הילף ביטע!!!!!! וואס איז FTP???

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

הילף ביטע!!!!!! וואס איז FTP???

תגובהדורך לעווי » זונטאג מאי 10, 2009 2:48 pm

איך דארף פארשאפען די FTP יוזערנעים און פעסווארד פאר מיין סייט, איך האב נישט קיין אהנונג וואס דאס איז? יענער איז מיר מסביר אז די FTP איז ווי מיין סייט אינפאו איז האוסטעד, אבער איך פארשטיי נאך אלץ נישט.

אפשר קעןמיר איינער מסביר זיין אויף מאמע לשון וואס דאס איז, און וואו איך באקום עס? איך דארף עס זייער וויכטיג וואס שנעלער.

יישר כח.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » זונטאג מאי 10, 2009 3:00 pm

FTP איז די אקראנים פון FILE TRANSFER PROTOCOL דאס ניצט מען ווען מ'וויל עפעס אפלאודן צו די סייט.

ביי די פלאץ וואו דיין סייט ווערט געהאסט דארף זיין א סעקשאן וואו ס'שטייט די FTP אינפארמאציע, נארמאל איז עס די יוזערנעים און פעסווארד וואס דו ניצט אריינצוגיין צי די קאנטראל פענל פון דיין וועבסייט.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג מאי 10, 2009 3:04 pm

ווי איז דיין סייט האוסטעד?
ווער האט דיר געבויעט דיין סייט בעט פון יענעם די יוזערנעים און פאסווארד

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » זונטאג מאי 10, 2009 3:26 pm

עס איז א WORDPRESS סייט, סאו איך גלייב אז עס איז האוסטעד ביי זיי, נישט אזוי?

איך פארשטיי נאך אלץ נישט פונקטלעך וואס די FTP איז, און וואו איך טרעף עס, און וואו איך טרעף די יוזערנעים און פעסווארד, און פארוואס מען זאל יענץ דארפן האבן כדי צו קענען אפטימייזען די סייט פאר די סירטש ענדזשינס.

אויב איינער קען מיר ביטע מסביר זיין און ארויס העלפן וואלט איך שטארק אפרישיעיטעד!!
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג מאי 10, 2009 3:42 pm

FTP איז די מוטער פון יעדע וועבסייט דארט ווי אלע פיילס ליגן.

FTP קען מען געווענליך עפענען דורך טייפן אין די בראוזער ftp.yoursite.com
(טייל מאל וועט עס א בראוזער נישט קענען עפענען, טא דארף מען עס עפענען אין א פשוטע וויינדאוס עקספלארער, אבער איר דארפט קודם ענעיבלען FTP אינדרויסן פון אינטערנעט עקספלארער דורך גיין צו אינטערנעט אפשענס, אדווענסד, מאך א טשעק ביי "ענעיבל FTP אויטסייד IE. אויך נעם אראפ די טשעק פון "יוז פעסיוו FTP")

לגבי ווארדפרעס בין איך מסופק צי זיי זאלן אפילו אריינגיין אין די פטפ.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » זונטאג מאי 10, 2009 3:57 pm

ביי ווארדפרעס איז דא א פלאג אין וואס לייגט אויטאמאטיש אריין די מעטא טעגס אויף יעדע פעידזש.


צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט