ספר תפארת ישראל על משניות

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

ספר תפארת ישראל על משניות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

די ברייטבאקאנטע פירוש אויף משניות תפארת ישראל וואס ווערט געלערנט ביי כמעט גאנץ כלל ישראל, איז געשריבן געווארן (בעיקרו) דורך הגאון האדיר ר' ישראל ליפשיץ רב דק"ק דאנציג. די פירוש באשטייט פון דריי חלקים. א) א ביאור קצר אן פלפולים ווערט גערופן יכין. ב) בועז דאס איז די חלק הפלפולים. ג) הלכתא גבירתא סוף יעדע פרק וואס נעמט צוזאם די הלכות וואס קומען ארויס פון די פרק. פונעם גאנצן ספר זעהט מען די אויסטערלישע בקיאות און גאונות פונעם מחבר.

א גרויס טייל דערפון איז געשריבן געווארן דורך זיין זוהן ר' ברוך יצחק אב"ד לאנדסבערג. עפ"י רוב ווערט דאס אנגעצייכט מיט די ר"ת אב"י (=אמר ברוך יצחק). אויך די חלק הלכתא גבירתא פון פ"ב אין מסכת שבת איז געשריבן דורך רב"י.

אבער כידוע איז געווען אסאך קרייזן ווי מ'האט נישט געלערנט אין די משניות'ער. די סיבות דערצו איז דא אסאך גירסאות, אדער צוליב זיין מחלוקה מיט ר' עקיבא אייגער זצ"ל. צו ווייל ער שרייבט אסאך מאל פשט קעגן ראשונים (און צומאל אפי' קעגן גמרות מפורשות) אינטערעסאנט אז אין זיין הקדמה שרייבט ער אז ביי זיינע אייגענע פירושים שלא כדברי הראשונים האט צוגעלייגט א שטערן, למעשה האבן עס די מדפיסים ארויסגענומען. צו צוליב די דרוש אור החיים סוף נזיקין א' באנד (פאר נישט לאנג צוריק פלעגט עס נאך זיין ארויסגעריסן פון יעדע משניות...) ווי ער נעמט אן אז די דמיונות פון די חוקרים איבער מאדנע ברואים (דייניסאר"ס) איז אמת און אז דאס איז פשט בונה עולמות ומחריבן און דאס איז די ברוכווארג...

איך האב נישט געזעהן אדער געהערט א סיבה צו התנגדות אז ער (זיין זון) ברענגט אסאך צו (צענדליגע אדער הונדערטע מאל!) דער אפיקורס משה דעסויער (מיט די ר"ת רמ"ד אדער רמבמ"ן), למעשה קען דאס ווען נאך זיין די שטערקסטע טעם. בימים ההם אנהייב שנות הת"ר האט שוין יעדער געזעהן די ביטערע חורבן וואס מ"ד האט אנגעמאכט, איז זייער מאדנע פארוואס ער ווערט צוגעברענגט אזויפיל מאל.

למעשה ווערט די פירוש געלערנט איבעראל, הרה"ק ר' יענקעלע מ'פשעווארסק זי"ע האט אמאל געפרעגט הרה"ק מהר"י מ'סאטמאר זי"ע צו ער לערנט די פירוש האט ער גענטפערט ווען כ'פארשטיי נישט א משנה קוק איך אריין צו זעהן וואס ער זאגט.

ווער עס קען זאל מוסיף זיין ביטע.
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:איך האב נישט געזעהן אדער געהערט א סיבה צו התנגדות אז ער (זיין זון) ברענגט אסאך צו (צענדליגע אדער הונדערטע מאל!) דער אפיקורס משה דעסויער (מיט די ר"ת רמ"ד אדער רמבמ"ן), למעשה קען דאס ווען נאך זיין די שטערקסטע טעם. בימים ההם אנהייב שנות הת"ר האט שוין יעדער געזעהן די ביטערע חורבן וואס מ"ד האט אנגעמאכט, איז זייער מאדנע פארוואס ער ווערט צוגעברענגט אזויפיל מאל.
דו ביזט זיכער אז די ר"ת מיינט טאקע דעם משכיל?
עס הערט זיך שווער, טאקע ווי דו זאגסט, אז עס וואלט געדארפט זיין א דבר ידוע.

וואס איך האב געהערט איז אז דער זון ר' ברוך האט עפעס נישט געטויגט.
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

ברור כשמש. גיי נאך ווי ער שרייבט עס וועסטו זעהן.
קוק אינעם הקדמה אויף זרעים א' ווי ער שרייבט תולדות רבינו הקדוש ברענגט ער קלאר רמבמ"ן.
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

טאקע א פלא עצומה.
קען זיין אז וועגן דעם האב איך געהערט אז נאר דעם זונ'ס פירוש טויג נישט.

פון היינט און ווייטער וועל איך שוין אבאכט געבן ווען איך לערן משניות. און יישר כח פאר די אינפארמאציע.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך פרוביר צו לערנען אלע מפרשים אויסער תפארת ישראל, אבער אמאל אמאל איז מען ממש געצווינגען צו נעמען דעם גנב פון די תליה, ווען ער פארטייטשט גאר געשמאק א שורה אדער א ווארט.

איך האב באמערקט אז דער 'סייעתא דשמיא' וואס איז היבש אנגענומען אין אונזערע קרייזן, איז שטארק באזירט אויף תפארת ישראל.

(אגב, עס איז דא א מפרש 'תפארת יעקב' אריינגעדרוקט ביים סוף פון די משניות, וואס ער פרעגט אפ דעם תפא"י מפעם לפעם מיט מרפסין איגרא'דיגע צריך-עיון'ס)
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

מען שמועסט דאך אז דער עיקר פראבלעם איז נאר מיט זיין זונ'ס פירושים (עס שטייט וועלכע איז פון אים און וועלכע פון זיין זון).
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

ס'ליגט מיר אין קאפ כקען זיך אבער נישט דערמאנען אז ס'דא עפעס א מעשה וואס מ'זאגט אז צוליב דעם האט דער תפארת ישראל זוכה געווען אז זיין פירוש זאל אנגענומען ווערן איבער די וועלט
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

קרעמער האט געשריבן:(אגב, עס איז דא א מפרש 'תפארת יעקב' אריינגעדרוקט ביים סוף פון די משניות, וואס ער פרעגט אפ דעם תפא"י מפעם לפעם מיט מרפסין איגרא'דיגע צריך-עיון'ס)

מצד השני ווייזט דאס אויף די חשיבות פון דעם פירוש אז א רב זאל אדורכגיין דעם גאנצן חיבור מרישא לסיפא און מגי' זיין (און געבן די נאמען פון זיינע הגהות ע"ש דעם ספר "תפארת" יעקב). כ'האב אפי' געטראכט אז ער האט אים דירעקט גענומען ער זאל דורכגיין זיין פירוש...

לגבי זיינע קושיות אויפן תפא"י, פון אזא גרויסע חיבור וואס נעמט ארום גאנץ ש"ס איז פשוט אז מקען פרעגן קושיות לרחצה, דאס איז קלאר אז דער מחבר איז געווען א בקי נפלא אין גאנץ ש"ס באופן מבהיל.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

קרעמער דאס איז מבית אבותיך? אדער א אייגענע חומרא?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

שמעתי בילדותי מזקני החסידים כשדברו אודות התפא"י, ודברו אודות הטעמים, ואמרו כי אי אפשר משום שמביא הרמ"ד, כי רע"א ג"כ מביאו, ואי משום הכי, בני דורו שהביאו לא הי' פסול
וידוע מה שאמר עליו הד"ח, והדברים עתיקים
למה זה תשאל לשמי...
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

עד מתי נקרא בן דורו? מילא היעב"ץ התכתב עמו, קודם שהקדיח תבשילו ברבים, אבל רע"א מיחשב בן דורו? רע"א נסתלק חמשים שנה אחר מותו, וכ"ש התפא"י שהיה כבן ד' במות מענדלסון. כך ששמועה זו צ"ע קצת, ואגב אולי תוכל לכתוב המ"מ היכן רעק"א מביאו?

מה אמר הד"ח?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מי חכם האט געשריבן:קרעמער דאס איז מבית אבותיך? אדער א אייגענע חומרא?

ווער זאגט אז בית אבותי האבן בכלל געלערנט משניות?...
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

לאמיר אייך געבן צו פארשטיין, נישט א יעדער איינער איז אויסגעקאכט אין אלעם.
דאס איז זיכער ער איז געווען אן אדם גדול און אן ערליכער איד. נאר דא דארט איז עפעס אריינגעפאלן ביודעים ובלא יודעים.
כ'וויל וויסן ווער פון אייך האלט זיך אפ פון לערנען אדער אנעמען א פסק פונעם "מנחת יצחק"? ודי.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

אין סוף נזיקין ח''א איז דארט דא א קונטרס אור החיים ,ממש לא יאומן דברים שאסור לשומען בענין בריאת העולם .מטו משמי' פון אלטע חסידים ,אז סניטעמאל כפירה סתם טפשות.
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

מי חכם האט געשריבן:מה אמר הד"ח?
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

אלף בית האט געשריבן:כ'וויל וויסן ווער פון אייך האלט זיך אפ פון לערנען אדער אנעמען א פסק פונעם "מנחת יצחק"? ודי.

יאך בין נישט דער מבין פארוועם ס'איז די, וועם ברענגט די מנח"י אראפ, און וואס שרייבט ס'זאל זיין עפעס קריטיק אויף אים?

מי חכם האט געשריבן:עד מתי נקרא בן דורו? מילא היעב"ץ התכתב עמו, קודם שהקדיח תבשילו ברבים, אבל רע"א מיחשב בן דורו? רע"א נסתלק חמשים שנה אחר מותו, וכ"ש התפא"י שהיה כבן ד' במות מענדלסון. כך ששמועה זו צ"ע קצת, ואגב אולי תוכל לכתוב המ"מ היכן רעק"א מביאו?

מה אמר הד"ח?

והוא פלאי, אפשר ברענגט איר די מ"מ ווי רע"א ברענגט מענדלסאהן (אלס מאן דאמר, נישט אלס שייגעץ, והבן)?

ג"א מצטרף, וואס האט די ד"ח געזאגט?
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:ברור כשמש. גיי נאך ווי ער שרייבט עס וועסטו זעהן.
קוק אינעם הקדמה אויף זרעים א' ווי ער שרייבט תולדות רבינו הקדוש ברענגט ער קלאר רמבמ"ן.

טעות לעולם חוזר

די תולדות פון רבינו הקדוש איז נישט געווען געדרוקט אין די ערשטע תפארת ישראל משניות'ער, דאס איז צוגעקומען ביי די ווילנע דרוק (משפחת ראם הידוע) ווען די מחברים האבן שוין נישט געלעבט.
ביי די נייע איבערגעדרוקטע משניות'ער (זכר חנוך, וילנא החדש) איז עס ארויסגענומען.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אין זיין הקדמה צו מסכת נגעים מראה כהן ברענגט ער דעם רמ"ד שר"י'ס ביאור (דאס איז זיכער פן אים נישט פונעם זון)
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תולדות רבי יהודה הנשיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

עס איז באקאנט אין נאמען פון חזון איש אז הגם משפחת ראם זענען יא געווען שומרי תו"מ פון דעסטוועגען זענען די מגיהים דארט אין זייערע דריקעריי נישט געווען פארלעסליך און האבען אריין געמישט כל מיני מאמרים פון נישט פארלעסליכע מקורות
איינער פון זיי איז די מאמר אויף רבינו הקדוש
אויף דער ביאור-ביעור פון רמ"ד האבען נישט אלע גדולים געהאלטען אז ס'איז טריפ-פסול
און נישט נאר דאס נאר עס ליגט מיר אין זכרון אז עס האט נאך אויך געהאט שיינע הסכמות פון די גדולי הדור
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

msp האט געשריבן:אויף דער ביאור-ביעור פון רמ"ד האבען נישט אלע גדולים געהאלטען אז ס'איז טריפ-פסול
און נישט נאר דאס נאר עס ליגט מיר אין זכרון אז עס האט נאך אויך געהאט שיינע הסכמות פון די גדולי הדור


נישט אלע גדולים? ווער נישט?
און ווער זענען די גדולי הדור וואס האבן געגעבן זייערע הסכמות? (נאכן וויסן ווער ער איז)

איז נישט ביי זיין ביאור געווען די מעשה מיטן חכם צבי וואס ער האט אונטערגעצינדן דעם דרוקעריי אין אמסטערדאם? (אפי' אויב די מעשה איז געווען ביי א צווייטן, איז עס ללמד על הכלל כולו יצא, אז פון א הסכמה וואס איינער האט געגעבן פאר עס איז געווען הקדיח תבשילו ברבים, אדער א רב וואס האט געוואוינט גענוג ווייט נישט צו וויסן ווער דער מחבר איז, איז נישט קיין ראי')

עס איז אויך ידוע די מעשה פון דעם הייליגן קדושת לוי, וואס ער האט געמאכט א סעודה ווען עס האט זיך געענדיגט פערציג טעג, פון ווען ער האט בטעות אריינגעבליקט אין דעם ביאור, נישט מערקנדיג וואס דאס איז, ער האט דאן געזאגט אז עס שטייט אז מען איז פערציג טעג נישט מקבל די תפלות און יעצט האבן זיך געענדיגט די פערציג טעג, מאכט ער א סעודה.
אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בחורהזעצער »

הרב MSP איך וויל אייך אביסל אויסבעסערן, נישט אלע גדולים האבן "געוואוסט" אז ס'איז טריפ-פסול
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

איזעי דער חכ"צ איז אוועק מסתמא א גוטע פופציג יאר פאר מענדלסאהן האט ארויסגעגעבן דעם ביאור. און חוץ מזה, איז דער איסור אויפן ביאור געווען בעיקר וועגן דעם מחבר, נישט אזוי ווייט וועגן דעם ספר.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

מי חכם האט געשריבן:איזעי דער חכ"צ איז אוועק מסתמא א גוטע פופציג יאר פאר מענדלסאהן האט ארויסגעגעבן דעם ביאור. און חוץ מזה, איז דער איסור אויפן ביאור געווען בעיקר וועגן דעם מחבר, נישט אזוי ווייט וועגן דעם ספר.


איך האב קלאר געשריבן אז עס קען זיין אז די מעשה מיטן חכם צבי איז געווען ביי א צווייטער ספר, און על הכלל כולו יצא, זעה פריערדיגע קאמענט.

און מיט דעם אז דער איסור איז נישט געווען אויפן ספר ביזטו גערעכט, אבער עס איז נאכאלץ טריף פסול, טאקע צוליב דעם מחבר.
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

איזעי האט געשריבן:
msp האט געשריבן:אויף דער ביאור-ביעור פון רמ"ד האבען נישט אלע גדולים געהאלטען אז ס'איז טריפ-פסול
און נישט נאר דאס נאר עס ליגט מיר אין זכרון אז עס האט נאך אויך געהאט שיינע הסכמות פון די גדולי הדור


און ווער זענען די גדולי הדור וואס האבן געגעבן זייערע הסכמות? (נאכן וויסן ווער ער איז)

במחילה מכבודך הרב msp. מענדלסאהן ימ"ש האט קיין הסכמות פון רבנים נישט גענומען (חוץ מכתבי המלצה פון זיינע ידידים כמותו כמו הירץ וויזל שר"י וכד') און דאס איז געווען פון די ערשטע סיבות צו די התנגדות.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

איך בין מקבל די הערות באהבה
נאר דאכט זיך אז דער נודע ביהודה האט יא געהאלטען פון רמ"ד
ער האט איהם געבעטען צו מאכען א קונטרס איבער מיתה והשארת הנפש
מסתמא היינט אויב אזא טיפ ווי רמ"ד וואלט באשטאנען וואלט ער געווען א גאסטרעדנער ביי אלע דינערס
אמאהל איז לימודי חול געווען אסאך שארפער דער איסור וויבאלד רוב לעהרערס און ביכער זענען געווען נישט ערליך
היינט איז אין רוב היימישע מוסדות לערנט מען שפראך אין חשבון וכדומה
מען מוז האבען א קלאהרע היסטארישען בילד פון די מצב
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”