בלאט 1 פון 1

ווי קען מען לערנען אנליין עדווערטייזמענט

געשריבן: זונטאג מאי 24, 2009 12:05 am
דורך בן יועזר
מיין חבר האט מיר אנגעפרעגט - ער האט א וועב זייטל, ער פארקויפט דארטן געוויסע אייטעמס

ער באצאלט אסאך געלט דורך אויס די יאר פאר אנליין עדווערטייזמעט - ווי למשל קויפט ער איין קליקס ביי גוגל אין ביי יאהו וכו'

יעצט ווילער קענען האלטן חשבון וועלכע קליקס סלנויט איהם די מערסטע, וועלכע ברענט אים אסאך געלט - איז זיין שאלה צי סידא ערגעץ ווי צי לערנען זיך אין דעם געביט

געשריבן: זונטאג מאי 24, 2009 1:02 am
דורך שוועמל
די קשיא איז זייער רוי געפרעגט.
אויב אדווערטייזט ער ביי גוגל עדווארדס און יאהו סירטש רעזאלטס דאן דארף ער קענען זען פונקטליך אלעס.

נאכדערצו אויב האט ער אינסטולירט גוגל אנאליטיקס וועט ער קענען טרעקן יעדע קליק צי מ'האט צום סוף געמאכט א פארטשעיס.

געשריבן: זונטאג מאי 24, 2009 10:39 pm
דורך בן יועזר
שוועמל האט געשריבן:די קשיא איז זייער רוי געפרעגט.
אויב אדווערטייזט ער ביי גוגל עדווארדס און יאהו סירטש רעזאלטס דאן דארף ער קענען זען פונקטליך אלעס.

נאכדערצו אויב האט ער אינסטולירט גוגל אנאליטיקס וועט ער קענען טרעקן יעדע קליק צי מ'האט צום סוף געמאכט א פארטשעיס.


גערעכט - אבער יענער זאגט מיר אז מדארף קענען אויס חשבונן גוט צי יעדע קליק האט זיך דיר אויסגעצאלט (א שטייגער פין באק-קיפאינג וכדו') אשר ע"כ איז זיין שאלה וי מקען זיך לערנען דערויף??