דער גרינדער פון וויקיפעדיע, די אנליין ענציקלופדיע וואו יעדער קען שרייבן פרייוויליג, וויל יעצט גרונדן א זוך-ענדזשין אזוי ווי גוגעל און יאהו וכדומה.
http://upi.com/NewsTrack/view.php?Story ... 5944-3351r
בלייבט אונז בלויז איבער צו ווינטשן הצלחה..
וויקיפעדיע וויל קאנקורירן מיט גוגעל
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2176
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
און אויב איך מעג טראכטן הויך:
איך פארשטיי אינגאנצן נישט דעם וויקפידיע, איך רעד פון די ענגלישע כמובן. די ארטיקלען דארט ווערן דאך געשריבן פון אינדיווידואלע שרייבער, טא ווער גיבט האפט אויף זייערע ווערטער?
און אנדערע ווערטער, ווען עס ערשיינט א בוך איבער א געוויסע נושא, שטייט קלאר ארויס ווער דער מוציא לאור איז, און דער ליינער זעלבסט קען באשליסן וויפיל - און צו בכלל - דער מו"ל איז אים מאסגעבנד אין די נושא, טעמע, באשרייבונג, אפשאצונג, דערציילונג, א.ד.ג., משא"כ אין וויקפידיע, וואס איך ווייס נישט מבטן מי יוצא הדברים, וויאזוי קען איך בכלל וויסן צו עס איז ריכטיג וואס דער און דער יעניגער שרייבט? ווער גיבט האפט אויף זיינע ווערטער? אפשר איז דער שרייבער אן עם-הארץ, ולכל היותר אן אומגעצייגטער, אין די נושא פון וועלכע ער האט געשריבן?

- יעקב אלי בראך
- שר חמש מאות
- תגובות: 673
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 06, 2006 11:54 am
אוי זענען זיי ביטערע בעבי'ס די וועקיפידיע.
זיי נעמען א שטיקל נייעס פון איין פלאץ, זיי מאכן דערפון אביסל מטעמים און פעפער, און דאס ווערט שוין א "נייעס" ביי זיי אלטס אפיציעל!
איי ווי איז דער מקור, נא דיר דא האסטו, א שטיקל פון א וועב סייד.
אוי מיט אזעלכע מענטשן ווער דארף נאך א טרינק פון מאשקע אז דו אויגן זאלן זיך אים דרייען