אויסמעקן א מעססעדזש אין אוטלוק

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

אויסמעקן א מעססעדזש אין אוטלוק

תגובהדורך סאדע_באטל » דינסטאג אפריל 21, 2009 9:19 am

איך האב געשיקט אן אימעיל אין אוטלוק וואס האט אן עטעטשמענט וואס איז גרויס 70 מ"ב
ווארשיינליך איז עס צו גרויס, ווייל עס גייט נישט אדורך, עס ליגט שוין אין אוטבאקס אפאר טעג.
אבער ער לאזט מיר אים נישט אויסמעקן, ווען איך קוועטש דיליט געשעהט גארנישט.

וויאזוי מעק איך עס אויס?
איך וויל קענסלען די מעססעדזש, איז דא א וועג דערצו ?
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » דינסטאג אפריל 21, 2009 9:31 am

די עצה איז צו דיסעיבלען די אנטי-ווירוס אימעיל סקענער

דאס בלאקט עס געווענדליך
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11184
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג אפריל 21, 2009 9:34 am

דאבעל קליק אויף די רעכטע זייט אונטן ביים סטאטוס באר ווי עס שטייט סענדינג מעיל... און דריק סטאפ און נאכדעם דיליט עס פאר ער הייבט אן נאכאמאל צי שיקן

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דינסטאג אפריל 21, 2009 9:34 am

יישר כח פויער פאר אייער הילף
ביי מיר האט עס געהאלפן.

תזכה למצוות

נ.ב. לענ"ד וואלט געווען א תועלת מער מרחיב צו זיין את הדיבור, מיטן געבן פונקטליכע אינסטראקשענס.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

מחזור
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 28, 2008 8:14 pm

תגובהדורך מחזור » דינסטאג אפריל 21, 2009 11:22 am

איך האב דאס שוין אסאך מאל געהאט
מ'דארף אינגאנצן דיסעבעל'ן די אינטערנעט קנעקאשאן אין דערנאך אריינגיין אין אוטלאק אין דיליטען די פייל

עצה טובה

אין YOUSENDIT קען מען דאונלאדען א פלאג-אין פאר אוטלאק איקספרעס אז א גרויסע פייל זאל גלייך גיין דורך YOUSENDIT


צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט