בלאט 1 פון 1

עצה טובה: מאכן אלע מעסעדזשעס פון גימעיל אלס read

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2006 9:56 pm
דורך גרויזאמער
אפשר ווייסט איר שוין דערפון, אבער איך האב עס הערשט יעצט אנדעקט:

אין מיין גימעיל באקס האב איך געהאט אן ערך פון 100 אומגעליינטע מעסעדזשעס, עס האט מיר אייביג נערוועז געמאכט אז אויף מיין אינבאקס פלעגט שטיין די נומער פון די אומגעליינטע מעסעדזשעס, מ'שטיינס געזאגט איך האב געוואלט אריינקומען אין גימעיל און ווען איך זעה די נומער 1 זאל איך וויסן אז איך האב א נייע מעסעדזש. (דאס איז נוגע אויך אויף גוגל טאלק ווי אונטן שטייט די מספר אומגעליינטע מעסעדזשעס).

אינאמתן איז דא א אפציע פון mark as read. אבער דאס העלפט נאר אויף די דף וואס איז אפען. (אפילו מען זאל דרוקען select unread וועט ער אויך נאר סעלעקטן נאר פון יענע אפענע דף).

כ'מיין איר פארשטייט אז יעצט גיין עפענען די אלע 100 מעסעדזשעס איז דאך א ביליג ליצנות, כ'האב דאך עס פאר א סיבה נישט געליינט, יעצט זאל איך עס מוזן ליינען נאר צוליב דעם וואס איך האב עס נישט געוואלט ליינען? דאס איז נישט דעמאקראטיע!

נו וואס טוט מען?

אט דאס איז די גרינגע וועג:

ביי די שורה פון
Select: All, None, Read, Unread, Starred, Unstarred

דרוק all.

יעצט וועט זיך אלעס סעלעקטן, וועט ארויפקומען העכער אלע מעסעדזשעס א שורה וואס ליינט זיך:

Select all .... conversations in Inbox

דרוק עס.

יעצט דרוק mark as read.

ער וועט וועלן זיכער מאכן אז דו ווילסט עס עפלייען צו אלע, אבער "אלע" מעסעדזשעס פון דיין גאנצע וויאזוי-הייסט-עס-נאר. באשטעטיג עס, און א שמוץ אריבער...

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2006 10:00 pm
דורך קרעמער
וואס פאלט דיר נישט ביי די גרינגערע און פשוט'סטע וועג: וועל אויס אלעס, און מאך DELETE און פטור אן עסק, אלע מרעין בישין וועלן גיין אין נוקבא דתהום רבה.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2006 10:03 pm
דורך גרויזאמער
סארי, איך פארשטיי אייך נישט. קרעמער מיטן פידעלע...

איך וויל נישט אויסמעקן מיין גאנצע אינבאקס. אוודאי וואלט איך געקענט באשטיין אויסצומעקן נאר מיין אומגעליינטע, אבער עס איז נישטא אזא אפציע! (נאר אויב מען וויל עס טון האנטליך). דעריבער איז די גרינגסטע וועג פטור צו ווערן פון די מרעין בושין ווי אויבנדערמאנט.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2006 10:05 pm
דורך קרעמער
אויב מעג איך פרעגן;

פארוואס טאקע לאזטו די אינבאקס זיך איבערפולען מיט הונדערט אומגעליינטע בריוולעך? איז דאס סתם SPAM? אדער האט דיר דער עולם געוואלדיג ליב, ווייל מיר שיקט מען נישט קיין בריוול א טאג, און איך נעם זיך יא די מיה דאס צו עפענען.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2006 10:06 pm
דורך גרויזאמער
כ'רעד פון מיין ביזנעס אקאונט, עס ווערט פיל יעדן טאג. מעסעדזשעס וואס איך זעה אז עס נישט אינטערסאנט עפן איך ניטאמאל. העכסטנס וועל איך איינמאל אין צוויי חדשים מאכן מיין אויבנדערמאנטע געים.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2006 10:08 pm
דורך קרעמער
ביזנעס אקאונט? ווערט דאך נאך הארבער די פראגע... הלואי ווען איך באקום כאטש איין ביזנעס אפפער, און דו שטופסט בידים אפ הונדערטער געלעגנהייטן צו מאכן א "טרעילער מיט געלט"..?

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2006 10:09 pm
דורך גרויזאמער
די אלע הונדערט וואס איך האב נישט געליינט האב איך באלד געזען אז זיי זענען שנאר בריוולעך, אדער גאר אז איך האב געווינען א 10 מיליאן דאלער. כלומר אדער בעט מען געלט, אדער געבט מען צו סאך. איך קען נישט סובל זיין אזאלכע עקסטרעמע מעסעדזשעס...

קאפטשע?

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2006 10:12 pm
דורך קרעמער
בעטן געלט? ממה נפשך, ביסטו יענעם שולדיג, זיי מוחל און באצאל ווי א טאטע! איז דאס סתם SPAM, באצייכן דאס אלס SPAM און דאס וועט מער נישט אנקומען אינעם געווענליכן שופלאד המכונה "אינבאקס".

אגב, אז מען רעדט שוין פון די אימעילס אז מען האט געווינען 10 מיליאן דאלער, כ'געדענק אז אין בחחמ"א (אדער אנ"ש) האט איינער אמאל ארויפגעלייגט אזא סארט אימעיל אז ער האט געווינען א ריזיגע ירושה אין ניגעריע (מיין זכרון זאגט מיר אז דער אויבנדערמאנטער איז געווען אונזער אלעמען באקאנטער טרעוול אגענט מר. טאגליכט). היינט האב איך געזען אויף "יאהו" אז מען האט געכאפט די בייזוויליגע שווינדלער און ארעסטירט טאקע אין ניגעריע.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2006 10:15 pm
דורך גרויזאמער
איך זעה אז דו פארשטייסט נישט, מיר איז גרינגער צו ארבעטן איינמאל און צוויי חדשים, ווי איידער זיך מטפל זיין מיט די הינדעלעך יעדן טאג, און באצייכענען אויף יעדעם איה מקום כבודו. די אלע הונדערט קומען נישט פון איין פילאנטראפ, זיי קומען פון פארשידענע ווענדפונקטן איבער די גארער וועלטל, אזוי אז קיין "איינמאל פאר אלעמאל" באגריף עקזיסטירט נישט דא.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2006 10:16 pm
דורך גרויזאמער
און דאס וואס דו שרייבסט אז איך זאל באצאלן אויב איך בין שולדיג. עס איז א פארווייטאגטע פרשה, רעד נישט דערפון.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2006 10:17 pm
דורך קרעמער
אינטערסאנט אז דו פרעגסט נישט וואס די מאדנע ראשי תיבות "בחחמ"א" באדייט, אבער פאר די וואס ווייסן נישט: עס איז א פארום אויף היידפארק באקאנט מיט די אקראנים וואס שטייט פאר ב'חדרי ח'רדים מ'שפחה א'ידיש.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2006 10:19 pm
דורך גרויזאמער
אז מען האט נישט געפרעגט ענטפער נישט. איך דארף עפעס זיין אינטערסירט אין יעדע שגגה יצא מפי השליט וועא"מ וואס קומט ארויס פון דיין מויל? איי מין... יוז יור ברעינס דזשענטלמען!

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2006 10:19 pm
דורך קרעמער
און וואס אייגנטליך האט די לעצטע תגובה מיטן מטרת האשכול?????

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2006 10:20 pm
דורך גרויזאמער
דאס וואס דער לעצטער תגובה האט!!!

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2006 1:22 am
דורך שוועמל
קרעמער, סיז דיר געלונגען מיך נייגעריג צו מאכן ! נאדיר... געב ארויס !

וואס מיינט בחחמ"א ????

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2006 10:15 am
דורך קרעמער
עיין לעיל.