וועלכע פייערפאקס עקסטענטשענס נוצט איר?

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

וועלכע פייערפאקס עקסטענטשענס נוצט איר?

תגובהדורך האניג » פרייטאג אוקטובער 16, 2009 2:27 pm

וואו באקאנט זענען דא טויזענטער פייערפאקס עקסטענטשינס (צו זיין אביסל מער פונקליך: איבער 10 טויזענט!) וואס מ'קען צולייגען צו פייערפאקס ארויסצוהעלפן, מאכן געשמאקער, גרינגער, און\אדער בכלל צוצולייגען געשמאק צום טעגליכן באנוץ פונ'ם בראוזער.

כ'גלייב נישט אז ס'זענען דא צופיל מענטשען וואס האבן דער צייט אדורכצוגיין אלע צען טויזענט עקסטענטשינס, און ס'זענען זיכער דא א א שיין ביסל עקסטענטשינס וואס קען אייך א געוואלד צוניץ קומען, נאר איר ווייסט פשוט נישט דערפון, וואלט כ'מיין געווען א תועלת לרבים אז דער עולם זאל דא שרייבען וועלכער עקסטענטשינס זיי נוצען, און וואס ס'העפלט (וכדו') זיי, כדי אנדערע זאלן אליינס קענען הנאה האבן דערפון.

און כדי ס'זאל נישט זיין קיין געשלעעעעעעעג, וועל איך זיין דער ערשטער ווייזען די וועג.

בקיצור נמרץ:

Download Helper
דאס נוץ איך צו גרינגערהייט און פשוט דאונלאודען ווידאוס פון וועבזייטליך וואס האבן נישט קיין אריינגעבויטע וועג וויאזוי עס צו טוען (מערסט נוגע ביי יו טוב).

Hebrew Calendar
ס'שרייבט אונטען ביים סטעטוס באר דעם אידישען טאג, טאג אין חודש, יאר, כניסת שבת ויו"ט, וכדו'. ס'קען דיר ווייזען און היברו, ענגליש, אדער א געמיש פון ביידע (היבליש, ווי זיי רופן עס). איך האב שטארק הנאה דערפון.

IE Tab
פיל מאל מאכט זיך אז מ'קען נישט צוקומען צו ספעציפישע וועבזייטליך צוליב ס'נישט געבויט פאר פייערפארקס נאר פאר IE (אינטערנעט עקספלארער), וואס טוט מען געווענליך אין אזא פאל? אדער גיבט מען גלייך אויף, אדער, אויב ס'וויכטיג, שלעפט מען זיך קיין IE, אין מ'קאפיעט און פעיסט אריין דעם URL. מיט דעם פעלט עס נישט אויס, מיט איין קוועטש פונ'ם מויז, טוישט זיך דעם ענדזשין (בלויז פון דעם טעב) פון פייערפאקס צו IE (חוץ דעם וואס ס'ארבעט יעצט, זעט מען נישט קיין שום חילוק).

(WOT (Web of Trust
דאס אינטערנעט איז דאך געשטאפט פיל מיט סכנות'דיגע פלעצער, הן בגשמיות והן ברוחניות. דא קומט דעם עקסטענטשין צו הילף. הן ווען איר גייט צו א וועבזייטל, הן ווען איר מאכט א סערטש, ווייזט עס אייך לויט קאלירן (גרין = גוט, רויט = שלעכט, און אלעס אינצוווישן) די סטאטוס פון דעם וועבזייטל. און וויאזוי ווייסען זיי? דיר, מיר, און אלע אנדערע וואס נוצען דעם עקסטענטשין זאגן זיי!

McAfee SiteAdvisor
דאס איז אויך פאר סעקיורעטי אזויווי WOT, נאר דא ווייסען די סטאטוסען פון וועבזייטליך אטאמאטיש דורך קוקן אויף די דאונלאודס פונ'ם סייט און זען צו וואו אלס זיי לינקען וכדו'.

Read it Later
וואס טוט איר ווען איר קומט אן צו אן אינרעסאנטע ארטיקל וכדו' אויפ'ן אינטערנעט וואס איר ווילט ליינען, נאר איר האט פשוט נישט קיין צייט אויפ'ן מינוט? געווענליך וואס איך פלעג צו טוען, האב איך געמאכט א בוקמארק ביז כ'וועל צוקומען דערצו, אמאל היינט, אמאל מארגען, און אמאל הערשט אין א חודש ארום, ביז די בוקמארקס ווערן אינגאנצען צומישט פון די אלע בוקמארקס. מיט דעם עקסטענטשין, גיב איך א קוועטש אויף א קנעפל, אין ס'סעיווט זיך זיך אין זייער דעטעבעיס, און ווען כ'האב צייט געב איך א גיי דערצו און איך ליין עס.

Skip Screen
פיל וועבזייטליך וואס מ'קען דאונלאודען פיילס בחינם מאכן אז מ'דארף ווארטן עטליכע סעקונדעס (צי מער) ביז מ'קען עס דאונלאודען (למשל, רעפידשיער, מידיעפייער, וכדו') דעם עקסטענטשין סקיפט עס פאר אייך און דאונלאוד עס גלייך. (כ'בין אליינס נאך צומישט פונקליך וויאזוי ס'ארבעט, און צי ס'ארבעט טאקע...)

Stop-or-Reload Button
דאס איז א קליינטשיק עקסטענשין וואס מאכט דעם 'עקס' קנעפל מיט'ן 'ריפרעש' קנעפל צו איינס, אדער דאס אדער דאס. (וואס פעלט דען אויס ביידע באזונדער? מ'קען דאך סייווי בלויז נוצען איינס אויף א מאל!). ס'גיבט צו אביסעלע פלאץ צום אדרעסס באר.

Xmarks
זענט איר אפט אויף מער וואו איין קאמפיוטער, און אייער בוקמארקס זענען צוטיילט ביי די ביידע, און איר זענט זייער צומישט? פונקט גוט! דעם עקסטענטשין סעיווט אייער בוקמארקס צו זייער סערווער, און נישט קיין נפק"מ וואו איר זענט קענט איר אייביג צוקומען דערצו. (דאכציכמיר אז דער זעלבע זאך טוען זיי מיט סעיווט פעסווארדס.)
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » פרייטאג אוקטובער 16, 2009 2:32 pm

WOW

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » מוצ"ש אוקטובער 17, 2009 8:19 pm

ומיט וואס איז פייערפאקס בעסער פון IE ?
איך רעד אין א זייט געלייקט אלע עקסטענטשענס, די עצם בראוזער וואס איז די מעלה דערפון אז מ'זאל אוועגיין פון די בראוזער וואס אונזערע אבות אבותינו האבן גענוצט
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » מוצ"ש אוקטובער 17, 2009 8:35 pm

זוך אויף אין די דערנעבענדיגע אשכולות ווי מען רעדט שוין וועגן דעם

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » זונטאג אוקטובער 25, 2009 1:34 pm

שכוח האניג, איך האב לעצטענס אנגעפאנגן צו נוצן פייערפאקס. וויאזוי לייג איך צו די עקסטענשאנס?

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » זונטאג אוקטובער 25, 2009 1:38 pm

גייט דא, דא קענט איר זוכן וואס איר דארפט, איינמאל איר טרעפט עס, קליקט Add to Firefox, און פאללאוד אינסטראקשינס. הצלחה!
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מאנטאג אוקטובער 26, 2009 10:13 am

יישר כח.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15186
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג אוקטובער 31, 2011 5:48 pm

יישר כח האניג, געדאונלאודעד אפאר, א חלק ארבעט שוין נישט אין די נייע ווערסיעס

Echofon for Twitter

ארבעט זייער גוט פאר טוויטער, ווי אויך קעמען אנשטעלן עס זאל סינקן מיט די אייפאון
kraitchmah עט גימעיל

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך יולי 24, 2013 3:03 pm

QuietUrl

פאר מער דרוקט דא

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג יולי 30, 2013 12:13 pm

בעק טיר איז די אייפי אדרעס פון די קרעטשמע, די וואס קענען משום איזה סיבה צוקומען דורך די געהעריגע אדרעס, http://www.ivelt.com קענען נוצן די בעק טיר, http://66.199.166.105

אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

תגובהדורך היפאקריט » דינסטאג אוגוסט 20, 2013 8:06 pm

העלמיר זיך אריבערכאפן צו פיירפאקס פאר אפאר מינוט. (איך נוץ עס נאר הער און דער, און די עקסטענטשענס זענען פון אמאל)

Add to Search Bar
איר קענט זוכן אין סיי וועלכע סייט דורך די גיווענליכע סוירטש באקס.
למשל איר ווילט זוכן אויף אייוועלט: אנשטאט צו גיין קודם צו iוועלט.קם, קענט איר גלייך זוכן דורך די סורטש באר. (לייגט די מויז אינעם אייוועלט סוירטש-באקס, רייט-קליק "Add To Search Bar" דערנאך איז אייוועלט א חלק פון פיירפאקס)
(אילוסטרירט דא ביים דעוועלאפער)

Saved Password Editor
דאדורך קענט איר טוישן אוועקגעלייגטע פעסווארדס.
און אויך סעיוון פון פריש, למשל אויב א סייט גיבט אייך נישט די אפציע "Save Password", קענט איר דאס נוצן צו מענואלי סעיוון. (איך נוץ דאס נאך היינט, ווייל פאר קרום איז נישט פארהאן אזא מעגליכקייט, טו איך עס סעיוון ערשט אין פפ, דערנאך אימפארט מען אין קראום פפ פעסווארדס)

Find In Numbers
כידוע ווען איר זוכט עפעס אין א פעידז אויף פייערפקס דורך CTRL+F וועט איר נישט זעהן וויפיל מאל אייער געזוכעכטס געפינט זיך. (קען צומאל גיין צו די נערפן ל"ע)
דער עקסטענטשען מאכט אים זיך פירן ווי קרום אין דעים הינזיכט

עד-בלאק-פלאס פארשטייט זיך, ווי שוין דערמאנט עטליכט מאל דא אינעם אשכול (אוועילאבל אויך פאר קרוים).
נישטא מער קיינע בעננערס און אנדערע אומנויטיגע עדס. אויך קענט איר פטור ווערן פון סיי וועלכע בילד (אדער עלעמענט) עס שטייט אייך אין וועג, א רייט-קליק און ס'איז דערנאך.
אגב, דער עקסטענטשען איז דער מערסט פאפולער אויף פייערפאקס
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
viewtopic.php?p=750174#p750174

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15186
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 12:58 pm

איינער ווייסט פון א גוטע טוויטער עקסטענשן? די פריערדיגע, דערמאנט צוויי הודעות ארויף, ארבעט שוין נישט

ייש"כ למפרע
kraitchmah עט גימעיל

שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ

תגובהדורך שמחת החיים » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 1:41 pm

פארוואס קראכט מיין פייערפאקס ווען איך פרוביר צו אינסטאלירן א עדד-אן?
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15186
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 12:27 am

האסט די לעצטע ווערסיע? זיי אפדעיטן שנעלער ווי איך טויש זאקן, פאר יעדע קלייניקייט מאכן זיי א אפדעיט
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9206
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג מארטש 01, 2015 3:31 pm

מומחה עצום האט געשריבן:צו ס'איז נוצליך ווייסעך נישט, אבער AdNauseam וועט קליקן אלע עדס אויף א פעידזש אין די הונטערגרונד.

אפצוטון און נישט אויפטון... סתם נקמה...
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » זונטאג מארטש 01, 2015 3:52 pm

חחח..
ווענד זיך פאר וועם.. די סייט וואס האלט די עדס העלפט מען גאר
גוגל קלעימד אז זיי קענען דיטעקטן עכטע קליקס ווערסעס פאלשע אוטאמאטישע קליקס אדער קליקס וואס צילט נאר צו הייבן די צאל קליקס פאר זיך אדער פאר יענעם, זיי האבן א ספעציעלן קאלום פאר אינוועליד קליקס ריפארט מיט adjustments כפי העולה על רוחם

https://support.google.com/adsense/answer/1348752?hl=en&ref_topic=1348566
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג מאי 05, 2015 12:06 pm

א עקסטענשען צו טוישן די הונדערטער באהאלטענע סעטינגס אין פייערפאקס
https://addons.mozilla.org/en-us/firefo ... mania-4420

(ווען עס אינסטאלט זיך וועט עס ריסעטן אלע סעטינגס, אויב האט איר שוין געטוישט עפעס זאלט איר אבאכט געבן)

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג יוני 25, 2015 3:07 pm


אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » דאנארשטאג יוני 25, 2015 5:17 pm

* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)


צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט