שוועמל האט געשריבן:איך נוץ גוגל אפפס פאר מיין דאמעין.
איך האב אין אפיס עטליכע קאמפיוטער אויפגעסעט זייער אוטלוק מיט די ריכטיגע אקאונט אינפא, אבער די פראבלעם איז אז די אימעילס גרייכן נישט צו אלע קאמפיוטערס, בלויז דער ערשטער וואס דאונלאד די מעסעזשעס באקומט עס און די איבריגע נישט.
עני סאלושען?
אויב האסטו נישט קיין אייגענע סערווער אין דיין אפיס, (וואס לפי דבריך זעהט אויס אז נישט), דעמאלטס איז די בעסטע עצה זיך אויפצוסיינען אויף א
Exchange hosting plan
ד.ה. בקיצור אז דיינע אימעילס ווערן געהאוסט אויפן קאמפאני'ס סערווער (עס איז נישט געסטארעדזט אויף דיין הארד דרייוו נאר אויף זייערס) און עס קומט אן צוערשט צו זייער סערווער און דערנאך ווערט עס פון זיי געברענגט צו דיין אוטלאוק.
די אויפטוה איז אז יעדע טשעינדזש וואס ווערט געמאכט צום אימעיל מעסעדזש אויף איינע פון דיינע local קאמפיוטערס איז אויטאמאטיש געטוישט אויפן מקור ווי ס'ליגט, מילא וועט יעדער פון דיינע אלע קאמפיוטערס זעהן די לעצטע אפדעיטעד version פונעם מעסעדזש און וואס מ'האט צוריקגעשיקט וכדו'.
אזוי אויך ווייל ס'ליגט ביי זיי, קענסטו אלעמאהל זעהן דיינע אימעילס פון סיי ווי דו האסט נאר אינטערנעט, אויך קענסט אויפסעטן אז דיינע אוטלוק אימעילס זאלן אנקומען צו דיין בלעקבערי א.א.וו. און ס'איז די זעלבע ווי דו וואלסט עס געשיקט פון דיין געהעריגע אוטלוק, ועוד ועוד.
מ'קען נאך מאריך זיין אין דעם נושא, פונקטליך וויאזוי ס'ארבעט און וואס איז די אויפטועהן דערפון, און פארשטייט זיך אויך די חסרונות דערפון, אבער היות דער זייגער האט באשלאסן זיך צו נעמען איבער מיינע ביינער וועל איך בלית ברירה מוזן מקצר זיין במקום שאמרו להאריך, און אויב ברויכסטו נאך הילף ביטע זיך נישט שעמען צו פרעגן, מיט בושה קומט מען אין ערגעץ נישט אן.
נ.ב. איך נוץ פאר Exchange Hosting א קאמפאני וואס הייסט 123together זיי זענען נישט טייער און זייער סערוויס איז איינס אין די וועלט
נעם אבער אין אכט אז דו דארפסט נאר קויפן איין user פער דאמעין נעים אפילו אויב דו האסט עטליכע אימעיל אדרעסען דערויף. (איך האב צוערשט געמאכט דעם טעות ביז זיי האבן מיר מסביר געווען אז ס'פעלט מיר נישט אויס)
.