גוגל Workspace (מלפנים G Suite - ומלפנים Google Apps) אומזינסטע פלאן

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9219
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

שוועמל האט געשריבן:איך נוץ גוגל אפפס פאר מיין דאמעין.

איך האב אין אפיס עטליכע קאמפיוטער אויפגעסעט זייער אוטלוק מיט די ריכטיגע אקאונט אינפא, אבער די פראבלעם איז אז די אימעילס גרייכן נישט צו אלע קאמפיוטערס, בלויז דער ערשטער וואס דאונלאד די מעסעזשעס באקומט עס און די איבריגע נישט.

עני סאלושען?


אויב האסטו נישט קיין אייגענע סערווער אין דיין אפיס, (וואס לפי דבריך זעהט אויס אז נישט), דעמאלטס איז די בעסטע עצה זיך אויפצוסיינען אויף א
Exchange hosting plan
ד.ה. בקיצור אז דיינע אימעילס ווערן געהאוסט אויפן קאמפאני'ס סערווער (עס איז נישט געסטארעדזט אויף דיין הארד דרייוו נאר אויף זייערס) און עס קומט אן צוערשט צו זייער סערווער און דערנאך ווערט עס פון זיי געברענגט צו דיין אוטלאוק.
די אויפטוה איז אז יעדע טשעינדזש וואס ווערט געמאכט צום אימעיל מעסעדזש אויף איינע פון דיינע local קאמפיוטערס איז אויטאמאטיש געטוישט אויפן מקור ווי ס'ליגט, מילא וועט יעדער פון דיינע אלע קאמפיוטערס זעהן די לעצטע אפדעיטעד version פונעם מעסעדזש און וואס מ'האט צוריקגעשיקט וכדו'.

אזוי אויך ווייל ס'ליגט ביי זיי, קענסטו אלעמאהל זעהן דיינע אימעילס פון סיי ווי דו האסט נאר אינטערנעט, אויך קענסט אויפסעטן אז דיינע אוטלוק אימעילס זאלן אנקומען צו דיין בלעקבערי א.א.וו. און ס'איז די זעלבע ווי דו וואלסט עס געשיקט פון דיין געהעריגע אוטלוק, ועוד ועוד.

מ'קען נאך מאריך זיין אין דעם נושא, פונקטליך וויאזוי ס'ארבעט און וואס איז די אויפטועהן דערפון, און פארשטייט זיך אויך די חסרונות דערפון, אבער היות דער זייגער האט באשלאסן זיך צו נעמען איבער מיינע ביינער וועל איך בלית ברירה מוזן מקצר זיין במקום שאמרו להאריך, און אויב ברויכסטו נאך הילף ביטע זיך נישט שעמען צו פרעגן, מיט בושה קומט מען אין ערגעץ נישט אן.

נ.ב. איך נוץ פאר Exchange Hosting א קאמפאני וואס הייסט 123together זיי זענען נישט טייער און זייער סערוויס איז איינס אין די וועלט

נעם אבער אין אכט אז דו דארפסט נאר קויפן איין user פער דאמעין נעים אפילו אויב דו האסט עטליכע אימעיל אדרעסען דערויף. (איך האב צוערשט געמאכט דעם טעות ביז זיי האבן מיר מסביר געווען אז ס'פעלט מיר נישט אויס)

.
---
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איך האב שוין געשריבן א צייט צוריק איבער IMAP, http://www.ivelt.com/forum/index ... ic#p230723.

פארט ווייס איך נאכנישט די חילוק צווישן איימעפ און עקסטשעינזש.
ביטע מסביר זיין.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

1&1 האט יעצט א ספעשל די ערשטע יאר איז "פרי"
http://order.1and1.com/xml/order/tariff ... _lf=Static
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

איך האב מיין האוסטינג מיט windows live אבער איך וויל אריבער גיין צו גוגעל אפפס , אבער ווינדאוס לייו געט מיר נישט קיין שום אינפא,

קען מיר איינער העלפן ווי אזוי אריבער צו לייגען מיין דאמעין צו גוגעל?
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

גיי צו גוגל אפפס זיי געבן געווענליך די אינסטראקשענס
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

גוגל געט טאקע אינפא, אבער כדי צו מאכען זעכער אז איך בין בעה"ב פין די דאמעין בעטן זיי מיך אן html אדער א cname (גלייב מיר אז איך קען מיך נישט אויס אין דעם) אבער נאר ווינדאוס לייו האט די אינפא און ווי סקוקט אויס געבן זיי עס נישט ארויס
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

די cname קענסטו אלייו טוישן ביי די סעטינגס
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איך האב מיר געמאכט גוגל עפס פאר מיין דאמעין, און צוגעלייגט אלע אימעיל אדרעסן וואס ווערן גענוצט פאר דעם דאמעין.
אויך האב איך געטוישט די MX רעקארדס פון די רעזשיסטרער און אלעס האט געארבעט פיין.

למעשה איז געשען אז די אימעילס פלעגן נישט אנקומען צו אלע קאמפיוטערס וואס האבן אויפגעסעט די אימעיל אדרעסען אין זייער אוטלוק, איין מאל נאר צו די און אן אנדער מאל נאר צו יענע און א אנדער מאל נאר צום סעלפאן, בקיצור ס'האט נישט געטויגט. נאכן אויספארשן די זאך בין איך דערגאנגען אז ווער עס עפענט עס די "ערשטע" דער האט עס! און מער שיקט עס נישט גוגל עפס סערווער צו די אנדערע קאמפיוטערס אדער סעלאפאונס.
דאס איז א אומדערהערטע ביהעיוויאור פון גוגל עפס.

איז דא עפעס אן עצה דערצו?

די וועג וויאזוי כ'אב עס אנגעשטעלט איז געווען דורך נוצן POP סערווער דאס הייסט אלע אימעילס ווערן געסטאריזשט אויפן לאקאל דרייוו פון יעדן קאמפיוטער (חוץ סעלפאן וואס איז איימעפ דוכט זיך).

דאנקע


אויב איז נישטא קיין עצה, וויל איך האבן בלויז "איין" פרייוועט אימעיל אדרעס וואס זאל יא בלייבן מיט גוגל עפס אבער די איבריגע וואס קומען אן צו אנדערע קאמפיוטערס זאלן נישט נוצן גוגל עפס נאר די אייגענע אימעיל סערווער.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DotCom »

אויב געדענק איך גיט פלאגסט דיך שוין אפאר יאר מיט דעם פראבלעם, איז דא א סיבה פארוואס די ווילסט נישט אויסטרייען איימעפ?
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

שוין געטרייט, נישט געהאלפן מיט דעם פראבלעם לפי זכרוני
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

ס'דארף יא העלפן אויף דעם. פרובירט עס נאכאמאל.
אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DotCom »

פארגעס נישט צו 'ענעיבלען איימעפ ' אין דיין דזשימעיל סעטטינגס, אויב האסט נאכנישט דעמאלט געטהון.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

ווינקל האט געשריבן:איך ניץ אוטלאק (outlook) אויף 2 קאמפיוטערס מיט POP, און אויף ביידע קומט אריין די אינבאקס און אויטבאקס.

ווען מען סעט אויף די אימעיל אויף אוטלאק לייגט מען אריין די אימעיל אדרעס אזוי לדוגמא: recent:[email protected]
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

שוועמל, האט איר שוין פרובירט א עקסטשעינדזש סערווער?
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
שלמי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2009 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמי »

איך האב שוין אויפגעסעט דאמעינס מיט גוגל עפפס צענדליגער מאל, אויב איינער וויל הילף מיט וועריפייען (TXT רעקארדס, הטמ"ל) אדער מיטן טוישן די MX רעקארדס אדער סתם מיטן אויפסעטן דעם עפפס אקאונט, קען זיך פארבינדען מיט מיר אין אישי.
ולמצוה גדולה יחשב.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

שלמי האט געשריבן:אויב איינער וויל הילף ... קען זיך פארבינדען מיט מיר אין אישי.
ולמצוה גדולה יחשב.

מ'קען זיך אליינס רעכענען אלעס פאר מצוות?

גראדע דארף איך הילף, שוין ווידער אויפגעסעט מיינע אימעילס אין גוגל עפס, עס קומט אריין פיין אויב נוץ איך recent:[email protected], די פראבלעם איז אז יעדע "סענט אייטעם" קומט צוריק אין אינבאקס...

סיי אויפן קאמפוטער און סיי אויפן בב.
אויפן קאמפוטערס איז אלעס אנגעשטעלט צו POP, די בב איז כמובן IMAP.

עני סאלושען.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

כ'האב געמאכט א rule אין אוטלאק אז ס'זאל גראד אריינגעפירט ווערן עת מקומו הנכון אינעם סענט אייטעמס.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

כאב געטראכט פון רול.
קען מען נישט עפעס סעטן אין זשימעיל זעלבסט?
און וואס טוט מען מיטן בלעקבערי.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

בב באקום איך נאר אזויווי א סענט אייטעם.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

שנאפס האט געשריבן:שוועמל, האט איר שוין פרובירט א עקסטשעינדזש סערווער?

איז דא ערגעץ אומזיסט?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

ניין

איינער א אינגערמאן יואל געלבמאן מאכט עס, ער בעט אפאר דאלאר א חודש
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ענדליך!

איך מיין כאב געטראפן א לעזונג צו מיין פראבלעם.
אין די סערווער סעטינגס האב איך געטוישט צו
pop.googlemail.com
אנשטאט
pop.gmail.com

מער האב איך נישט דעם פראבלעם פון קריגן די אייגענע סענט אייטעמס.

די בלעקבערי נוצט נאך דערווייל pop.gmail.com, און עס קריגט נאך יא אלע סענט אייטעמס אין אינבאקס. כ'וועל עס טוישן און לאזן וויסן.

און די איידיע איז צו פארדאנקען THUNDERBIRD !!!
נאכן זיך מוטשענען האב איך דאונלאדעד טונדערבירד צו זען צי מאזילא האט אויך דעם פראבלעם. תיכף ביים אויפסעטן האט ער אליינס דעדעקטעד אלע סערווער אינפא און האט מיר צוריקגעשפיגן
די דערמאנטע סעטטינגס אן זיך דארפן מוטשן אין אליינס קאנפיגורן אלעס.

אגב, טונדערבירד קוקט מיר אויס זייער געשמאק כ'אב מורא איך גיי סוויטשן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

ר' שוועמל
לאזט אונז וויסן אייער עקספיריענס מיטן דונער-פויגל
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

איך פלעג נוצן טאנדערבירד און עס ארבעט פיין, פונקט ווי פייערפאקס

די אויסזעהן איז אוטלאאק אסאך שענער
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
שרייב תגובה

צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”