ספרים על עניני ברית מילה והמסתעף

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

ספרים על עניני ברית מילה והמסתעף

תגובהדורך אלף בית » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 4:20 pm

כ'וויל פרעגען דעם עולם איבער א גוטן ספר אויף עניני ברית מילה - וואך נאכט און אלס ארום.
הלכות, מנהגים וכו'.
כוואלט זייער דאנקבאר געווען אויב מקען מיר ענפערן.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22086
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 11:50 am

איך האב עטליכע אין ספרים שאנק, ושכחתי שמם.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 11:55 am

ס'שלעכט מיט'ן כל בו? דוכט זיך עס פארמאגט אלס דערינען, אריינגערעכנט זכור ברית.
קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 12:01 pm

קאמענטאטאר האט געשריבן:ס'שלעכט מיט'ן כל בו? דוכט זיך עס פארמאגט אלס דערינען, אריינגערעכנט זכור ברית.

וועלכע ספר איז דאס?
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 12:22 pm

ספר ברית אבות לר' שבתי איש ליפשיץ דומ"ץ אורשיווא.

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 12:29 pm

אלף בית האט געשריבן:
קאמענטאטאר האט געשריבן:ס'שלעכט מיט'ן כל בו? דוכט זיך עס פארמאגט אלס דערינען, אריינגערעכנט זכור ברית.

וועלכע ספר איז דאס?


אויב דענק איך גוט איז עס א קליינליכער רויטליכער ספר ניי איבערגעזעצט, כ'העל שפעטער א קוק טאן אין שראנק פארן מו"ל (דערווייל קענסטו פרובירן אין ספרים געשעפט מיט די א.ד. סימנים...).
קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 12:50 pm

אגב, כ'אב לעצטענס געהערט פון א מוהל וואס האט געהייסן באגראבן די אנגעזאמעלטע חתיכות מיט אים לאחר מו"ע. ס'יז מיר געווען זייער אינטערעסאנט. איז דא עפעס אן ענין דערביי?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 1:07 pm

שוועמל האט געשריבן:אגב, כ'אב לעצטענס געהערט פון א מוהל וואס האט געהייסן באגראבן די אנגעזאמעלטע חתיכות מיט אים לאחר מו"ע. ס'יז מיר געווען זייער אינטערעסאנט. איז דא עפעס אן ענין דערביי?


עפעס ליגט מיר אין קאפ איבער אזא מעשה, דערמאן מיר ביטע ווער איז דאס געווען.
קאמענטארן זענען איבריג

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 1:23 pm

סמך לזה לכאורה היא בירושלמי שבת פרק יח הלכה ג
תני השיליא הזאת בשבת עשירין טומנין אותן בשמן והעניים טומנין אותן בתבן וחול אילו ואילו טומנין אותן בארץ כדי ליתן ערבון לארץ, והיות שלא לקחו את השליא, לכן ציוה לקבור את עור הערלה שיהי' למשכון לארץ, תחת השליא

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 1:50 pm

משה קאפויער האט געשריבן:אפשר ר' מאיר בראנסדארפער?

יא רבי מאיר ז"ל. אין בח"ח האט מען אפילו געקענט זעהן בילדער פונעם צנצנת.
כווייס פון נאך מוהלים וואס לייגן עס אוועק לאחר מאה ועשרים.

און בעיקר א גרויסן ייש"כ פאר אלע וואס האבן זיך אנגעשטרענגט מיר צו ענטפערן.
העמער קויפן דעם רויטן ספר.

נאך איין פראגע. אין ספרים סטאר ליגט עס אויפן שעלוו, אדער איך דארף עס בעטן פונעם מוכר ספרים (אזוי הלכות טהרה ספרים)?
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 1:53 pm

מזל טוב הרב בית, תזכה לגדלו ולחנכו ולהכניסו בבריתו של אאע"ה בעתו ובזמנו בנחת ובניקל.

אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

תגובהדורך שטיקל גבאי » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 1:58 pm

אלף בית האט געשריבן:נאך איין פראגע. אין ספרים סטאר ליגט עס אויפן שעלוו, אדער איך דארף עס בעטן פונעם מוכר ספרים (אזוי הלכות טהרה ספרים)?

עס ליגט געהעריג אויפן שעלוו
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 5:19 pm

ספר "עושין בשמחה" ג' חלקים, א הפלא'דיגן ליקוט, ענינים, תורות, תפלות, סגולות,
דער מחבר הרב הערבסט האט געמאכט עטליכע ספרים הפלא ופלא מיטן נאמען "נפשי חולת אהבתך" אויף תפלה,
הרב אלף בית איך האב דעם ס' א מחי', א אוצר בלום,
מז"ט אויף שמחות,
.

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מיטוואך דעצמבער 30, 2009 2:19 pm

למעשה האב איך געקויפט די רויטע 'כל בו'
כהאב זייער הנאה דערפון שמו נאה לו, ממש א כל בו.

צווישן די ספרים וואס איך האב געזעהן אויפן שעלוו צווישן די ספרים לעניני ברי"מ איז א ספר ס'הייסט למען בריתו. סקוקט אויס זייער גוט בעיקר איז מיר געפאלן דעם געדאנק אז סהאט תורות אויף עניני ברי"מ לויט די סדרא'ס, א געוואלדיגע זאך נאכצוזאגן תורות ביים ברית אויף די וואכעדיגע סדרא.
למעשה האב איך געקויפט די כל בו ווי געשריבן.

הרב שאץ, ווען איך וואלט געזעהן דיין תגובה פארן גיין אין ספרים סטאר וואלט איך עס אפשר געקויפט (אויב סהאט אויך הלכות - כהאב געזיכט א ספר מיט די הלכות אויך)
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

פרנסה
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 30, 2009 10:13 am

תגובהדורך פרנסה » מיטוואך דעצמבער 30, 2009 2:47 pm

שוועמל האט געשריבן:אגב, כ'אב לעצטענס געהערט פון א מוהל וואס האט געהייסן באגראבן די אנגעזאמעלטע חתיכות מיט אים לאחר מו"ע. ס'יז מיר געווען זייער אינטערעסאנט. איז דא עפעס אן ענין דערביי?


ספר זוכר הברית סימן י"ז סעי' ג'

http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 40&hilite=

אפשר קען איינער ארויף לייגען א קאפי פון די ספר, איך קען נישט
מעלה גדולה שאין למעלה ממנה זה המחזיק ביד ישראל שמך, ונותן לו מתנה או הלואה או עושה עמו שותפות או ממציא לו מלאכה כדי לחזק את ידו עד שלא יצטרך לבריות לשאול (רמב"ם פ"י מהל' מת"ע ה"ז)

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מיטוואך דעצמבער 30, 2009 4:42 pm

א חידוש קיינער דערמאנט נישט דעם זכר דוד פון ר' דוד פארדו, א סעט פון א פריערדיגע אויף עניני מילה, הפלא ופלא, כל מיני ענינים אויסגעשמועסט ברייט
וכן הספר הקטן חתן דמים, תורות אויף יעדער סדרה בשייכות נישואין ומילה.
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מיטוואך דעצמבער 30, 2009 10:15 pm

תוורת אויף די סדרה יעדע וואך בעניני מילה איז דא פונעם בן אשי חי אויך א ספר "מלאך הברית"

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מיטוואך ינואר 06, 2010 1:41 pm

א ספר אויף מילה כמדומה הייסט דאס כל בו החדש
http://www.hebrewbooks.org/21829

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22086
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אפריל 16, 2012 9:20 am

סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2591
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דינסטאג אפריל 17, 2012 7:57 pm

שפע קודש - מרן הגה"ק רבי יקותיאל יהודה האלברשטאם זצ"ל אבד"ק קלויזענבורג, והוא אוצר בלום של הוראות ופסקים הנהגות וארחות חיים ערוך ומסודר דבר דבור על אופניו על עניני ברית מילה, ונספח אליהם סדר תפלות ובקשות לבעלי הברית וברכת המזון.

שפע קודש - מרן הגה"ק רבי יקותיאל יהודה האלברשטאם זצ"ל אבד"ק קלויזענבורג, בו נקבצו ובאו יחד דברות קודש מאשר השמיע בשיחות קדשו בדרוש ואגדה מוסר וחסידות בשמחות שלום זכר, וואך נאכט, ברית מילה, לאחר שהקפיד להשתתף בכל סעודת ברית מילה שנערכה אצלו, ואף נשא מדברותיו.

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

אוסף גדול

תגובהדורך dovidal » זונטאג אפריל 22, 2012 6:25 pm

רב בברוקלין רוצה למכור בערך מאה ספרים על ברית מילה- רובם יקרי המציאות יכולים להתקשר אתי אישית

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דאנארשטאג מאי 24, 2012 12:28 am

האם יש לו ספר סוד ה' דפו"ר?

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » דאנארשטאג מאי 24, 2012 1:58 am

יוסף שרייבער האט געשריבן:האם יש לו ספר סוד ה' דפו"ר?

F\
כן אמשטרדם ת"ם

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דאנארשטאג מאי 24, 2012 2:54 am

באיזה מצב נמצא הספר? האם אפשר לקנות רק ספר זה ובכמה?

יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 30, 2011 4:03 pm

תגובהדורך יקוםפרקן » דאנארשטאג מאי 24, 2012 11:23 am

קאמענטאטאר האט געשריבן:
אלף בית האט געשריבן:
קאמענטאטאר האט געשריבן:ס'שלעכט מיט'ן כל בו? דוכט זיך עס פארמאגט אלס דערינען, אריינגערעכנט זוכר הברית.

וועלכע ספר איז דאס?


אויב דענק איך גוט איז עס א קליינליכער רויטליכער ספר ניי איבערגעזעצט, כ'העל שפעטער א קוק טאן אין שראנק פארן מו"ל (דערווייל קענסטו פרובירן אין ספרים געשעפט מיט די א.ד. סימנים...).


א געלונגענער כל בו, ארויסגעגעבן דורך דעם אלעמען באקאנטן ספינקער גבאי הרב זיגעלמאן שליט"א (ויקרא לשבוים דרור)
און איז שוין עטליכע מאל איבערגעדרוקט געווארן די לעצטע פאר יאר.
עס האט 3 אריגינעלע ספרים אויף די ענינים שיין איבערגעדרוקט און אלעס ווערט דארט געדעקט!


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט