ציורים ושערים בספרים ובהגדות ישנים

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
נא_שכל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

ציורים ושערים בספרים ובהגדות ישנים

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג מארטש 27, 2017 10:37 am

פיל מאל געפונען מיר אינטערסאנטע בילדער אדער שערים פון אלטע ספרים ובפרט פון הגדות און צומאל ווארפען די בילדער א ליכט וואס ס'האט זיך דעמאלטס געטון, און וויאזוי די מנהג איז געווען, כמה דוגמאות פיננען די מצות, מ'טראגט די קינד אין חדר, מ'ווארפט ממתקים און מ'גיט פעטש, אזוי איז דא אסאך, ס'איז אבער נישט צוזאמגענומען.

אין דעם אשכול קען מען אריינלייגן די בילדער, וועט עס זיין אויף איין פלאץ.

אוועטאר
נא_שכל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

בילדער פון ר' אשר (זיגמונד) פארסט'ס הגדות

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג מארטש 27, 2017 10:58 am

פון ר' אשר פארסט, זיין ארטיסט נאמען איז געווען זיגמונד פארסט.

קען זיין א טייל האט מען שוין געברענגט אין זיין אשכול.

איינע פון די שערים אויף די הגדה

8605422495_6ea5243499_o.jpg


***

סדר קצירת החיטים, ואפיית המצות, ובדיקת חמץ

סדר-הבדיקה-ואפיית-המצות.jpg


זעה די אינטערסאנטע רעדלער.

***
הערליכע קערה, עם כוס

מ'קען זען וועלכע ירקות מ'פלעגט נעמען פאר כרפס און מרור

קערה-עם-כוס.jpg

אוועטאר
נא_שכל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג מארטש 27, 2017 11:21 am

ברוך שומר הבטחתו
ברוך-שומר-הבטחתו---פארסט.jpg


ונתן לנו את התורה

ונתן-לנו-את-התורה---זיגמונד-פארסט.jpg


יציאת מצרים
יציאות-מצרים---פארסט.jpg

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 10577
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג מארטש 27, 2017 12:57 pm

נישט אלע ארטיסטען זענען געווען "ר אשר"
עס זענען געוווען דריקער'ס גוים און זיי האבען גענימען גויאישע מעלער
פון א סך אלטע שער בלעטער שרייט ארויס דער עם ארצות
עס ליגט מיר אין זכרון א בילד פון משה רבינו מיט הערנער נאגעמאכט
פון Michelangelo דער איטאליענער
3d.gif
איך האב ארויסגעשטעלט א פאר הצעות פאר די וואס שרייבען
אדער ק\פ ענגליש

בלעטל
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מאנטאג מארטש 27, 2017 4:17 pm

איך האב געמיינט אז דו מאכסט א רשימה פון ציורים אין ספרים ישנים.
וואלט געווען אינטערעסאנט.
די אלע קבלה ציורים, מיט אסטראנאמיע אין אידישע ספרים, שיעור גריס ווי מעיל צדקה וכו'
צורת ארץ ישראל, אין לבוש וכדומה.
חוץ ציורים און מאפעס אין הגדות וואס איז צו סאך.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 10577
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג מארטש 27, 2017 11:32 pm

88
הרה"גה"צ ר דוד פעלדמאן אבד"ק מאטשעסטער זצ"ל שרייבט פארוועס ער מאכט ספרים מיט בילדער קיצור שולחן ערוך און שמושה של תורה
ער ברענגט פון פריערדיגע וואס האבען אזוי געטוען און פארוואס עס איז בטל געווארען
והנה לכאורה אפשר ללמד זכות על אלו שלא היה דעתם נוחה אז
מהציורים, כי באמת לא נמצא בספרים הקדושים תמונות וציורים, רק בספרי העמים
(ומעט מן המעט הוא הנמיצא באיזה מסכתות כמד בכלאים, שבת, עירובין, פסחים,
סוכה, קוים ושרטוטים מרובעים או עגולים) ולא הורגלו בכך להכניס חולין לעזרה
בקודש, אבל הא גופא קשיא מדוע לא נעשה גם זוגחנו כמוהם וכמתיקנים שבהם
(עיי סנהדרין לט:), הראשונים בספריהם לא עשו, שבימיהם לא נתפתחה עדיין
מלאכת הדפום כבימינו, וע״כ מצינו במסכתות הגי׳ל שהראשונים ציינו ״וזהו צורתו״
והמדפים לא הי׳ יכול להדפיס כפי שמצא רשום, וצר צורה אהרת ונשתבשו
בפירושו — אבל עתה בימינו אלה שנתפתחה מלאכת הדפוס וישנם האמצעים
לצייר כל דבר ולהעמידו כמו חי בולט לעיני הקורא, למה נגרע לבלתי הקריב
לפני הלומד הצורה הראויה, ולברר לו הדבר בראיית העין ממש
.
איך האב ארויסגעשטעלט א פאר הצעות פאר די וואס שרייבען
אדער ק\פ ענגליש

איטשע
שר האלף
תגובות: 1523
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מיטוואך אפריל 19, 2017 7:39 am

בילדער פון ספרים, וואס פארמאגן שער בלעטליך באצירט מיט נשים צדקניות ווי חוה פאר׳ן חטא, קען מען אויך דא אהער שטעלן?
כ׳האב א זאמלונג דערפון.

בלעטל
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מיטוואך אפריל 19, 2017 9:04 am

אנטשולדיגט

אוועטאר
נא_שכל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך אפריל 19, 2017 3:50 pm

אין די נייע הגדת פראג, אשר י"ל ע"י ר' יושע יוסף גולדבערג שליט"א, האט ער געמאכט א שיינע ארבייט מיט די נספח צום סוף (מלבד העבודה הנפלאה בכל ההגדה), און האט אריינגעלייגט 32 בילדער פון די אלטע הגדות פראג, און מברר געווען יעדע בילד די פשט דערפון, און וואס מ'קען זיך ארויסלערנען דערפון להלכה.

ווי אויך צייכנט ער אן צו די כת"ע 'הקולמוס' (פסח תשע"ו) במאמרו של ר' אליעזר בראדט וואס האט אויך מברר געווען עטליכע בילדער.

און אויך וואס יוסף תבורי שרייבט איבער די ציורים

איטשע
שר האלף
תגובות: 1523
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 6:03 am

בלעטל האט געשריבן:אנטשולדיגט

אנטשולדיגט וואס?
גדולי ישראל האבן געלערנט אין די ספרים, און היימישע דרוקערס האבן דאס געלאזט קריצן.
כ׳פארשטיי אז דא איז אפשר נישט דאס ארט, אבער אבי צו שיסן אן ״אנטשולדיגט״?!

אוועטאר
נא_שכל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 10:08 am

איטשע האט געשריבן:
בלעטל האט געשריבן:אנטשולדיגט

אנטשולדיגט וואס?
גדולי ישראל האבן געלערנט אין די ספרים, און היימישע דרוקערס האבן דאס געלאזט קריצן.
כ׳פארשטיי אז דא איז אפשר נישט דאס ארט, אבער אבי צו שיסן אן ״אנטשולדיגט״?!

צומאל האבן אפילו גדולי עולם געלאזט דרוקן זייערע ספרים מיט די סארט שערים, וואס איז טאקע פשט דערפון?

לדוגמא שו"ת ב"ח, פרנקפורט דמיין, תנ"ז [דער בילד ליגט שוין דא אויף אייוועלט א שטיק צייט]


איטשע
שר האלף
תגובות: 1523
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 10:10 am

פון דער ב״ח איז דא אסאך אן ערעגער בילד, וואס מען איז טאקע ארויס קעגן דעם, אבער נישט צוליב די נשים, נאר צוליב די רוימישע אפגעטער דערויף.

סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

תגובהדורך סתם אזוי » פרייטאג אפריל 21, 2017 11:32 am

צום שטיקל דברי שי"ח:
ס'איז טאקע ערשינען לעצטנס אזא הלכה ביכל "ד' אמות של הלכה", כ'ווייס נישט צו רבי חיים האט דאס געזען.

אוועטאר
נא_שכל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » פרייטאג אפריל 21, 2017 12:03 pm

סתם אזוי האט געשריבן:צום שטיקל דברי שי"ח:
ס'איז טאקע ערשינען לעצטנס אזא הלכה ביכל "ד' אמות של הלכה", כ'ווייס נישט צו רבי חיים האט דאס געזען.

אוודאי האט ער דאס געזען, ס'שוין דערויף דא א לענגערע אשכול.

בלעטל
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » זונטאג אפריל 23, 2017 2:04 am

נא_שכל האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:
בלעטל האט געשריבן:אנטשולדיגט

אנטשולדיגט וואס?
גדולי ישראל האבן געלערנט אין די ספרים, און היימישע דרוקערס האבן דאס געלאזט קריצן.
כ׳פארשטיי אז דא איז אפשר נישט דאס ארט, אבער אבי צו שיסן אן ״אנטשולדיגט״?!

צומאל האבן אפילו גדולי עולם געלאזט דרוקן זייערע ספרים מיט די סארט שערים, וואס איז טאקע פשט דערפון?

לדוגמא שו"ת ב"ח, פרנקפורט דמיין, תנ"ז [דער בילד ליגט שוין דא אויף אייוועלט א שטיק צייט]


אנגעשמירט א שקר גס אויף גדולי עולם, תתבייש.

איטשע, וואס ברענט דיר אזוי צו ווייזן די בילדער??

איטשע
שר האלף
תגובות: 1523
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » זונטאג אפריל 23, 2017 6:10 am

ס׳ברענט מיר איבערהויפט נישט, כ׳האב נאר אנגעפרעגט, און גאנץ איידעלערהייט.
דער בילד פונ׳ם ב״ח, איז א צווייטער אויסגאבע, דער ערשטער האט אינגאנצן אנדערש אויסגעזעהן...

איטשע
שר האלף
תגובות: 1523
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » זונטאג אפריל 23, 2017 10:10 am

אגב דער שער בלעטיל געפונט זיך אויך אויפ׳ן תשובות חות יאיר און עבודת הגרשוני.
דער דרוקער איז געווען א גוי, יאהאן וואושט פון פראנקפורט דמיין.
צוגעלייגטע
עבודת הגרשוני.jpg
חות יאיר.jpg

אוועטאר
נא_שכל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג אפריל 25, 2017 11:58 am

ג' לסדר "וביום השמיני ימול בשר ערלתו" תשע"ז לפ"ק

לכבוד די וואכעדיגע פרשה וועל מיר ברענגן אפאר בילדער פון די מעמד ברית מילה, און וואס ס'לערענט אונז.

בילד

מען זעט אז מען האלט ליכט ביי די ברית, אזוי ווי ס'ווערט געברענגט אין די פוסקים. איינער האלט א כוס פאר די ברכות.

און דער רך הנימול זיצט אויפן סנדק, נישט אזוי ווי היינט אז דאס קינד ליגט (שפעטער מער איבער דעם).


דאס קומט פון דעם ספר:
סדר-ברית-מילה---תקעו.jpg


סדר תפילת וברכות המוהל.
מנחה היא שלוחה להקצין הרבני מהור"ר מענדל ראזנבוים מאת גיסו ה"ה הקצין התורני הר"ר יוסף עלזאס נ"י מק"ק נייטרא. נכתב בשנת ונקבצו בני יהודה ובני ישראל יחדו ושמו לה"ם רא"ש אחד ביום ההוא לפ"ק" [=תקע"ו]



צום סוף פונעם ספר איז דא א הערליכע בילד מיט די תרי"ג מצות.

בילד

דער סופר איז "מעשה ידי כוננהו ויבוננוה כפתוריה ופרחיה ציוריה ומכתביה הצעיר וזעיר הקטן ליב זאהר סופר מל"ב".

אוועטאר
נא_שכל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך אפריל 26, 2017 11:59 am

נאך א ציור פון א ברית וואס מ'זעט אז די קינד פלעגט זיצן בשעת די מילה.

גענומען פון ספר סוד השם, אשר נדפס באמשטרדם תקי"א.

בילד

און נאך איינס, פון סוד השם ושרביט הזהב תקכ"ג

בילד

נאך אינטערסאנטע ציורים פון ערשטען ספר הנ"ל.

בשעת די ברכות, מ'זעט (לכאורה) וויאזוי דער בעל הברכות לייגט אריין פון די וויין בפי התינוק
בילד

בשעת די סעודה.
בילד

לפי הנראה פלעגן דאן די פרויען פון די משפחה אויך עסען די סעודה (כנהוג היום בהרבה מקומות).

איטשע
שר האלף
תגובות: 1523
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מיטוואך אפריל 26, 2017 12:03 pm

מען קען דא זעהן די פרויען קליידער אינגאנצען אפען פון פארנט, ווי דערמאנט אין קב הישר.


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bing [Bot] און 2 געסט