בלאט 1 פון 5

גאגעל אפס - מאכט אייך א פראפעשענל אויסזעהן פאר $10 א יאר!

געשריבן: דינסטאג פאברואר 17, 2009 11:08 am
דורך היימישער איד
כ'ווייס נישט צו מען האט שוין גערעדט דא פון דעם אדער נישט,

צומאל קען מען זעהן ביזנעס'ער עדווערטייזן זייער אימעיל @gmail אדער @yahoo כמובן מאכט עס נישט אזא גוטע איינדרוק, נאר וואס מענטשן ווייסן נישט ווי גרינג אין ביליג דאס איז ע"כ הייבן זיי נישט אן און קלערן אז ס'נישט וויכטיג.

אנדערע ווילן דאס נישט ווייל עס קומט אן אלע ספעם אין אינבאקס און מ'דארף זיין ביזי מיט די אלע פילטער'ס און רול'ס און אטלאק און נאך אנדערע איבלען וואס מען האט.

דא קומט אריין אונזער אלעמען באקאנטער גאגעל ירום הודו, זיי האבן א סירוועס וואס הייסט גאגעל אפס,

אזוי ווי רוב פון זייערע סירוועס'ס קאסט דאס נישט קיין געלט (זיי האבן אויך פרימיום פאר געלט אבער די פשוטע קאסט נישט), מען באקומט די זעלבע אויסשטעל מיט אלע צוגעהערן פונקט אזוי ווי אלע גימעיל אקאנטס נאר די אדרעססע איז @דיין קאמפעני נאמען דאט קאם.

די פראבלעם איז אבער אז גאגעל טיילט נישט קיין דאמעין נעמען, סא איז דא צוויי טשויס'עס אדער קען מען קויפן א דאמעין ערגעץ ווי און אנשטעלן אז די אימעיל זאל גיין צו גאגעל,

אבער פאר איינער וואס האט נאך נישט קיין דאמעין, איז זייער שטארק רעקאמענדירט צו קויפן דורך גאגעל א דאמעין פאר צען דאלער א יאר! און אלעס קומט שוין אויפגעסעט אזוי ארום אז פון ווען די קליקס אויף http://www.google.com/a/cpanel/domain/new ביז די קענסט אריין סיינען צו http://www.mail.yourcompanyname.com נעמט נישט מער ווי 5-10 מינוט.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 17, 2009 11:26 am
דורך פאטאקי08
איך מיין מען קען עס באקומען פאר 3 דאללער א יאר אויך

געשריבן: דינסטאג פאברואר 17, 2009 11:37 am
דורך היימישער איד
ריכטיג א דאמעין קען מען קויפן פאר פעני'ס אבער עס זאל ארבעטן מיט גאגעל אפס דארף מען עס אויפארבעטן, אנדערש איז אבער אויב מען קויפט דורך גאגעל פאר צען דאלער א יאר יור גוט טא גא און 5-10 מינוט

געשריבן: דינסטאג פאברואר 17, 2009 11:51 am
דורך שמיי_דריי
זיי אביסל מער מסביר וואס איר מיינט

איך האב א דאמעין נאמען און 7 אימעיל אדרעסען אויף דעי נאמען איך צאל פאר גאו דעדי דערפאר.

יעצט זיי ביטע מסביר מיט וואס גוגל קען מיר העלפן

שכח למפרע ולמצוה גדולה יחשב

געשריבן: דינסטאג פאברואר 17, 2009 10:41 pm
דורך איך_הער
איך האב א דאמעין פאר צען דאלער א יאר, און די אימעיל'ס האב איך ביי גוגל, געהעריגע זשימעיל, עט מיין קאמפעני נעים דאט קאם.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 18, 2009 8:39 am
דורך היימישער איד
שמיי, די ערשטע זאך דארפסטו וויסן אויב ביסט צופרידן מיט גאו דעדי, אויב די תירוץ איז יא דאן דער איז נאו ניד טא דא עני טינג (דאן ברויכט איר גארנישט טאן)...

אויב ווילט איר האבן אייערע אימעיל'ס אין גימעיל וואס האט אסאך מעלות מער ווי אנדערע דאן קליקט אויף די לינק וואס איך האב געלייגט אויבן און לייג אריין דיין דאמעין נאמען און זיי וועלן דיר שוין געבן פונקטליכע אינסטראקשענס.

אויך געבן זיי פיל אנדערע סירוועס חוץ אימעיל, למשל גאגעל סייט'ס (ווערט געבלאקט דורך דזעי נעט) דארט קענסטו מאכן אזא שטיקל וועב זייטל אומזינסט, אדער גאגעל טשעט,

ווער רעדט נאך פון גאגעל קאלענדער וואס איז ביידיוועי גאר א גוטע טאל... מען קען אנשטעלן ער זאל דיר שיקן א אימעיל צו דערמאנען ווען מען ברויך עפעס ערלעדיגן.

ועוד כמה הוספות כאשר עינכם תחזנה מישרים...

אלענספאלס גיי צו דעם לינק און אויב ברויכסטו נאך הילפ ווייסטו ווי ס'דא הילפ...

געשריבן: מיטוואך פאברואר 18, 2009 9:53 am
דורך שוועמל
שמיי זשריי;

ביי גיי טאטי קאסט א דאמעין קנאפע 10 דאלער און דערצו באקומסטו איין אימעיל קאנטע אומזיסט. אויב ווילסטו מער קאסט עס געלט.

משא"כ ביי גוגל אפס זאגט ער דא אז מען קען האבן מער פאר דעם צענער.

געשריבן: פרייטאג פאברואר 20, 2009 12:30 pm
דורך אונגארישער
היימישער איד יישר כח פאר די איפארמאציע סאיז א גיטע זאך פאר מיר קיינמאל נישט געוויסט דערפין

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 05, 2009 2:48 am
דורך newsnews
איך האב מיין ביי נונעל אין עס איז מחיה
איך פלעג האסטען ביי גא דעדי אבער איך האב געטוישט צי 1and1.com זיי זענען אסאך בעסער אין בילעגער איך לייג דא צי א לינק פליס ווען איר סיינט אויף טוט עס פין דעים לינק .שכח www.1and1.com

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 05, 2009 9:27 am
דורך קאמענטאטאר
ביי גוגעל קען מען האבן עטליכע אדרעסן אויף איין דאמעין ? און אויב יא וויאזוי ארבעט עס, איך דארף עפענען אפאר Gmail אקאונטס און דערנאך עס לינקען somehow ?

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 05, 2009 10:29 am
דורך ביזנעסמאן
קאמענטאטאר האט געשריבן:ביי גוגעל קען מען האבן עטליכע אדרעסן אויף איין דאמעין ? און אויב יא וויאזוי ארבעט עס, איך דארף עפענען אפאר Gmail אקאונטס און דערנאך עס לינקען somehow ?


דא ליגט דער הינט באגראבן, פאלג נאך די אנווייזונגען.
https://www.google.com/accounts/NewAcco ... oogle.com/

מען קען האבן מיינעך אפ טו פופציג אקאונטס פער דאמעין, פלאס עטליכע וועב-בלעטער.

אויב האסטו שוועריקייטן שעם זיך נישט צו פרעגן.

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 05, 2009 4:11 pm
דורך קאמענטאטאר
גראדע שעם איך זיך, אבער שוין...

דעם בלאט האב איך שוין באזוכט בעפאר כ'האב געשריבן מיין תגובה אבער א תירוץ אויף מיין פארגע האב איך דארט נישט געפונען, ווי שטייט איבער האבן מער ווי איין אדרעס פער דאמעין?

געשריבן: זונטאג מארטש 08, 2009 5:58 am
דורך פויער
איינער האט אמאל ערגעץ געשריבן וועגן א פרי דאמעין

ווער עס קען עס אהערברענגן למצוה גדולה יחשב

געשריבן: זונטאג מארטש 08, 2009 4:31 pm
דורך ווער בין איך?
מען קען סתם אזוי לינקן אפאר דזימעיל אקאונטס

איך האב פיר אקאונטס (נישט קיין דאמעין) און אלעס קומט אן צו איין אינבאקס

יעדעם דארף מען געבן אן אנדערע אדרעס, אבער איך האב נישט קיין נערוון צו קוקן אלע אקאונטס

געשריבן: זונטאג מארטש 08, 2009 6:25 pm
דורך newsnews
i copyd my screen so you can see how to add users. but you can only do it after you open your google appps account

געשריבן: זונטאג נובעמבער 01, 2009 1:18 pm
דורך היימישער איד
ארויפגעברענגט לכבוד א חבר וואס ס'קען אים צוניץ קומען

געשריבן: זונטאג נובעמבער 01, 2009 3:37 pm
דורך שוועמל
וויאזוי קען איך לינקן מיין זשימעיל אקאונט צו די גוגל עפס?

למשל ווען איך סיין אריין צו גוגל נוץ איך מיין זשימעיל אקאונט, דארטן אונטער מיי אקאונט קומען ארויף אלע מיינע גוגל סערוויסעס וואס איך נוץ, יעצט וויל איך צולייגן פון דארט אויך מיין גוגל עפפס סערוויסעס כדי איך זאל אלעס האבן אונטער איין דאך.

וויאזוי?
כיצד?
היאך?
HOW?
איך זע נישט די אפציע אונטער "טריי סאמטינג ניו".

געשריבן: זונטאג נובעמבער 01, 2009 6:17 pm
דורך גרויזאמער
שוועמל, סאיז זייער מעגליך אז איך ווייס די תירוץ, אבער ס'איז מעגליך אז איך רוף מיך נישט אן אלץ פראטעסט פארן דיין נישט אננעמען דעם כבוד פון אויסלערנען דעם עולם וויאזוי צו עפענן א ביזנעס - דערווייל. גיי ווייס.

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 11, 2009 10:23 am
דורך הויכער
די קענסט פשוט פארווערדן דיין גמייל צו דיין אפפס

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 14, 2009 7:28 pm
דורך למעלה משבעים
גרויזי פרעג סערגעי וויזוי קומט דאס אז איך קען נישט מער ווי 50 אקונטס, און נייעסנייעס קען ביז 200????????

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 16, 2009 7:16 pm
דורך הויכער
שטייט דאך אז פרעמיער עדישאן קען מער

איך בין שוין אן אלטע קאסטומער פון גוגל אפפס - זייער צופרידן

געשריבן: מאנטאג פאברואר 08, 2010 12:30 pm
דורך CID
CID האט געשריבן:דא האט איר פאר זיבען טאלער א דאמען עס רעכענט אריין פרייוועט רעגעסטרעשאן :lol:

געשריבן: מאנטאג פאברואר 08, 2010 12:39 pm
דורך CID
פאטאקי08 האט געשריבן:איך מיין מען קען עס באקומען פאר 3 דאללער א יאר אויך


איפה :?:
ווי :?:
WHERE :?:
JOISSA :?:
ГДЕ :?:
WANNEER :?:
Amennyiben :?:
vu :?:
HVOR :?

מיין נישט אויף סעל איז דא פאר 99 סענט אויכט ":"?
נאר די צווייטע יאר ריקט זיך עס ארויף :lol:

געשריבן: מאנטאג אפריל 12, 2010 8:35 pm
דורך שוועמל
איך נוץ גוגל אפפס פאר מיין דאמעין.

איך האב אין אפיס עטליכע קאמפיוטער אויפגעסעט זייער אוטלוק מיט די ריכטיגע אקאונט אינפא, אבער די פראבלעם איז אז די אימעילס גרייכן נישט צו אלע קאמפיוטערס, בלויז דער ערשטער וואס דאונלאד די מעסעזשעס באקומט עס און די איבריגע נישט.

עני סאלושען?

געשריבן: מאנטאג אפריל 12, 2010 9:29 pm
דורך לאז געמאכט
יא, צו נוצן איימעפ נישט פאפ