוה מלכה האט אויך אסאך ענדליכקייטן מיט עובדות פון עולמו של אבא, הגם נישט מיט דו לשון הרע'ליך וכדומה מעשיות, אבער דו רבנישע מעשיות יא, אבער ס'איז מען תורה'דיג און שענער געשריבען, אבער מ'קען לכאורה זעהן אז רבי נתן געשטעטנער האט עס גענוצט.
חתם סופר'ניק
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2020 3:59 pm

Re: על הספר עולמו של אבא ומחברו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חתם סופר'ניק »

א אינטערעסאנטע נקודה

הגאון ר' אביגדור מיללער ז"ל האט געזאגט אמאל א משל אויף די חסידים און די ליטאים

א טאטע האט פארמאגט צוויי קינדער מפונקים איינער האט נאר געקענט עסן מילכיג און דער צווייטער האט נאר געקענט עסן פליישיג, האט ער זיי געמאכט צוויי באזונדערע קיכן ווי מהאט סערווירט אין איינס בלויז מילכיגס און אין די צווייטע בלויז פליישיגס, מיט די צייט איז דער טאטע געווארן א יורד און ער האט זיך מער נישט געקענט ערלויבן צו צושטעלן נאר געקאכטע פאטעיטעס.. האבן די קינדער באשלאסן וואס פעלט אונז אויס צוויי קוכן?? אונז עסן דאך ביידע פאטעיטעס סייווי
אזוי זעהט אונזער אידישקייט אויס היינטיגע טעג, אלעס איז ליידער געווארן חצוניות'דיגע פאטעיטעס במילה איז שוין אלעס היינט איין חילוק, דער עיקר איז מזאל זיין א ערליכע איד
------

זעה איך אז דער עולמו של אבא ברענגט נאך אקוראט דעם משל פונעם לבושי מרדכי ז"ל

האט הגאון ר' אביגדור מעיין געווען אין דעם בוך עולמו של אבא?
אפשר איז דאס געווען א וועלטס משל?
עמדין
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 6:00 pm

Re: על הספר עולמו של אבא ומחברו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמדין »

חתם סופר'ניק האט געשריבן:א אינטערעסאנטע נקודה

הגאון ר' אביגדור מיללער ז"ל האט געזאגט אמאל א משל אויף די חסידים און די ליטאים

א טאטע האט פארמאגט צוויי קינדער מפונקים איינער האט נאר געקענט עסן מילכיג און דער צווייטער האט נאר געקענט עסן פליישיג, האט ער זיי געמאכט צוויי באזונדערע קיכן ווי מהאט סערווירט אין איינס בלויז מילכיגס און אין די צווייטע בלויז פליישיגס, מיט די צייט איז דער טאטע געווארן א יורד און ער האט זיך מער נישט געקענט ערלויבן צו צושטעלן נאר געקאכטע פאטעיטעס.. האבן די קינדער באשלאסן וואס פעלט אונז אויס צוויי קוכן?? אונז עסן דאך ביידע פאטעיטעס סייווי
אזוי זעהט אונזער אידישקייט אויס היינטיגע טעג, אלעס איז ליידער געווארן חצוניות'דיגע פאטעיטעס במילה איז שוין אלעס היינט איין חילוק, דער עיקר איז מזאל זיין א ערליכע איד
------

זעה איך אז דער עולמו של אבא ברענגט נאך אקוראט דעם משל פונעם לבושי מרדכי ז"ל

האט הגאון ר' אביגדור מעיין געווען אין דעם בוך עולמו של אבא?
אפשר איז דאס געווען א וועלטס משל?

עס איז געווען און איז נאך אלס א וועלט משל, און ניין ר' אביגדור האט לכאורה 'נישט' מעיין געווען אין עולמו של אבא.
לעורר לב
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 03, 2021 7:04 pm

Re: על הספר עולמו של אבא ומחברו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעורר לב »

איז דא צו טרעפן אויפן וועב די אריגינעלע עולמו של אבא פאר די צענזור?
אוועטאר
אידישע היסטאריע
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 23, 2021 12:09 am
לאקאציע: ביים מוכר ספרים

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע היסטאריע »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 9:10 pm
6) אין דף קלג-קלד בתוך זיין אריכות בנוגע פרשת חיטשע און די אייניקלעך וואס האבן געוואוינט אין טשעטשאוויץ און כלומרשט גערודפט די רבנים, שטייט דארט א מעשה אז זיין זיידע דער טשעטשאוויצער רב, אלס פרישער רב אין טשעטשאוויץ, פארן סדר -שוין זיצענדיג מיט הייליגע מלבושים וואס ער האט געירשנט פון זיין שווער דער מנוחת אשר און זיין טאטע - האט אים א געוויסער חיטשער אייניקל געפרעגט א שאלה אז מ'האט פארגעסן צו טובל'ן די כוסות, און "בתור רב צעיר לא ידע מה להורות וכו' לא היה לו מושג איפה דין זה נמצא", פלוצלינג האט ער איינגעדרימלט און זיין "טאטע" (בעל דברי רנ"ף) איז אים געקומען אין חלום און אנגעצייכנט וועלכע סימן אין שו"ע צו קוקן.

די מעשה אזוי ווי ער לייגט עס אראפ דארף מען זיין א שוטה צו גלייבן, איר הערט א רב א גאון בקי בש"ס בזקנותו, האט אלט זייענדיג קרוב צו פופציג (געבוירן אין תקפ"ג, און געווארן רב אין טשעטשאוויץ לערך תרל"א) ווען ער איז שוין געווארן רב אין די צווייטע שטאט (נאך באלקאן) און נאך דערצו א מכובד'יגע שטאט איבערנעמענדיג דעם פאסטן פון חשוב'ע רבנים, האט נאך אפילו נישט געוואוסט און כנראה פון די מעשה קיינמאל נישט געלערנט א הלכה וואס שטייט דריי מאל אין שולחן ערוך (אין יעדע פלאץ וואס ס'איז שייך צו דערמאנט ווערן), אין או"ח הלכות שבת (רס"א טו"ז ס"ק א', שכ"ג סעיף ז'), אין הלכות יום טוב (סימן תק"ט סעיף ז' צייכנט צו צו סימן שכ"ג הנ"ל), און אין יו"ד הלכות טבילת כלים (סימן ק"כ סעיף ט"ז).

די מעשה שטייט אבער אין די תולדות פון מנוחת אשר געדרוקט אין ספר מנוחת אשר אונטערן נאמען בית אשר אהל שרה, מיט אסאך גרויסע שינויים. דער מספר דארט איז ר' לוי יצחק מילער, דעם פעטראשאנער רב'ס עלטערער זוהן, בשם זיין טאטען. די מעשה איז געשען אין באלקאן (אלס פרישער רב ממש), נישט אין טשעטשאוויץ. נישט אז ער האט נישט געהאט קיין אהנונג, נאר פון נערוועזקייט האט ער זיך נישט געקענט דערמאנען קיין זאך. און אין חלום איז געקומען זיין שווער דער מנוחת אשר (וועלכער האט נאך געלעבט!), און צוליב דעם מופת פלעגט ער רופען זיין שווער "דער הייליגער שווער". (מובן אויך אז די דראמאטישע פתיחה צו די מעשה אין עולמו של אבא, אז ער איז געזעצן דעמאלס ביים סדר מיט בגדים וואס ער האט גע"ירשנט" פון זייט טאטען און שווער, איז נישט אמת, ווייל זיי האבן נאך געלעבט. אזוי אויך האבן די חיטשער אייניקלעך אין טשעטשאוויץ נישט געפרעגט קיין שאלות פארן סדר איר באלקאני פופציג מייל אוועק...)

איך האב נארוואס באמערקט אז ער שרייבט דארט אויך (עמוד קל"ג) אלס איינס פון די מעשיות וואס האבן פאסירט מיט זיין זיידן מיט די חיטשער אייניקלעך, א גאנצע שערוריה איבער אן עוף אן א הארץ וואס ער האט מכשיר געווען און די חיטשער האבן אים גע'רודפ'ט דערוועגן. אינטערעסאנט אז זיין זיידע האט נישט געוואוסט צו זאגן פון די תשובה אין חכם צבי וואס איז עס מתיר, און דער חכם צבי האט זאגאר געהאט ממש די זעלבע שערוריה דערוועגן וואס האט זאגאר צוגעברענגט ער זאל אפלאזן די רבנות אין אה"ו.
מיר האפן ארויפצולייגן יעדע וואך-צוויי אן אפהאנדלונג איבער שטיקעלעך אידישע היסטאריע.

פאר הערות והארות קען מען זיך ווענדן אין אימעל צו [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”