גוגעל זאגט: חזור בך, קענסט נאך צוריקציען

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

גוגעל זאגט: חזור בך, קענסט נאך צוריקציען

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג מארטש 20, 2009 8:04 am

מיט גרויס פאפיטעס האט גוגעל געמאלדן אויף זייער אפעציעלן בלאג, איבער א נייעם פיטשער ביי זייער פראדוקט "דזשימעיל בעטא", וואס ערלויבט א מענטש צוריקצוציען פון אן ארויסגעשיקטן אימעיל ביז פינף סעקונדעס נאכ'ן ארויסשיקן.

אפילו גוגעל געט אייך אן אפשען תשובה צו טון, אבער בלויז אויף א גאר קורצע צייט. דאס איז פיל ווייניגער ווי די צייט וואס א איד האט תשובה צו טון אויף אן עבירה "בין אדם למקום", אבער מיט גענוי פינף סעקונדעס מער ווי די צייט וואס מ'קען צוריקציען פון א שלעכט ווארט פאר א צווייטן איד, באקאנט אלס "בין אדם לחבירו". איינמאל דו האסט ארויסגעזאגט דעם ווארט, ביזטו מער נישט בעה"ב דערויף - אויסער אויב דו האסט געשריבן דעם לשון הרע דורך דזשימעיל...

http://gmailblog.blogspot.com/2009/03/n ... -send.html
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » פרייטאג מארטש 20, 2009 9:09 am

איז דאס טאקע דער שיעור פון: תוך כדאי דיבור?..

יש"כ מאשקע

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » פרייטאג מארטש 20, 2009 9:37 am

יישר מאשקע רבי ומורי!
יגרסהדותא האט געשריבן:איז דאס טאקע דער שיעור פון: תוך כדאי דיבור?

זעט אויס אז גוגל האלט אז כתיבה כדיבור דמי...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג מארטש 20, 2009 9:40 am

דאס מיינט אז ס'גייט נעמען כאטשיק 6 סעקונדעס ביז אן אימעיל גרייכט דעם אנדערן עק.

דאס איז צו לאנג פאר מיר... גוגל פלעגט אלעמאל אנקומען די נעקסטע סעקונדע.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג מארטש 20, 2009 10:01 am

שוועמל, דו מוזסט נישט אנצינדן דעם אפציע.
An article a day keeps the babies away

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » פרייטאג מארטש 20, 2009 10:28 am

איך מיין אז דאס איז נאר געמאכט פאר מענטשן וואס טוען זאכן אומגעטראכט, ווען איך שיק ארויס פאר איינעם א מעסעדזש טראכט איך קודם צו איך זאל עס שיקן פאר אים צו נישט און ווען איך שיק עס שוין ארויס גיי איך נישט שנעל געבן א לויף צוריק און עס אפשטעלן, איך זעה נישט די גרויסע געווינס וואס ליגט דערין, אבער גוגעל איז דאך געמאכט פאר אלע מיליאנען מענטשן און צווישן די אלע איז דא מענטשן וואס פאר זיי איז די אפציע אינטערסאנט, אזוי קען מען עס פארענטפערן

אוועטאר
שטרויזאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

תגובהדורך שטרויזאק » פרייטאג מארטש 20, 2009 11:03 am

עס קען זיך אלעמאל מאכו א טעות, טייפא אדער א ראנג אדרעס.

דער געדאנק איז גאנץ גוט. ייש"כ, מאשקע
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » פרייטאג מארטש 20, 2009 11:09 am

יישר כח מאשקע פארן מודיע זיין

ווי איך פארשטיי איז נאר פאר די וואס האבן גוגל לעבס, קען איינער מסביר זיין וואס עס מיינט?
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » פרייטאג מארטש 20, 2009 11:42 am

יעדער וואס האט א דזימעיל אקאונט האט דאס
אויב'ן לעבן פרעפרענסעס איז דא אזא קליינע גרינע שטיקל (איינע ווייסט וואס דאס דארף צו זיין?) דאס איז גוגל לעבס, גיי דארט אריין און דו האסט אסאך געשמאקע פיטשערס

ענדשזוי איט!!!!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג מארטש 20, 2009 12:43 pm

די גרינע פליסיגקייט אינעם פלאש איז א צייכן פון א לאבארטאריע וואו מען פארשט און שטודירט נייע זאכען.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9707
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » פרייטאג מארטש 20, 2009 5:47 pm

עס איז נוגע פאר איינער וואס האט א מעיל'נג ליסט, און בטעות האט ער אריין געלייגט אלע נעמען אין די אפציע to אנשטאד די אפציע bcc און ער וויל צוריק ציען.

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » זונטאג נובעמבער 21, 2010 12:25 am

איך פלעג אייביג זעהן די גרינע באטל אויבן יעצט גיי איך אריין אין מיין אקאונט ואין קול ואין עונה ואין פוצה פה ומפצפץ
קען איך עס באקומען ערגעץ?

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דאנארשטאג אפריל 07, 2011 9:58 am

מ'קען שוין אפילו צוריקציען ביז א האלבע מינוט, ווענדט זיך לויט די סעטטינגס וואס מ'שטעלט אן.
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.


צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט