פראבלעימען מיט k9

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

פראבלעימען מיט k9

תגובהדורך חידוש נפלא » דאנארשטאג מארטש 05, 2009 3:47 pm

איך האב די פאפולערע פראגראם פון k9 web protection און עס מאכט מיט פארשידענע פראבלעימען, וויל איך וויסן צו איינער קען מיך אפשר ארויסהעלפן מיט דעים, יעצט איז מיין פראבלעים אז איך זיך אויפצומאכן עפעס א וועבסייט און אנשטאט אז די וועבסייט זאל זיך אויפמאכן קומט ארויף דאס https://66.114.168.230/ is blocked because it is currently categorized as: Unrated (איך האב געבלאקט אלע unrated sites) וויל איך וויסן צו איינער קען מיך ארויסהעלפן מיט דעים פארוואס עס קומט פלוצלינג ארויף דאס אנשטאט ארויפצוקומען די וועבסייט געהעריג וואס איז לכאורה יא אפען

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » דאנארשטאג מארטש 05, 2009 4:15 pm

כ'האב שוין געמיינט דו רעדסט פון א פאליציי'שער הונט...
קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דאנארשטאג מארטש 05, 2009 9:29 pm

די וועבסייט וואס דו טרייסט צו עפענען איז נאכנישט רעיטעד ביים פילטער פראגראם צו ס'איז כשר צו נישט (דער אויטאמעיטעד סיסטעם קען מאיזה סיבה נישט אליין באשליסן - קען זיין ווייל ס'איז א פרי האוסטעד וועבסייט)

קענסט אנשטעלן אז ס'זאל נישט בלאקן אנרעיטעד אבער דו קענסט ח"ו ווערן אויסגעשטעלט צו פארשידענע אומגעווינטשענע מאטריאל דעריבער אויב ס'איז נישט אמערדזשענסי לאז עס אזוי

א הסבר פון בלו-קויט (די מוטער קאמפאני פון K9 וועב פראטעקשאן)
http://forums.bluecoat.com/viewtopic.php?f=13&t=3278
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

תגובהדורך חידוש נפלא » פרייטאג מארטש 06, 2009 10:59 am

יישר כח, אבער דאס האב איך געוויסט, און דער פראבלעים דא איז עפעס אנדערש, וליתר ביאור: ווען איך מאך אויף א וועבסייט וואס איז אנגעגעבן אלס "unrated" , לאמיר זאגן אז דאס איז http://www.ivelt.com דעמאלס קומט ארויף אז די אדרעס פון http://www.ivelt.com קענען זיי נישט עפענען ווייל דאס איז unrated אבער מיין פראבלעים איז אז פלוצלינג גיבט זיך א טויש די בלאט און עס זאגט מיר אז https://66.114.168.230/ דאס איז unrated אינדערצייט וואס איך האב קיינמאל נישט געדריקט די דאזיגע בוכשטאטן אין מיין קאמפיוטער בכלל, וואס דאס זאגט מיר אז אפשר איז דער פראגראם נישט גיט אינסטאלד אדער עפעס אנדערש, פארשטאנען?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג מארטש 06, 2009 11:48 am

איך האב געהאט אמאל K9 פאר א פילטער אויפן נעט.

עס איז געווען מלא פראבלעמען יעדן טאג עפעס אנדערש.
ביז כ'אב עס ארויסגעקאפעט און פערטיג, אומזיסט קריגט מען טראבל
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

תגובהדורך חידוש נפלא » פרייטאג מארטש 06, 2009 12:17 pm

נו נו אבער וואס טוט מען נישט פאר אידישקייט, אדרבה לאמיר הערן עפעס א בעסערע פראגראם וואס קען אויך פילטערן די אינטערנעט אויף די זעלבע סיסטעם אז מען זאל קענען געבן די פעסווארד פאר א צווייטן און מען זאל קענען אפען וועלכע קאטאגאריעס מען וויל און צומאכן וועלכע מען וויל, אדרבה אויב די ווייסט פון עפעס א בעסערע פראגראם וואס עס איז בדוק ומנוסה אז עס איז בעסער לויף איך גלייך אהין

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג מארטש 06, 2009 12:25 pm

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » פרייטאג מארטש 06, 2009 2:16 pm

צומאל פאסירט די פראבלעם אויב מען פרובירט ביודעם או בלא יודעים צו טשעפן מיט די K9 פראגראם למשל אויב מען טרייעט אויסצומעקן רעגסטרי קי'ס פון אים וכדו' ווערט ער ברוגז אין ער באשליסט אז גארנישט איניש גוט...

זיי זאגן עס אליינס אז מען דארף נזהר זיין און דעם.

איינע פון די עצות איז צו אנאינסטאלן די פראגראם מיט די פעסווארד געהעריג אין דערנאך עס צוריקשטעלן געהעריג

חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

תגובהדורך חידוש נפלא » זונטאג מארטש 08, 2009 2:46 pm

פאלגענד איז א ליסט פון אזעלכע סארט פראגראמען ווי k9 וואס פילטערט די אינטערנעט פון אומגעווינטשענס
http://www.opendns.com/
http://www.k9webprotection.com/
http://www.safefamilies.org/download.php
http://www.akidthaine.com/
http://support.it-mate.co.uk/?mode=Products&p=bgone

איך נעם נישט קיין אחריות אז עס איז גיטע וועבסייטס, מען קען עס אליינס אויספרובירן


צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט