וויפיל קאסט אינטערנעט סערוויס דורך ספרינט קארד?

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

וויפיל קאסט אינטערנעט סערוויס דורך ספרינט קארד?

תגובהדורך גרויזאמער » מאנטאג אפריל 27, 2009 6:43 pm

איך האב ב"ב סערוויס, וויפיל איז די רעגולערע פרייז? ארבעט עס ווי א ד.ס.ל.? איך בין מסכים צו צאלן א מטבע פאר א אומזינסטע.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

מענטש
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2009 6:26 pm

תגובהדורך מענטש » מאנטאג אפריל 27, 2009 8:06 pm

א גוטן יאולי גרויזאמער...

א ספרינט קארד 5 GB (עס מיינט אז מען קען נאר נוצן אפ טא 5 גיג {יעדע בלאט[ווענטצעך ווי גרויס ער איז] האט א געוויסע אמאונט וויפיל KB ער פארניצט}) קאסט 60 דאללער א חודש = טעקס

איז אזוי איך קאן דיר עס מאכן פאר א איינמאליגע אפצאל אז עס וועט אייך אומזיסט פון היינט ביז משיח'ס טאג אי''ה...

פאר מער אינפארמאציע ביטע קאנטאקט מיר אין אישית אדער גוגל טאלק..

נ.ב. ווי אויך פאר אלע אנדערע ספרינט פלענס קען מען זיך ווענדען צו מיר אין איינע פון די פריער דערמאנטע פלעצער...

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » מאנטאג אפריל 27, 2009 10:20 pm

האסטעך נישט ארויף געלייגט דיין גימעיל אדרעסע קען איך דיך נישט טאלק'ן.

איך בין מעליך אונטערסירט און אזא קארטל און אויך וועגן א אנדערע זאך בנוגע ספרינט.

ביטע געב ארויס דיין גימעל אדרעסע.

יישר כח

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אפריל 27, 2009 10:20 pm

דערמאנונג: גזל עכו"ם איז אויך אסור מדאורייתא.

מענטש
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2009 6:26 pm

תגובהדורך מענטש » מאנטאג אפריל 27, 2009 11:01 pm

mentchmentch@gmail.com

קרעמער; דאס איז נישט גזל עכו''ם, עס איז הערמה ווייל זיי געבן דיר דאך די פלאן...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אפריל 28, 2009 1:22 pm

איך בין נישט קיין דיין, נאר א מעורר. ביי א חשש דאורייתא איז כדאי זיך איבערצושמועסן מיט א דיין.

אוועטאר
גארנישט
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 30, 2008 8:36 pm

תגובהדורך גארנישט » דינסטאג אפריל 28, 2009 2:31 pm

איך האב אזא קארטעל
ס'קאסט מיר יעדע חודש $35.00 און עס קאסט נישט קיין טעקס.
עס ווערט געטשעארזט מיין קרעדיט קארד 1 מאל א חודש פאר פונטקליך 35 עס איז א היימישע קאמפעני און בארא פארק. סאיז א ספרינט קארד.
איז אזוי איך דארף עס שוין נישט האבן אויב איינער וויל איבערנעמען מיינס זאל זיך מעלדן און אישית. מדארף נישט האבן קיין קאנטראקט מקען קענסעלן ווען מען וויל.
נאר איך וויל פשוט זעהן פאר איך מאך עס צו אפשר וויל עס איינער איבערנעמען.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דינסטאג אפריל 28, 2009 5:45 pm

קרעמער האט געשריבן:דערמאנונג: גזל עכו"ם איז אויך אסור מדאורייתא.


בדרך הלצה:
אינטערנעט איז א איסור, גזל עכו"ם אויך א איסור, אין איסור חל על איסור.....

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » דינסטאג אפריל 28, 2009 5:45 pm

שאצל ;l;p-
ס'איז א גוט ווארט!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אפריל 28, 2009 5:52 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:דערמאנונג: גזל עכו"ם איז אויך אסור מדאורייתא.


בדרך הלצה:
אינטערנעט איז א איסור, גזל עכו"ם אויך א איסור, אין איסור חל על איסור.....

ליצנות אחת... אויף דעם וועג קענסטו בועל זיין אן אשת איש אום יום כיפור.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג אפריל 28, 2009 7:56 pm

גארנישט;
וואספארא ספיד קריגסטו מיט דעם ספרינט קארד?


קרעמער;
דאס איז נישט ליצנות, דאס איז מתיר השרץ בקן טעמים.

ליצנות מיינט עפעס אנדערש.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » דאנארשטאג אפריל 30, 2009 10:27 am

מענטש האט געשריבן:
קרעמער; דאס איז נישט גזל עכו''ם, עס איז הערמה ווייל זיי געבן דיר דאך די פלאן...


איך האב אמאל גערעדט מיט א אין א תלמוד חכם איבער אזא ענליכע נושא, פון א טעלעפאון ליין וואס קאסט נישט קיין געלט.

אונז האב מיר דן געווען אז עס נישט קיין גזילה ווייל ווען מען באניצט זיך דערמיט קאסט עס פאר זיי גארנישט, האט דער איד אבער צוגעלייגט, אז מען דארף מברר זיין אויב אידן האבן נישט קיין סטאקס אין די פירמע(וואס עס איז שטארק מעגליך), ווייל דעמאלטס קומט שוין צי די שאלות וואס עס איז דא ביי א איד און נישט נאר בי א גוי.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » דאנארשטאג אפריל 30, 2009 11:47 am

איך האב אויך אזא פלאן וואס מען קען נישט האבן ביי ספרינט אליינס וד"ל...

האט מיין חבר אנגעפרעגט א חשובע דיין איבער דעם נושא, האט דער דיין געזאגט אז אויב ער ווייסט נישט וואס דער וואס ערלעדיגט עס טוט, איז ער נישט מחיוב אים אויסצופארשן צו ער בא'גנב'ט נישט די קאמפעני וכדו'.

שטייצעך אז דאס איז נאר א לימוד זכות אויף די קליענטן נישט אויף די וואס מאכן עס.

אבער מיין דעת בעה"ב קלערט אז למעשה ספרינט האט מיר געגעבן די סירוועס און זיי זעהן כסדר מיין פלען (איך רעד צו זיי כסדר אויפן טעלעפאן יעדע מאל זעהן זיי די גאנצע זאך קלאר.)

און כידוע האבן זיי אפגעשפארט אסאך פון די פלענס, סא לערן איך אפ אז די וואס זיי לאזן אפען איז ווייל ס'לוינט זיך זיי!.

אלעס האב איך נאר געזאגט אלץ א לימוד זכות, אבער למעשה דארף מען וויסן אז דאס איז גאר א הארבע ענין, נעמטץ עס נישט פאר לייכט! פאר מען טוט צווייפלהאפטיגע געשעפטן אפילו מיט א אינו יהודו דארף מען עס דורך שמועסן מיט א מורה הוראה מובהק. ובזה יצאתי ידי חובתי.

ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע: אויף וואקאציע

תגובהדורך ביזנעסמאן » מאנטאג יולי 20, 2009 2:25 pm

כ'ווייס נישט צו דאס איז די ריכטיגע אשכול, אבער פארט וויל איך דא אנפרעגן.

אזוי ווי איך ריש זיך אי"ה ארויסצופארן אין די קאנטרי אויף א צוויי וואכן, און כ'וואלט זייער געוואלט זיך אנבינדן צום אינטערנעט דורך א לעפ-טאפ וואס כ'וועל מינעמען. איז שייך צו דינגען אזא סארט יו. עס. בי. קארטל אויף די צוויי וואכן?

א דאנק פאר אייער הילף.
(אויב איז שוין פארהאן א אשכול דערוועגן ביטע לינקט עס מיר צו.
תורה איז די בעסטע סחורה.

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מאנטאג יולי 20, 2009 2:53 pm

ווענט זיך וועלכע געגענט

ס'מוז זיין אז ספרינט זאל גוט ארבייטן דארט אן קיין ראומינג כדי צו נוצן ספרינט (סאך ביליגער) אז נישט נוץ ווערייזאן סאך טייערער אבער בעסער ווי גארנישט אז דו דארפסטעס האבן)
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע: אויף וואקאציע

תגובהדורך ביזנעסמאן » מאנטאג יולי 20, 2009 3:03 pm

ספרינט ארבעט דארט בלויז מיט ראומינג.
איז בכלל שייך צו דינען אזא דיווייס? אויב יא וואו?
תורה איז די בעסטע סחורה.

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מאנטאג יולי 20, 2009 3:08 pm

דאן מוזטו נוצן ווערייזאן
ביי יעדע ווערייזאן סטאר
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע: אויף וואקאציע

תגובהדורך ביזנעסמאן » מאנטאג יולי 20, 2009 3:10 pm

א גרויסן דאנק
תורה איז די בעסטע סחורה.

כולל יונגערמאן
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 5:08 pm

תגובהדורך כולל יונגערמאן » מאנטאג יולי 20, 2009 5:06 pm

איך נויטיג מיר אין א אינטערנעט קארטל, פאר ביליג


צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט