בלאט 1 פון 1

וועלכע אימעיל אקאונט איז די בעסטע?

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2008 9:44 pm
דורך אךשמח
איך האב זיך שוין איינגעשאפן אימעיל אקאונטס ביי פארשידענע פירמעס, ווי גוגל, יאהו ועוד, אבער איך קען דערווייל נישט אפמאכן וואס די מעלות פון גוגל וועגט איבער AOL לדוגמא.

ווען איך האב נישט לאנג צוריק געבעטן מיינס א ידיד אז ער זאל זיך מיט מיר פארבינדן אויף גוגל-טאלק וואס איך בין דארט זייער באקוועם און מען קען רואיג דורכשמועסן פארשידנס, האט ער מיר געקווענקלט זאגנדיג אז ער ארבעט מיט יאהו און איז זייער צופרידן און ס'שווער אים צו טוישן, און זאגט ער מיר, אז די ציגעלע האט זיך שוין צוגעוואוינט און עס טוט אים לייד אז מיט מיר וועט ער נישט קענען פארברענגען אויף דעם אופן. ב"ה אז נאך לאנגע הפצרות איז ער יא אנגעקומען און מיר ביידע האבן דערפון הנאה.

איך האב שוין פרובירט יאהו און עס זעט מיר אויס זייער שווער צו האנדלען מיט זיי. עפעס איז מיר זייער מאדנע זייער אויסשטעל, און גי'מעיל איז מיר דווקא געפאָלן, אבער עס ווילט זיך מיר דאך וויסן וואס פארמאגט AOL בעסער ווי זיי.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2008 10:37 pm
דורך קרעמער
דו רעדסט פון אימעיל קאנטעס אדער מעסענדזשערס?

פון ביידע דארפן שוין סייווי צו זיין אלטע אשכולות.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2008 10:51 pm
דורך אךשמח
איך וויל וויסן איבער אימעיל. און איך האב געזוכט און נישט געטראפן אן אשכול וואס זאל דערפון ארומרעדן.

בתוך הדברים האב איך אריינגעדרייט אויך מעסענדזשערס, אבער דאס איז נישט דער עיקר. אויב איז דא אן אימעיל וואס ביי זיי איז מעסענדזשער גוט אהערגעשטעלט איז מה טוב ומה נעים.

אגב, איז דא אן אימעיל אקאונט וואס זאל מיר צוברענגען די פארשידענע אימעילס וואס איך האב? למשל, אז אין AOL זאל זיך צוזאמקומען גוגל און יאהו? און וואס איז בנוגע מעסענדזשער? ביי גוגל האב איך באמערקט אז איך קען דארט אויך אריינברענגען מיין AIM מעסענדזשער און וואס איז מיט יאהו?

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 31, 2008 10:21 pm
דורך אךשמח
נו, וואס איז געבליבן?

איז דא א אלטער אשכול?

אדער מעג מען סתם אזוי מיטטיילן די עקספיריענס.

שקויעך.

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 31, 2008 11:18 pm
דורך קרעמער
איך פלעג נוצן יאהו, היינט נאר דזשימעיל.

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 8:21 am
דורך פאטאקי08
נישטא וואס צי רעדן אז היינט איז די איינציגסטע אפציע דזשימעיל אי"ה שפעטער אויב סוועט זיין צייט וועל מיר זען פארוואס

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 11:39 am
דורך יאנאש
אנגעהויבן מיט יאהו סיי בריוו און סיי איי עם, אבער היינט באנוץ איך זיך ממש נאר מיר גוגל פאר ביידע.

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 11:54 am
דורך בען בלישעם
יאנאש האט געשריבן:אנגעהויבן מיט יאהו סיי בריוו און סיי איי עם, אבער היינט באנוץ איך זיך ממש נאר מיר גוגל פאר ביידע.

איך אויך.
דער יאהו ברענגט דיר כמעט אלעס אראפ אויפן IM, חוץ דיינע מעסעדזשעס... בקיצור ג-פאסט איז סאך בא'טעמ'טער.

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:04 pm
דורך שטרויזאק
יעדער זאגט וואס ער טוט, אבער וואס זענען די צדדים לכאן ולכאן

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:04 pm
דורך קרעמער
גימעיל איז מער אידישליך, קומענדיג אן די אויסגעלאסענע אדווערטייזמענטס.

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 2:21 pm
דורך אךשמח
שטרויזאק האט געשריבן:יעדער זאגט וואס ער טוט, אבער וואס זענען די צדדים לכאן ולכאן

דאס איז וואס איך מיין צו פרעגן

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 2:36 pm
דורך חייקל
איך האב אויך פרובירט עטליכע א לענגערע צייט, אבער שוין א היבשע וויילע וואס כ'האב זיך באזעצט אין גימעיל און בין ב"ה זייער צופרידן
פיל בעסער ווי די אנדערע

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 2:48 pm
דורך joe greenstein
אךשמח, האסט געהאט עפעס א פראבלעים אין א email account אדער דו פרעגסט סתם?
אויב א פראבלעים לאז דעם צוביר וויסן דערפון ביטע

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 2:59 pm
דורך באנקיר
ג'ימעיל איז די איינציגסטע וואס האט אן אטאמאטישע 'פארווארדער' אומזיסט.
ביי AOL איז עס בכלל נישט דא, ביי YAHOO קען מען נאר מיט די PLUS ACOUNT וואס קאסט געלט.

געשריבן: זונטאג מאי 03, 2009 1:23 pm
דורך ווארד2007
קרעמער האט געשריבן:גימעיל איז מער אידישליך, קומענדיג אן די אויסגעלאסענע אדווערטייזמענטס.


והוא העיקר, ווען מיר שיקן אי מעיל, זענען מיר נישט נייגעריג זיך אנצוטרעפן אין פלוני זוכט א רעבעצין, אדער א פלוניתטע זוכט א רב ודי. ביי יאהו און AOK און נאך אנדערע איז עס דא, דוכט זיך ביי גאגל נישט, עכ"פ מיט בילדער זיכער נישט, גוגל איז לשם אי מעיל, און נישט לשם זאלסט דיך אנהאקן אין יענעם'ס אדווערטייזמענט.

געשריבן: זונטאג מאי 03, 2009 1:33 pm
דורך זעליג
ווארד2007 האט געשריבן: ווען מיר שיקן אי מעיל, זענען מיר נישט נייגעריג זיך אנצוטרעפן אין פלוני זוכט א רעבעצין, אדער א פלוניתטע זוכט א רב ודי.

;l;p- ;l;p- ;l;p-

געשריבן: זונטאג מאי 03, 2009 3:02 pm
דורך קרעמער
קענסט טוישן ניק אויף "ווערטל2007" ;l;p-

געשריבן: זונטאג יוני 28, 2009 4:48 pm
דורך דאכצעכמיר
ווייסט איינער אויב מ'קען טשעקן אויף יאהו טשעט די היסטארי פון פריעדיגע טשעטס?

געשריבן: מאנטאג יוני 29, 2009 9:16 am
דורך יאנאש
אין מעסענדשער קען מען, אבער מען ברויך האבן אנגעצינדן בעפאר דעם 'ארכיוו' אפציע, ווי אויך קען מען עס נאר טשעקן אויפן קאמפיוטער וואו דער טשעט איז פארגעקומען זינט עס ווערט נאר געסעיווט דארט.