farshlufen האט געשריבן: תשוח"ח להם פאר די מו"ל פון די "עוז והדר" ש"ס וואס האבן אריינגעלייגט א שווערע ארבעט אין די קדשים מסכתות און אהערגעשטעלט א הערליכער ארבעט אז עס איז ממש פנים חדשות באו לכאן, עס פארשטייט זיך נישט ווי אזוי מען קען לערנען אין די ווילנא דרוק אדער אין די היינטיגע איבעגעזעצטע ש"ס'ן וואס זענען נאכגעדרוקט פון דעם ווילנא ש"ס אין א בחינה פון כסיל בחושך הולך.
צו וועמען דארף מען זיך מעלדן, און וואס באדארף מען צו טוהן, אויב מען טרעפט א טעות (חסרות ויתרות) אין די ש"ס פון עוז והדר?
יהיה כן האט געשריבן:הרב פרעגער אפשר טיילט איר מיט מיטן עולם דא דעם 'טעות' וואס איר האט געטראפן אולי איז עס גאר קיין טעות נישט ס'וואלט געווען גאנץ אינטערסאנט
מסכת פסחים דף קט. תניא אמרו עליו על ר' עקיבא מימיו לא אמר הגיע עת לעמוד בבהמ"ד נוסח עוז והדר: תניא אמרו עליו על ר' עקיבא ימיו לא אמר הגיע עת לעמוד בבהמ"ד
טעויות און נישט טעותי. מען דערציילט אז בן יודקה - פארפאסער פון עברית האט זיך געהאלפן דורך די תלמידי חכמים אין ירושלים, ווי למשל ר' יעקב אורנשטיין און אנדערע. בן יודקה האט מקפיד געווען צו רעדן בלויז עברית, געווען אמאל וואס ער האט זיך געדינגען מיט איינער פון זיי, אזוי דינגענדיג זיך רופט ער זיך אן צו יענעם: הינך מדבר שטותים, האט איהם יענער אפגעענפערט מעגליך אז איך רעד שטותים אבער דו רעדסט שטויות...
דעם יו"ט האב איך געזען אין איינע פון די פילע איבערגעזעצטע דרוקן פון קדושת לוי, ערגעץ ביי די פסח תורות האבן זיי אויפגעעפנט א ר"ת פון ש"ע אויף שמונה עשרה אשטאט שמיני עצרת, א"כ בין איך מוחל זייערע טובות, לאזטס בעסער די ר"ת ושלום על ישראל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
farshlufen האט געשריבן:דעם יו"ט האב איך געזען אין איינע פון די פילע איבערגעזעצטע דרוקן פון קדושת לוי, ערגעץ ביי די פסח תורות האבן זיי אויפגעעפנט א ר"ת פון ש"ע אויף שמונה עשרה אשטאט שמיני עצרת, א"כ בין איך מוחל זייערע טובות, לאזטס בעסער די ר"ת ושלום על ישראל.
וואס קען מען טוהן אז די קאמפיוטער האט ריפלעיס"ט אלע ראשי תיבות אויף איין מאל..........
farshlufen האט געשריבן: תשוח"ח להם פאר די מו"ל פון די "עוז והדר" ש"ס וואס האבן אריינגעלייגט א שווערע ארבעט אין די קדשים מסכתות און אהערגעשטעלט א הערליכער ארבעט אז עס איז ממש פנים חדשות באו לכאן, עס פארשטייט זיך נישט ווי אזוי מען קען לערנען אין די ווילנא דרוק אדער אין די היינטיגע איבעגעזעצטע ש"ס'ן וואס זענען נאכגעדרוקט פון דעם ווילנא ש"ס אין א בחינה פון כסיל בחושך הולך.
צו וועמען דארף מען זיך מעלדן, און וואס באדארף מען צו טוהן, אויב מען טרעפט א טעות (חסרות ויתרות) אין די ש"ס פון עוז והדר?
די מערסט אזוינע טעותים קען מען טרעפען די שולחן ערוך הרב יו"ל ע"י עוז והדר ברכת יש אומרים אנשטאט ברכת י"א [הכוונה על השיבה שופטינו] רבינו חס ושלום במקום חיים ויטאל ברכת ידי חובתו אנשטאט ברכת שמונה עשרה
ביים צענזור האבען זיי אויך אויסגעמעקט 'פאה נכרית'...
איך האב אמאהל געהערט אז די צענזארען זענען נישט געווען די גרויסע יודעי ספר נאר זיי האבען געוויסט אז מין ערל האט געדארפט געטוישט ווערען אויף עכו"ם איז ארויסגעקומען א חומש ווי משה זאגט ואנכי עכו"ם שפתיים און א ספר מיט עכו"ם קטניות
איך יעצט געלערענט אין מס' סנהדרין דף מא. גאץ אינטען, זאגט דארט די גמרא "דאי ס"ד רבן יוחנן בן זכאי קרי ליה ר' בן זכאי" לכאורה איז די ר' א טעות אין ס'דארף שטיין "רבי"
מיינסט זיכער אז ס'דארף שטיין "רבן". מ'קען זיך מדחיק זיין אז דאס מיינט טאקע דער "ר'" במקום "רבן". די כותבים האבן געדארפט אין אזא פאל ווי דא מדייק צו זיין נישט צו שרייבן בקיצור -ר'- וואס איז געווענליך במקום "רבי". נאר ארויסשרייבן "רבן" ווייל דאס מיינט די גמרא.
און איינע פון די פריעסטע מאנוסקריפטן פונעם תלמוד געשריבן אין יאר ד' אלפים תתקל"ז, וואס געפינט זיך אינעם ביבליאטעק פון שטאט פלארענס אין איטאליע, Biblioteca Nazionale Centrale di Firenze
אבער אין די מינכענע מאנוסקריפט געשריבן אין יאר ה' אלפים ק"ג, [וואס איז די איינציגסטע פריע כתב יד וואס אנטהאלט גאנץ ש"ס] שטייט שוין אזוי ווי אונזער גירסא. -ר' בן זכאי-