בוך: פעסקא פרידמאן - גייען פאראויס
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
בוך: פעסקא פרידמאן - גייען פאראויס
איך האב שוין געליינט די בוך צוויי מאל בערך פסח צייט, עס איז מיר א חידוש אז עס איז נאך נישט באשריבען דא,
עס איז איז אויסגעשטעלט ווי א טאג בוך, געשריבען דורוך פעסקא פרידמאן טאכטער פון הרהג"צ נתן דוד ראבינאוויטץ זצ"ל מען האט אים געריפן פארצעווער רבי זון פינעם ביאלער רבי בעמח"ס דברי בינה ער האט געוואינט און שעדליץ איר מאמע איז געווען א טאכטער פון סאסעעווער סטריזובער רבי שפירא
עס איז מיר א חידוש אז די בוך איז נאך נישט ברייט באשריבען דא,
עס א גאר גאר זעלטענע אינטערסאנטע בוך, סיי איבער די שרייבערקע אליינס, און סיי איבער טאטע'נס גאנצע משפחה, עס איז ארויסגעקימען בערך א האלב יאר צירוק איבערגעשריבען פון א ענגלישע בוך,
מען קען שרייבען זייער אסאך איבער די בוך, סיי איבער איר טאטענס צוגאנג צו חינוך, א גאנג וואס איך מיר קענענן נאר חלמ'ען היינט צוטאגס אבער עס עקזעסטירט נישט, דהיינו איר טאטענס צוגאנג צו מאדעס און דאס גלייכען, איר טאטענס צוגאנג צי חינוך איז היינט צטאגס פסול,
מען קען שרייבען זייער אסאך איבער מאמע, וואס קיקט אויס אז זי איז געווען א עכטע רבצין מיט א שמוץ אריבער
און מען קען שרייבען זייער אסאך איבער די שרייבערקע וואס לעבט נאך היינט צוטאגס לאוי"ט, אירע ברידערס און שוועסטערס
מען קען נאך באקימען די בוך, לויפט און קויפט עס, איך האב איצט דערמאנט דערפון ווייל א חבר מיינער האט עס גאר לעצטענס געקויפט, און גערעדט מיט מיר דערוועגן

-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 260
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 12:56 pm
אין די דריטע תגובה פון די בלאט האב איך דערמאנט וועגן די בוך
viewtopic.php?f=63&t=13623
איך האב געליינט די בוך מיט א שטארקע אינטערעסע, עס איז מורא'דיג אינטערסאנט און היסטאריש בפרט פאר צאצאי תלמידי בית מונקאטש וכדו'
איר ברודער איז געווען הרב ברוך ראבינאוויטש ע"ה דער איידעם פון הגה"ק בעל מנחת אלעזר זצ"ל און טאטע פון כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א
בדרך אגב ברענגט זי דארט בילדער פון כ"ק אדמו"ר ממונקאטש ודינוב שליט"א בילדותם

סאדע_באטל האט געשריבן:דא רעדט מען דערפון
גערעכט, אבער עס זיך א עקסטער אשכול, סיי איבער די פרטים פינעם בוך, פרטים איבער טאטע, פרטים איבער אירע געשוויסטער, פרטים איבער אירע קינדער, פרטים איבער די מהלך החינוך און יענע צייטען, אא"וו
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 260
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 12:56 pm
- גראדער
- שר האלף
- תגובות: 1097
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
- לאקאציע: אין די הויזן
געליינט דעם בוך, שטארק הנאה געהאט, אבער פון עקספיריענס וועט פאסירן נאר איינס פון די צוויי, אדער וועט זיין א שמועס פונעם טאטנס דרך אין חינוך, אדער וועט דער אשכול פארבלייבן... ביידע וועט נישט פאסירן.
ס'איז א מורא'דיגער פענסטער צו כאפן א בליק אויפן עבר, א קאפיטל היסטאריע, געשריבן אויף א לייכטע שפראך, א געשמאק צו ליינען.
דרך אגב איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן, אויפן דעקל שטייט א געשיכטע פון אמונה און אוסדוער, עפעס אזוי, וואספארא בעשעפעניש איז דאס?

לעצט פארראכטן דורך גראדער אום מיטוואך יוני 22, 2011 4:18 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35437
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
פיבער מעסטער האט געשריבן:
איר ברודער איז געווען הרב ברוך ראבינאוויטש ע"ה דער איידעם פון הגה"ק בעל מנחת אלעזר זצ"ל און טאטע פון כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א
בדרך אגב ברענגט זי דארט בילדער פון כ"ק אדמו"ר ממונקאטש ודינוב שליט"א בילדותם
אינגערמארטשיק, א איד וואס האט געדינט אלס רב בישראל און רבי פון טויזענטער חסידים מעגט איר נארמאל באטיטלען.
מען זאגט אויף גדולים וטובים אז מען האט אים אויך אין די שפעטערע יארן גערופן "מונקאטשער רב".
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
דער בליץ האט געהאט א לאנגע אינטערוויו מיט איר כ"א כסלעוו זי האט דארט פארציילט ווי אזוי זי איז באפרייט געווארען מיט דעם רבין זיע אין די זעלבע באן
עס האט מיך זייער שטארק געווינדערט וואס זי שרייבט אז זי האט זיך אויפגעוועקט אינמיטן די נאכט אינעם טינקעלעם וואגאן און געזען ווי זי ליגט אנגעלאנט אפען רבינס פיס זי האט זעך שנעל אוועק געריקט און דער רבי האט איר געזאגט סאיז גוט זארג דיר נישט מיין קינד גיי צוריק שלאפן
זי פארציילט וואס די הארציגע ווערטער פונעם רבין האבן געמיינט צו א איר א יתומה וואס האט פארלוירן איר טאטע מאמע אינמיטן די טינקעלע קריג
אט דאס איז א אמת'ע גדול בישראל
עס האט מיך זייער שטארק געווינדערט וואס זי שרייבט אז זי האט זיך אויפגעוועקט אינמיטן די נאכט אינעם טינקעלעם וואגאן און געזען ווי זי ליגט אנגעלאנט אפען רבינס פיס זי האט זעך שנעל אוועק געריקט און דער רבי האט איר געזאגט סאיז גוט זארג דיר נישט מיין קינד גיי צוריק שלאפן
זי פארציילט וואס די הארציגע ווערטער פונעם רבין האבן געמיינט צו א איר א יתומה וואס האט פארלוירן איר טאטע מאמע אינמיטן די טינקעלע קריג
אט דאס איז א אמת'ע גדול בישראל
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 260
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 12:56 pm
קענטעלאופ האט געשריבן:דער בליץ האט געהאט א לאנגע אינטערוויו מיט איר כ"א כסלעוו זי האט דארט פארציילט ווי אזוי זי איז באפרייט געווארען מיט דעם רבין זיע אין די זעלבע באן
עס האט מיך זייער שטארק געווינדערט וואס זי שרייבט אז זי האט זיך אויפגעוועקט אינמיטן די נאכט אינעם טינקעלעם וואגאן און געזען ווי זי ליגט אנגעלאנט אפען רבינס פיס זי האט זעך שנעל אוועק געריקט און דער רבי האט איר געזאגט סאיז גוט זארג דיר נישט מיין קינד גיי צוריק שלאפן
אט דאס איז א אמת'ע גדול בישראל
אין די בוך שרייבט זי אביסעלע אנדערש, זי שרייבט אז זי האט זיך געטראפן ליגן "הארט לעבן" רבי'ן בשעת די רבי איז געווען איינגעוויקלט אינעם טלית ותפילין אינמיטן דאווענען, און אויף דעם ארויף האט איר דער רבי געזאגט אז ס'איז גוט זארג דיך נישט מיין קינד גיי צוריק שלאפן.
ווען מען פארציילט א מעשה קען קליינע שינויים אסאך אויסמאכן, ודי.
- שמעלקא טויב
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5396
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
- לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!
פארוואס איך קען נישט אראפלייגן דעם בוך?
קודם ווייל ס'האט א געוואלד מיט חן צו ליינען עפעס וואס איז געשריבן הונדערט פראצענט נאטורליך!
ווי אויך שרייבט צו פון איר טאטען'ס הויז, עפעס זייער שיין און פרעכטיג. איר באשרייבונג שטימט מיטן הדרת פנים פון איר פאטער זצ"ל!
איר איבערלעבעניש מיט אמונה איז עפעס אויסערגעווענדליך!
אביסעל פון איר ברודער רבי ברוך'ס פעולת ביי די קריג קען מען ליינען צווישען די שורות, ווי אויך איבער זין התמדת התורה.!
איי ווי באטעמ'ט, ר' חיים בער מיט די רעבעצין זענען מיטגעפארן מיט ר' ברוך'ל קיין בודאפעסט כדאי אים נישט צו לאזן אליין!
א גוזמא פון פינעף טויזענט פארציאנען אויסגעטיילט ביים דינובער רבי'ס ברית און דער פאטער האט געדרשנ'ט פאר דריי שעה!
און נאך און נאך און נאך...
-
זי האט א בילד אינעם בוך פון הרבנית הצדיקת מסאטמאר ע"ה זיך שפילענדיג מיט א קינד אין הויף פון ר' משה גראס ע"ה אין שווייץ. אויב ס'שטימט, איז דאס קינד הגאון ר' שלמה גראס שליט"א דומ"ץ בעלז אין בארא פארק, א זון פון ר' משה ע"ה.
בכלל שרייבט זיי זייער שיין פון די רעבעצין ע"ה ווי זי האט זיך אוועקגעגעבן פאר יעדעם.

- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3031
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
מ'דארף אין קענטעניס נעמען אז די שרייבערין איז א העכסט מאדערענע פרוי און זי מאלט אראפ איר טאטן מיט די פארבן וואס זי וויל,
אין די ענגלישע ווערסיע שרייבט זי אז איר טאטע האט איר געגעבן ביכער צו ליינען כדי צו לערנען גוט די שפראך "עיווריט", למעשה ווען מ'האט איר געפרעגט פערזענדליך וועלעכע ביכער זי האט באקומען פון פאטער צו ליינען האט זי געזאגט א שטייגער ווי שבט מוסר, מנורת המאור...
ווען זי שרייבט אז איר טאטע האט געלאזט גיין מיט מאדעס, אפי' אויב ס'איז אמת מוז מען פארשטיין אז איר טאטע האט געהאט פיל גרעסערע פראבלעמען ווי מאדעס, ווען אידישקייט אליין איזי[ געוועהן אזא סכנה דארט איז מאדעס געוועהן פון די קליינע פראבלעמען, ער האט געלייגט מער געוויכט אויף עצם אידישקייט ווי אויף זייטיגע זאכן, זי שרייבט אז איר טאטע צו איר מאמע האט איר געבעטן זי זאל גיין מיט א שייטל, איז נישט פשט אז זיי האבן פארלאנגט שייטלען, זיי האבן פשוט געוואלט פארזיכערן אז מיט אייגענע האר נישט,
כהנה וכהנה קען מען זעהן צווישן די שורות אז זי שרייבט עס מיט איר בליק, למען האמת מוז מען וויסן דער מצב פון פוילן אין יענע תקופה, דער אלכסאנדערע רבי (בעל עקידת יצחק) וועלכע האט זיך משדך געוועהן מיט איר פאטער און ער איז נעבאך אוועק דריי וואכן פאר די חתונה איז געקומען קיין שעדליץ צו די חתונה, ווען ער האט געזעהן דער מצב אין שטוב דארט האט ער געזאגט אז ער לאזט נישט איבער דעם זון דא, ער נעמט אים אהיים צו זיך, ער איז פארבליבן דארט אפאר וואכן נאך די חתונה, דער גרויסער אלעכסאנדערע רבי איז געבליבן אין שעדליץ עטליכע וואכן און דערנאך אהיים גענומען דעם זון מיט די שנור צו זיך אהיים מחמת פחד אז זיי וועלן חלילה גליטשן דארט,
זי רעדט בכלל נישט אז ביי איר מאמע'ן אינדערהיים האבן זיך געדרייט כל מיני מענטשן וועלכע האבן משפיע געוועהן לרע אויף די קינדער, זי לייגט אראפ כאילו איר מאמע האט געהאט א הכנסת אוחרים און געגעבן צו עסן גוטוויליג פאר אורחים, אבאוואס, זי האט געהאט א רעסטאראנט ווי זי האט פארקויפט עסן פאר כל מיני מענטשן, וואס דאס אליין דארף א ביאור פאר זיך, בעת ווען דער פארציווע רבי איז געוועהן א רבי פאר אסאך חסידים האט זיך נישט געמאכט קיינער וואס זאל אויסהאלטן די שטוב און זי האט נעבאך געמוזט פארקויפן עסן פאר געלט,
מאנכע זאגן אז דאס איז געוועהן דער שורש פון אסאך פראבלעמען אין שטוב, זי איז געוועהן דער זווג שני פונעם פארציווע רבי, און די חסידים האבן איר נישט געגליכן, זי איז געוועהן א גאליצינער א גארליצער אייניקל, פון א אנדערע טייג געקנאטן און ס'האט נישט געקלאפט דער שלום דארט,
בעצם איז אבער דער ביכל א מיינסטער ווערק, זי שרייבט גוט, און זייער אסאך אינטרעסאנטע פאקטן, און אסאך טרויעריגע קאפיטלעך אין די מונקאטש'ע געשיכטע, וועלכע פילט אן דאס הארץ מיט רחמנות,

http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
ש''ץ מ''ץ ידידי חביבי שיחי' אלס איין מונקאטשער אנהענגער מבית אבותיו . פארשטיי איך דיין ווייטאג . אבער זאלסט געדענקען אז דער פארצאווער\רבי האט געהאט קינדער מזוו''ר למשל דער לברטובער רבי וואס איז אויפגעוואקסען בייא זיין טאטען וואס איז געווען אויס געטהון
פין דיא וועלט אין איינער פין זיינע גרעסטע שטיצער'ס איז געווען הרה''ק ר' שימעלע זעליכעווער הי''ד וואס איז געפאהרען ציא איהם אויף שבתים
אין מיט געברענגט בחורים וואס זענען געווארען זיינע חסידים . ס'איז גרינג ציא ווארפען דיא שולד אויף אנדערע . אבער פרעג זיך נאך פאר
וואס זיא האט זיך געגעט מיט דעם ערשטען מאן .דער פארצעווער רבי איז געווען א גרויסער בעל מחשבה אין פארקערפערט אין זיך קאזניץ
קארלין-סטאלין מיט פרשיסחא . קאזניץ האט געהאט אין זיך פרימקייט אבער דיא אנדערע צווייא נישט . עהר איז געווען זייער א קלוגער א
בעל מחשבה שולט געווען אויף זיך נישט קיין בעל התפעלות . עהר איז ליידער אוועק געריסען געווארען פלוצלינג .אין נישט אויף געהאדעוועט
דיא קליינע קינדער . ס'איז אמת עהר האט געשוועבט אין העכערע ספירות .
פרעג זיך נאך וויא אזוי ס'האט אויס זעזעהן מונקאטש מיט דיא געגענט פאר דיא קריג . קיק דיא בילדער ר בילד איז זאגט מעהר וויא טויזענט
ווערטער . גייא אריין אין מונקאטשער בית מדרש אין בארא-פארק אין געב א קיק וויפיל בערד איז דארט דא .סא פליז קיק אביעקטיוו .
פין דיא וועלט אין איינער פין זיינע גרעסטע שטיצער'ס איז געווען הרה''ק ר' שימעלע זעליכעווער הי''ד וואס איז געפאהרען ציא איהם אויף שבתים
אין מיט געברענגט בחורים וואס זענען געווארען זיינע חסידים . ס'איז גרינג ציא ווארפען דיא שולד אויף אנדערע . אבער פרעג זיך נאך פאר
וואס זיא האט זיך געגעט מיט דעם ערשטען מאן .דער פארצעווער רבי איז געווען א גרויסער בעל מחשבה אין פארקערפערט אין זיך קאזניץ
קארלין-סטאלין מיט פרשיסחא . קאזניץ האט געהאט אין זיך פרימקייט אבער דיא אנדערע צווייא נישט . עהר איז געווען זייער א קלוגער א
בעל מחשבה שולט געווען אויף זיך נישט קיין בעל התפעלות . עהר איז ליידער אוועק געריסען געווארען פלוצלינג .אין נישט אויף געהאדעוועט
דיא קליינע קינדער . ס'איז אמת עהר האט געשוועבט אין העכערע ספירות .
פרעג זיך נאך וויא אזוי ס'האט אויס זעזעהן מונקאטש מיט דיא געגענט פאר דיא קריג . קיק דיא בילדער ר בילד איז זאגט מעהר וויא טויזענט
ווערטער . גייא אריין אין מונקאטשער בית מדרש אין בארא-פארק אין געב א קיק וויפיל בערד איז דארט דא .סא פליז קיק אביעקטיוו .
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35437
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 260
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 12:56 pm
רבבה האט געשריבן:פרעג זיך נאך וויא אזוי ס'האט אויס זעזעהן מונקאטש מיט דיא געגענט פאר דיא קריג . קיק דיא בילדער ר בילד איז זאגט מעהר וויא טויזענט
ווערטער . גייא אריין אין מונקאטשער בית מדרש אין בארא-פארק אין געב א קיק וויפיל בערד איז דארט דא .סא פליז קיק אביעקטיוו .
רבבה'לע פאלג אליין דיין עצה אין פרעג דיך נאך וויאזוי מונקאטש מיט די געגנט האט אויסגעזעהן פאר די קריג, דורכגעווייקטע חסידישע אידן האבן זיך געדרייט ביים מנחת אלעזר אין בית מדרש, (חוץ די נאך פילע בתי מדרשים), א שיינע שבת א יום טוב האט די שטאט געווירבלט מיט חסידים ואנשי מעשה, במשך די עטליכע יאר (נאר די לעצטע יארן) וואס דער מנחת אלעזר האט געהאט א ישיבה האבן דארט זיך געהאדעוועט הונדערטער בחורים יראי השם וואס זייער התנהגות איז נאך א שם דבר עד היום הזה.
לאמיר פארשטיין וואס די שרייבסט "גיי אריין אין מונקאטשער בית מדרש אין בארא פארק אין געב א קיק וויפיל בערד איז דארט דא." קודם כל ווען זאל אריינגיין???? כהיום יום לעבן שוין נישט מער ווי געציילטע ש'בגעציילטע מונקאטשע תלמידים ליידער דוק ותשכח!!! און אדרבה איך האב טאקע געקענט צענדליגער מונקאטשע תלמידים וואס האבן געוואוינט אין אמעריקא נאך די קריג, אלע איינס ביי איינס זענען געווען אויסגערופענע חשוב'ע אידן "מיט פילע בערד" אידן וואס האבן געהאט א חיות אין א בלאט גמרא, און האבן גערעדט מיט א פייערדיגע התלהבות פון זייער הייליגן רבי'ן דעם מנחת אלעזר זי"ע, עס זענען געווען געציילטע וואס האבן נישט געהאט קיין בערד. (און אזעלכע געציילטע זענען דא תלמידים פון סאטמאר, פאפא, וויזניץ, און נאך און נאך)
אמת עס זענען געווען אין מונקאטש א גרויסע ציוניסטישע באוועגונג וואס האט אריינגענומען אין זיך אסאך, אבער זיי האבן זיך בכלל נישט אנגעקערט מיט די חסידי'שע עולם און מיט די חסידי'שע קהילה, און עס האט טאקע נישט געהאט קיין השפעה בכלל אויף די ערליכע מונקאטשע קהילה בראשות דעם מרא דאתרא דעם מנחת אלעזר זי"ע, וואס די וואס האבן זיך געהאלטן אינטער זיין השפעה האט די אידישקייט ביי זיי געשפרודלט און האבן אויפגעצויגן ערליכע קינדער לשם ולתפארת ביז'ן היינטיגן טאג.
סא פילז קיק אביעקטיוו!
יהיה כן האט געשריבן:אלס א מונקאטשער פון דערהיים בין איך נישט אטנגאנצן מסכים מיטן פיבער מעסטער
מונקאטש איז געגאנגען א גאנג תיכף נאך די פטירה פון מנח״א, הלא דבר הוא, ומי היה האב״ד אז? אחיה של פעסקא פר״מ
נו שוין, וואס דארף מען רעדן?
יהי כן האסט אפשר געזעהן א מאהל בילדער פין דעם רב'ס טאכטער'ס חתונה ...וואס דאס איז נאך געווען בחיי פין מנחת אלעזר .
איך בין רוב ימי חיי אויפגעוואקסען מיט יודען וואס זענען געבוירען געווארען אין מונקאטש . אין דארט געוואינט . אין איך רעד פין צענדליגער יודען .
מונקאטשער חסידים אין חסידים פין אנדערע קרייזען .איך האב א פעטער זאל מאריך ימים זיין וואס האט געלערנט ביים מנח''א דרייא גאנצע יאהר .
ריכטיג, אגב חורפיה פונם מנחת אלעזר האט עס - ווי מ׳זאגט - געבעקט פייערט...
בחייו איז נאך געווען עטוואס א מורא פון אים, אבער לאחר פטירתו האבן די אלע ׳פארשלאפענע צעלן׳ געהויבן דעם קאפ
און אויב מען מעג ציגעבן.... זענען די אלע מחלוקה׳לעך אין מונקאטש מיט אנדערע הויפן וד״ל, אויך היבש שולדיג געווען......
(מיין זיידע ז״ל איז שוין געווען פון דעם ממלא מקום׳ס תלמידים....)